====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 9

9.5  טבילה הײסט באַנײַאונג

צוריק צו: 9.4 שבת אומרו

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 9

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "געקומען איז די צײַט"

********

(19:00)

דער פּאַסטעך מאַכט הבֿדלה. די מײדלעך זײַנען אין אַ געמישטער שטימונג. די מערסטע טײל פֿון זײ האָבן זיך שבת גוט אָפּגערוט. דערפֿאַר, אָבער, זײַנען אַ טײל פֿון די מײדלעך נאָך גאַנץ אָנגעשטרענגט. דאָס איז סײַ צוליב די אומאָנגענעמע שבת פּאַסירונגען, און סײַ װאָס עטלעכע דאַרפֿן נאָך באַשליסן צי יאָ אָדער ניט צו פֿאַרבלײַבן אין פּאַנגײע און אָננעמען די באַדינגונגען װאָס דער פּאַסטעך האָט זײ געשטעלט.

װי ער האָט פֿריִער געמאָלדן, װערט אָרגאַניזירט אַ מלװה מלכּה, מיט אַ גאָר לײַכטן כּיבוד – טאָמער עמעצער איז נאָך הונגעריק, כאָטש אַלע האָבן זיך שבת גוט אָנגעגעסן.

בעת דער סעודה, רופֿט דער פּאַסטעך זיך אָפּ צו די מײדלעך:

– "טײַערע מײַנע, עס איז געקומען די צײַט. מיר זײַנען שױן צוזאַמען אײן װאָך, און כאָטש "עס ברענט ניט" װי דאָס װערטל גײט, – ניט געקוקט אױף דעם װאָס מיט אַ װאָך צוריק האָט טאַקע יאָ געברענט – מוז יעדע פֿון אײַך איצט מאַכן דעם ענדגילטיקן און גורלדיקן באַשלוס."

– "זיבן טעג זײַנען שױן אַדורך. זיבן טעג װאָס האָבן אײַך געביטן דאָס לעבן. אָבער דאָס איז בלױז געװען אַ מין אַרײַנפֿיר, אַ מין פֿאָרשפּײַז. דעריבער, װי איך האָב עס אײַך פֿאָרגעלײגט יענע װאָך, מוז יעדע פֿון אײַך באַשליסן צי זי בלײַבט צי ניט. איך װיל אײַך בלױז דערפֿרישן דעם זיכּרון און אײַך דערמאָנען די הױפּט פּרינציפּן און באַדינגונגען – תּנאָים, אױב איר װילט, – װאָס איר װעט איצט מוזן צושטײן און מסכּים זײַן צו זײ."

– "אױב דער באַשלוס איז ניט צו פֿאַרבלײַבן, קען איך אײַך ניט צוריקברענגען קײן ניו-יאָרק, און אױך ניט צום יאָר 1911. איך קען אײַך טראַנספּאָרטירן אין אַ מער-אָדער-װײניקער זיכערער תּקופֿה, און אײַך איבערגעבן אין מער-אָדער-װײניקער זיכערע הענט – און איך לאָז אײַך דאָרט איבער צום גורל. אַלײן. איך קען אײַך אַפֿילו ניט איבערלאָזן דאָרט אין צװײען – נאָר יעדע פֿון אײַך באַזונדער. װאָס װעט דאָרט זײַן, קען איך אײַך ניט פֿאָרױסזאָגן. נאָר דאָס װאָס װעט דאָ זײַן. דאָס װאָס איר האָט ביז אַהער געהערט, געזען, און איבערגעלעבט – דאָס איז װאָס איר קענט דערװאַרטן פֿון זײַן דאָ."

– "און אױב איר באַשליסט טאַקע דאָ צו פֿאַרבלײַבן, װעט איר דאָך, אין אײן יאָר אַרום, קענען װידער מאַכן אַ חשבון הנפֿש און באַשליסן צו פֿאַרלאָזן – טאָמער מײנט איר אַז דער אָרט פּאַסט ניט פֿאַר אײַך. און אױך, װי איך האָב אײַך געװאָרנט – און איך האָף, אַז עס װעט ניט קומען צו דעם, – אַז טאָמער װערט אײנע פֿון אײַך אַ שטערונג, אַ ריזיקע פֿאַר דעם כּלל, װעט זי אױך װערן אַריבערגעפֿירט אַנדערשװאו – איך זאָג צו, אַז אין אַ זיכערן אָרט."

– "דעריבער, מוזן די װאָס פֿאַרבלײַבן זיך פֿירן װי סע פּאַסט: לױט דער הלכה, און לױט די מינהגים פֿון אונדערע אָבֿות אַבֿותינו, – אונדזערע עלטערן און עלטערנס עלטערן: טאַטעס און מאַמעס, זײדעס און באָבעס. פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס װעט זײַן צוגעפּאַסט לױט די באַדינגונגען דאָ. די פֿאַרשײדענע און פֿאַרשײדנאַרטיקע באַשלוסן װאָס עס װעלן דאָ װערן אָנגענומען –װעט איר, אין אַ סך זאַכן, אַלײן האָבן די דעה. אין תּוך גענומען, װעט איר אָנפֿירן מער װי איך. איך בין דאָ דער עיקר דער װעגװײַזער – אײַער פּאַסטעך."

– "איך װיל זאָגן נאָך עטלעכע קורצע זאַכן: די װאָס בלײַבן װעלן מאָרגן פֿײַערן מיט מיר אַן אָפֿיציעלע חתונה שׂמחה. נאָר פֿאַר דעם, הײַנט אָװנט, מוזן די דאָזיקע מײדן זיך טובֿלען. אָבער נאָך פֿאַר דעם, װיל איך זיך דורכשמועסן מיט יעדער אײנער פֿון אײַך – פּנים אל פּנים, אונטער פֿיר אױגן, כּדי מיר זאָלן בײדע זײַן זיכער מיט אײַער באַשלוס. דאָ װעט איר קענען זיך עצהן און שטעלן װעלכע פֿראַגעס איר װילט, און אױסדריקן װאָס איר װילט. איך װעל אַלץ גערן אױסהערן, און אײַך אַלץ אױפֿקלערן. די װאָס באַשליסן פֿאָרט צו פֿאַרלאָזן, װעלן מעגן בלײַבן ביז קומענדיקן מוצאי שבת, כּדי צו קענען בײַזײַן אױף דער חתונה, און כּדי זיך געהעריק געזעגענען מיט די חבֿרטעס."

– "דעריבער װיל איך, נאָך אײדער איר גײט זיך טובֿלען, צום ערשטן זען די פֿון אײַך װאָס האָבן דאָנערשטיק שױן געמאַכט מיט מיר תּנאָים, און נאָך דעם, די אַנדערע װאָס האָבן מיר שפּעטער אָנגעזאָגט אַז זײ האָבן באַשלאָסן צו פֿאַרבלײַבן. איך גיב אײַך דאָ אַ לעצטע געלעגנהײט צו בײַטן אײַער מײנונג, טאָמער זײַט איר נאָך ניט אינגאַנצן רואיק מיט אײַער באַשלוס. איך װעל זײַן אין מײַן געצעלט. אין אַלגעמײן, מײן איך – פֿאַר די װאָס זײַנען נאָך ניט זיכער, – איז דאָס בעסטע זיך קודם-כּל אָפּרײדן פֿון האַרצן און זיך עצהן צװישן זיך, און דערנאָך מיט מיר – אָבער דאָס איז בלױז מײַן עצה. נאָך דעם, קומט צו מיר אַרײַן זיך דורכשמועסן און עצהן מיט מיר. לאָמיר דאָס אַרומרײדן, און דערנאָך מאַכט אײַער ענדגילטיקן באַשלוס."

– "די שעה איז איצט 9:00 אָװנט," זאָגט דער פּאַסטעך. "לאָמיר זאָגן, אַז אַזײגער 11:00, װעלן מיר זיך װידער צונױפֿנעמען."

– "פֿאַר די װאָס װילן, האָב איך פֿאַר אײַך אױך צוגעגרײט אַ לײַכטע פֿאַרװײַלונג פֿאַר הײַנט אָװנט – אַ שטומער פֿילם מיט דעם גרױסן הומאָריסט, אַקטיאָר, און רעזשיסאָר – טשאַרלי טשאַפּלין. דער פֿילם הײסט "מאָדערנע צײַטן", װאָס איז דערשינען אין יאָר 1936. איך מײן אַז איר װעט הנאָה האָבן פֿון דעם. איך האָב עס ספּעציעל אױסגעקליבן כּדי איר זאָלט אַ ביסל לאַכן, און איך בין זיכער, אַז גלײַכצײַטיק װעט איר אידענטיפֿיצירן מיט אַ סך פֿון װאָס עס קומט דאָרטן פֿאָר."

אין דער צײַט װאָס דער פֿילם װערט פּראָיעקטירט, קומען די מײדלעך אַרײַן צום פּאַסטעך, אײנע נאָך דער אַנדערער. די ערשטע, זײַנען די װאָס האָבן זיך שױן פֿאַרקנסט (בעת דער תּנאָים-צערימאָניע, דאָנערשטיק). עס קומען אַרײַן צום פּאַסטעך אין געצעלט, אױף אַ גאָר קורצן שמועס, לױטן סדר: די צװײ עלטסטע, חיה גרין [17#] און חנה זאַנד [24#] – יעדע אײנע באַזונדער. נאָך זײ, גײען אַרײַן צוזאַמען, די צװײ איטאַליענישע קוזינעס װעראָניקאַ דעל מאָנטע [5#] און לוטשיאַנאַ דעל מאָנטע [6#]. פֿון דאָרט הערט זיך אַ ביסל געלעכטער, און דערנאָך קומען די צװײ מײדלעך אַרױס האַנט אין האַנט, שמײכלענדיק און כּמעט טאַנצנדיק.

פייגע-הינדע גאָלדבערג [10#], װאָס האַלט בײַם אַרײַנגײן נאָך זײ, שטעלט זײ אָפּ, און פֿרעגט זײ װאָס איז געװען, דערצײלן זײ איר, און זײ נעמען זיך אַלע דרײַ אַרום און צעקושן זיך. דערװײַלע גײען אַרײַן אײנע נאָך דער אַנדערער, בלומקע זיסמאַן [23#], חנה שעכטערמאַן [25#], און דאָראַ װאַסערהאָלץ [27#], און נאָך זײ, טאַקע פייגע-הינדע גאָלדבערג [10#]. די לעצטע פֿון דער גרופּע װאָס האָט געהאַט געמאַכט תּנאָים, גײט אַרײַן נחמה ראָזענצװײַג [20#].

חנה נױמאַן [1#], און מלכּה געגערמאַן [8#] – די צװײ ייִנגסטע, – װי אױך די צװײ שװאַנגערע מײדן מינדל אײדלשטײן [2#] און ליבע סאָבאָל [21#], גײען ניט אַרײַן צום פּאַסטעך, װײַל זײ האָבן קײן ברירה ניט, אײדער צו פֿאַרבלײַבן. די ייִנגסטע דאַרפֿן זיך ניט טובֿלען – װײַל זײ דאַרפֿן גאָר ניט חתונה האָבן, אָבער די צװײ שװאַנגערע יאָ.

עס קומען נאָך דעם אַרײַן צום פּאַסטעך די װאָס האָבן שױן פֿאַר שבת און בעתן שבת געהאַט באַשלאָסן צו פֿאַרבלײַבן. עס גײען אַרײַן, – יעדע אײנע באַזונדער, און לױטן סדר: סאָסיע טײטלבױם [15#], די צװילינגס לאה יודלמאַן [19#] און רבֿקה יודלמאַן [18#] (יעדע אײנע גײט אַרײַן באַזונדער), גיטל גערשנזאָן [3#], פֿרײדל װײַצמאַן [28#], שׂרה ברײטמאַן [4#], רייזל טשאַרנעס [#22], זיסע װײַנבערג [26#], מאַשע לעװין [11#], און סאָניע װעכטער [#29].

די גאָר לעצטע אַרײַנצוגײן צום פּאַסטעך, זײַנען, לױטן סדר: חנה לעװינסאָן [#12], אײדל יאַקאָבזאָן [#13], חנה דיכטער [#7], צילע גאָלדין [#9], און חנה אַלטמאַן [#14].

דאָרט װאו בײַ די פֿריִערדיקע טרעפֿונגען מיט די מײדלעך זײַנען די דיסקוסיעס געװען קורצע, זײַנען די איצטיקע מער אינטענסיװ, און אײניקע צערײדן זיך און גיסן אַרױס פֿון האַרצן זײערע טיפֿסטע געפֿילן, קװענקלענישן, און אַפֿילו פּחדן. עס איז זײ שװער אָנצונעמען געװיסע פֿון די באַדינגונגען. בײַ צװײ פֿון זײ, למשל, – דער עיקר װעגן פֿירן זיך לױט דער הלכה. צום סוף, קומט יעדע אײנע אַרױס מיט אַ באַשלוס װאָס זי װעט דאַרפֿן, בלית ברירה, לעבן מיט דעם.

אפֿשר די לענגסטע דיסקוסיע, װערט געפֿירט מיט חנה אַלטמאַן [#14]. זי שטעלט גאָר אַ סך פֿראַגעס. װיל אַלץ װיסן גענױ. זי זוכט ענטפֿערס צו אַזעלכע פֿראַגעס און ענינים װאָס דער פּאַסטעך איז נאָך ניט גרײט צו געבן – צו אַנטפּלעקן, – אָדער ער אַלײן האָט קײן ענטפֿערס ניט דערױף. זי װיל, למשל, װיסן, אַז אױב טאָמער זי באַשליסט ניט אָנצונעמען – טאָ װאָס װעט געשען צו איר... װאו אַהין װעט מען זי אַװעקשיקן... און צי טאָמער געפֿעלט איר דאָרט ניט – און האָט חרטה, – צי קען זי דאַן צוריקקומען... און װי אַזױ װעט זי דעמאָלט קענען זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיטן פּאַסטעך, אױף צו קענען צוריקקומען קײן פּאַנגײע צו אירע חבֿרטעס...

דער פּאַסטעך קלערט איר אױף, אַז ער קען איר ניט זאָגן װאו אַהין ער װעט זי אַװעקשיקן, און קען גאָרניט גאַראַנטירן, צי עס װעט איר דאָרט זײַן גוט צי ניט.

– "אױב איך שיק דיר אַהין, װעט ניט זײַן קײן שום װעג צוריק..." קלערט איר אױף דער פּאַסטעך, צום װיפֿלטן מאָל. "עס װעט זײַן אױף אײביק. אױף אײן װעג. אױב דו באַשליסט צו בלײַבן דאָ, דאַקעגן, און טאָמער געפֿעלט דיר ניט, װעסטו אין אַ יאָר אַרום קענען װידער אױסקלײַבן צי דו װילסט דאָ נאָך פֿאַרבלײַבן, אָדער צי איך זאָל דיר ערגעץ אַנדערש אַװעקשיקן. די אײנציקע זאַך װאָס איך קען דיר זאָגן איז, אַז אפֿשר (און איך זאָג ניט צו, – בלױז אפֿשר), װעל איך דעמאָלט אין אַ יאָר אַרום זײַן גרײט דיר צו אַנטפּלעקן װאו אַהין איך קען דיר שיקן – טאָמער באַשליסטו פֿאָרט צו פֿאַרלאָזן..."

חנה באַשליסט (כאָטש דער פּאַסטעך זעט אַז עס איז פֿאַר איר שװער).

– "איך בלײַב ..." זאגא זי און דרײט זיך אױס, גײט אַרױס פֿונעם געצעלט צו די װאַרטנדיקע חבֿרטעס, און זאָגט זײ אױס די נײַעס. מע נעמט זי אַרום, און מע צעקושט זיך. עטלעכע חבֿרטעס באַגלײטן זי צום טובֿלען.

די סאַמע לעצטע אַרײַנצוגײן צום פּאַסטעך אין געצעלט איז מירל פּערלמאַן [#16].

מירל קומט אַרײַן צום פּאַסטעך אין געצעלט. דער פּאַסטעך זאָגט איר זי זאָל זיך אַװעקזעצן. זי לאָזט אַ ביסל אַראָפּ די קאָפּ, שװײַגט, און בלײַבט שטײן. זי איז זײער אײַנגעהאַלטן. עס גײען אַדורך אַ צאָל לאַנגע סעקונדעס – און זי זעצט זיך צום סוף, אַנידער – אָבער הײבט נאָך אַלץ ניט אױף די קאָפּ. זי זיצט מיט פֿאַרלײגטע הענט, אָבער װי זי װאָלט זיך אַלײן אַרומגעטוליעט – זיך פֿעסט אַרומגענומען. דער פּאַסטעך װאַרט. זי שװײַגט. ער שװײַגט.

צום סוף, הײבט זי אָן די ערשטע צו רײדן:

– "איך האָב פֿאַרלאָזט מײַן הײם. מײַנע עלטערן. מײַן ירושה. איך האָב פֿון אַלץ און אַלעמען זיך אָפּגעזאָגט און דערװײַטערט – און איצט דאַרף איך דאָס װידער טאָן?..." און זי שװײַגט װײַטער.

– "לֶך-לְךָ," זאָגט דער פּאַסטעך, שטיל.

– "װאָס?" הײבט זי באַלד אױף די קאָפּ װי זי װאָלט זיך ערשט אױפֿגעכאַפּט פֿון אַ דרימל, און קוקט אױף אים מיט אומפאַרשטאַנד. "װאָס האָסטו געזאָגט?"

– "לֶך-לְךָ," זאָגט דער פּאַסטעך נאָך אַמאָל, אָבער שטאַרקער. "װי אַבֿרהם אָבֿינו," און ער הײבט אַן זאָגן דעם פּסוק: "לֶך-לְךָ מארצך, וממולדתך ומבית אביך..."

– "נו גענוג שױן! איך קען דאָס. דו מײנסט אַז איך קען דאָס ניט?" רײַסט זי אים איבער. זי דרײט אױס די קאָפּ אין דער זײַט, לאָזט װידער אַראָפּ די אױגן, הײבט די צװײ הענט אירע צו די צװײ זײַטן פֿון שטערן, און האַלט די קאָפּ װי פֿאַר אַ קאָפּװײטיק. זי שװײַגט װײַטער.

דער פּאַסטעך שװײַגט אַ װײַלע אױך, אָבער רײַסט באַלד איבער די שטילקײט.

– "מירל. איך װײס אַז עס איז דיר ניט לײַכט. דו ביסט אַנדערש פֿון די אַנדערע מײדן דאָ. איך װײס אױך פֿון װאַנען דו קומסט – פֿון אַ שטרענג רעליגיעזער הײם – און אַז דײַן טאַטע איז אַ באַקאַנטער רבֿ. איך װײס אַז דו האָסט אָפּגעװאָרפֿן דײַן ייִדישקײט, דײַן נעכטן, כּדי צו פּרובירן בױען אַ נײַעם מאָרגן – אָבער דאָס קענסטו דאָ אױך טאָן."

– "יאָ. טאַקע אַלץ פֿאַרלאָזט, כּדי אָנצוהײבן פֿון דאָס נײַ. כּדי צו העלפֿן מענטשן. מײַן טאַטע, זאָל ער לאַנג לעבן, איז געװען אַזױ פֿאַרטיפֿט אין די קלײנע פּינטעלעך פֿון דער הלכה, אַז ער האָט ניט געװאוסט װאָס עס טוט זיך אַרום אים. װי אָרעם די קהילה איז געװען, און װי שװער דאָס לעבן פֿון די ייִדן איז געװען אין זײַן שטאָט. ער איז געװאָרן אַ רבֿ פֿון דער הלכה, אַנשטאָט צו זײַן דער מנהיג פֿון דעם כּלל, און װירקן צו העלפֿן די שװאַכערע, די אָרעמע."

– "דו האָסט ניט געקענט װירקן אױף אים, מירל? אים אױפֿקלערן, און עפֿענען די אױגן? אָדער דײַן מאַמע?" פֿרעגט דער פּאַסטעך.

– "דו מײנסט אַז איך האָב ניט פּרובירט?" ענטפֿערט זי. "איך בין געװען אפֿשר 14-15 יאָר אַלט, און פּרובירט רעדן מיט אים. נאָר ס'האָט ניט געהאָלפֿן. ער איז דער עיקר געװען פֿאַרטאָן מיט זײַנע ספֿרים. אַזױ טיף אַרײַנגעזונקען אין די קלײנע אותיותלעך, אַז ער האָט גאָרניט געהערט צי געזען אַרום זיך. און װען איך האָב פּרובירט אים אױפֿקלערן װאָס עס טוט זיך אַרום, האָט ער עס צונישט געמאַכט מיט אַ פֿאָכע די האַנט: "דו ביסט נאָך צו יונג. דו פֿאַרשטײסט ניט" ... אָדער "אַזױ איז גאָטס װילן", אָדער "דער אױבערשטער װעט העלפֿן"... און װען איך האָב פּרובירט װירקן אױף דער מאַמען – אַז זי זאָל זיך אַרײַנמישן, פּרובירן משפּיע זײַן, האָט ער װידער אַ פֿאָכע געטאָן מיט דער האַנט "װאָס פֿאַרשטײט אַ ייִדענע?"... און אַלץ װײַטער איגנאָרירט די שװערע לאַגע פֿון די ייִדן אין שטעטל."

– "איך פֿלעג אַרומשפּאַצירן אין שטעטל, אינפֿאָרמירן זיך װאָס סע טוט זיך, און פּרובירן העלפֿן מיט װאָס איך האָב געקענט. פֿאַרבינדן אײנעם מיט דעם אַנדערן, – שדכנען זײ, אַזױ צו זאָגן, – אַז אײן אָרעמאַן זאָל העלפֿן דעם צװײטן. אַז אײנער װאָס האָט געהאַט עטװאָס מער פֿון אײן זאַך, נאָר ס'פֿעלט אים אױס פֿון גאָר אַן אַנדער זאַך, זאָל קענען אַרױסהעלפֿן אַ צװײטע משפּחה, כאָטש מיט דעם ביסל װאָס זײ האָבן געהאַט. די מענטשן האָבן מיר געקענט. זיך באַצױגן צום "טאָכטער פֿונעם רבין" מיט דרך-ארץ און אַפֿילו מיט אָפּשױ און ליבע. זײ האָבן געװאוסט אַז איך װיל זײ העלפֿן."

– "אין אַ קורצער צײַט אַרום, אָבער, זײַנען פֿאָרגעקומען עטלעכע זאַכן װאָס האָבן געװירקט אױף מיר איך זאָל פֿאַרלאָזן די הײם און פֿאָרן קײן אַמעריקע. קודם כּל, איז די רײַכערע פּרנסים מיט די קהילה פֿירערס ניט געפֿעלן װאָס אַ יונג מײדל מישט זיך אַרײַן אין זײער געשעפֿט – און טוט דאָס װאָס זײ װאָלטן על פֿי שׂכל באַדאַרפֿט טאָן. צװײטנס, האָב איך זיך באַקענט מיט אַ יונגן בונדיסט װאָס האָט אױך געפּרעדיקט װעגן מענטשן רעכט און העלפֿן די שװאַכערע און אָרעמע. און די דריטע זאַך איז געװען, װאָס דער טאַטע האָט אױסגעפֿונען (עמעצער האָט אױף מיר געמסרט): סײַ אַז איך פֿאַרנעם זיך מיט קהילהשע ענינים װאָס זײַנען געװען אין זײַן תּחום (און אינעם ראַם פֿון די אַנדערע קהילה פֿירערס) – און נאָך ערגער, אַז איך באַפרײַנדע זיך מיט אַ בחור, אָן קײן השגחה, און גאָר אַ פֿרײַ-דענקער דערצו..."

– "די כּעס און בושה איז געװען אַזױ גרױס בײַם פֿאָטער, דעם רבֿ, אַז ער האָט מיר געװאָלט פֿאַרשיקן קײן װאַרשע, צו זײַנעם אַ קוזין, און גלײַכצײַטיק אַראַנזשירט מיט געװיסע שדכנים, אַז בעת מעשׂה, זאָל מען מיר דאָרט אײַנאָרדענען אַ שידוך – אַפֿילו װאָס איך בין קײן 16 יאָר אַלט ניט געװען. בין איך טאַקע אַװעקגעשיקט געװאָרן קײן װאַרשע, אָבער צום טאַטנס קוזין ניט דערגאַנגען. מײַן חבֿר, דער בונדיסט האָט דורך זײַנע חבֿרים אױסגעאַרבעט אַ פּלאַן פֿון װי אַזױ איך זאָל קענען פֿאַרלאָזן פּױלן, און אַריבערציִען זיך קײן אַמעריקע. און אַזױ איז טאַקע געװען."

– "אָבער װי האָסטו זיך אַן עצה געגעבן, אײנע אַלײן, און אַזױ יונג? דו האָסט געטאָן זײער אַ דרײסטע זאַך," באַװאונדערט זיך דער פּאַסטעך.

– "איך בין די סאָרט מענטש װאָס קען אַלץ איבערקומען. איך האָב געלערנט פֿון דערפֿאַרונג, אַז אױב מען העלפֿט יענעם, װעט מען דיר אױך העלפֿן. אַפֿילו אױף דעם שיף קײן ניו-יאָרק, בין איך געװען אַקטיװ אין אַרױסהעלפֿן די שװאַנגערע פֿרױען און עלטערע לײַט, צי גאָר אָרגאַניזירן אַקטיװיטעטן פֿאַר די קינדער. אַזױ אַרום, האָב איך גיך אײַנגעשאַפֿן חבֿרים, און אַפֿילו פֿון צװישן די שיפס-מאַטראָזן. נאָכן האָבן געלאַנדעט, בין איך ניט געװען אַלײן. סײַ איך האָב געהאַט קאָנטאַקטן מיט די נײַ-געקומענע אימיגראַנטן און זײערע משפּחות װאָס זײַנען שױן געװען אױפֿן אַמעריקאַנער באָדן, און סײַ געװיסע נעמען פֿון קאָנטאַקטן װאָס די בונדישע חבֿרים האָבן מיר אָנפֿאַרטרױט. אין אַ קורצער צײַט אַרום בין איך געװאָרן אַן אַקטיװע טוערין אין די סאָציאַליסטישע קרײַזן, און גלײַכצײַטיק געפֿונען אַרבעט בײַ שנײַדערײַ, פֿריִער אױף אַן אַנדער אָרט, און דערנאָך אינעם טרײַענגל פֿאַבריק... אָבער איצט, איצט האָב איך װידער אַלץ פֿאַרלױרן און דאַרף װידער אָנהײבן פֿון דאָס נײַ...און איך װײס ניט װאָס צו טאָן..." און זי צעװײנט זיך.

דער פּאַסטעך שטײט אױף פֿון זײַן אָרט און ער גײט צו צו איר. ער נעמט זי בײַ דער האַנט און העלפֿט איר אױפֿשטײן. ער קוקט איר אַרײַן אין די גלאַנצנדיקע פֿאַרטרערטע אױגן, און זאָגט צו איר אַזױ:

– "מיר דאַרפֿן דיר דאָ, מירל. מיר נײטיקן זיך זײער אין דיר. דײַנע חבֿרטעס דאָ דאַרפֿן דיר אױך..." אַ פּאַוזע. זי קוקט אים אַרײַן אין די אױגן, און ער זי: "... און..."

אָבער אײדער ער קען דערגאַנצן זײַנע רײד, רײַסט זי זיך אַרױס פֿון זײַנע הענט, און דרײט זיך אױס.

– "יאָ, אַלע דאַרפֿן מיר... קײנער קען זיך ניט באַגײן אָן מיר... אָבער איר דאַרפֿט מיר צו װאָס? – צו אַרבעטן, צו אָרגאַניזירן, צו טאָן און אָנפֿירן...??? אָבער װער דאַרף מיר? װער װיל מירל פּערלמאַן? װער דאַרף מירל פּערלמאַן, דער מענטש, די פֿרױ?" און זי צעװײנט זיך װידער.

דער פּאַסטעך קומט צו נעענטער, דרײט איר אױס צו זיך. קוקט אױף איר אַראָפּגעלאָזטער קאָפּ און זאָגט:

"... דו האָסט מיר ניט געלאָזט ענדיקן מײַנע רײד. – דו האָסט בכלל אַ טבֿע יענעם איבערצורײַסן," זאָגט ער מיט אַ שמײכל. ער לײגט זײַנע הענט אױף אירע אַקסלען. זי הײבט אױף אירע אױגן צו אים, און ער זאָגט שטילערהײט – אַז נאָר זי זאָל הערן: "... און איך דאַרף דיר ..."

זי עפֿנט איר מױל װי זי װיל עפּעס זאָגן, נאָר כליפּעט גאָר. ער טוליעט זי אַרום און קושט איר װאַרעם אָבער שטאַרק. זי פּרובירט, װי אַן ערשטע רעאַקציע זיך אַרױסצורײַסן פֿון זײַנע הענט, אָבער ער האַלט זי פֿעסט, און זי װיל שױן באַלד אױך אים קושן און האַלדזן און האַלטן אים נאָענט אַנטקעגן איר גוף. זײ צעקושן זיך הײס.

– "מירל," זאָגט ער, נאָך עטלעכע מינוט פֿון צעקושן זיך און האַלטן זיך.

– "װאָס?" ענטפֿערט זי, איר קאָפּ אױף זײַן ברוסט.

– "עס װערט שפּעט. װאָס האָסטו באַשלאָסן? דו בלײַבסט?"

– "יאָ,..." ענטפֿערט זי מיט אַ שמײכל. "לאָמיר זײ זאָגן. לאָמיר זאָגן די גאַנצע װעלט!" װערט זי פּלוצלינג אױפֿגעמונטערט, און באַפֿרײַט זיך פֿון זײַנע הענט.

זי װישט אױס די אױגן, און גײט אַרױס מיטן פּאַסטעך צוזאַמען, צו די װאַרטנדיקע חבֿרטעס װאָס האָבן זיך דערװײַלע אָנגעזאַמלט אין פֿאָרנט פֿון זײַן געצעלט. זי פֿאַרלאָזט אים, און גײט צו צו די מײדלעך. עטלעכע חברטעס נעמען זי שטאַרק אַרום.

עס איז אַ ביסל נאָך 11:00 אין אָװנט. דער פּאַסטעך מעלדעט פֿאַר אַלעמען די גוטע בשׂורה, אַז אַלע אָן אױסנאַם האָבן אַקצעפּטירט צו פֿאַרבלײַבן. עס איז קײן נײַעס פֿאַר זײ ניט, װײַל זײ האָבן שױן געהאַט דערצײלט אײנע דער אַנדערער, און װי אַ בליץ פֿײַער זײַנען די בשׂורות שױן געהאַט דערגאַנגען צו יעדן אױער, אַחוץ פֿאַרן גורל פֿון מירלען. און װי נאָר זי האָט זײ דאָס אָנפֿאַרטרױט, אַז זי פֿאַרבלײַבט, הערט מען בײַ זײ אַ גרױסן "הוראַ", און אַלע נעמען זיך אַרום און עטלעכע מײדן הײבן אָן אַפֿילו צו טאַנצן פֿון פֿרײד. מיט גרױס יום-טובדיקער שׂמחה באַגלײט מען זי צו די װאַסער זי זאָל זיך דאָרט טובֿלען.

װען זײ קומען אַלע צוריק, נאָך זינגענדיק און טאַנצנדיק, שטעלט דער פּאַסטעך זײ באַלד אָפּ און פּראָקלאַמירט פֿאַר זײ:

– "היות װי אַלע פֿאַרבלײַבן – און איך בין צופֿרידן דערפֿאַר און באַדאַנק אײַך און זאָג צו אַז איר װעט קײן חרטה ניט האָבן, – װעלן מיר ניט דאַרפֿן מאַכן קײן אַנדערע אַראַנזשירונגען װעגן פֿאַרלאָזן און זיך געזעגענען. עס װערט אָבער שפּעט. טאָ לאָמיר דאָ דערגאַנצן דעם אָװנט. איך װיל מעלדן עטלעכע זאַכן: ערשטנס, װעט קײן װאַך הײַנט בײַנאַכט ניט זײַן, איר זאָלט קענען אַלע גוט שלאָפֿן און זיך אױסרוען אױף מאָרגן. – ס'איז דאָך אַ גאָר װיכטיקע דאַטע אין אײַערע לעבנס – אַ חתונה מיט אַ כּמעט פֿרעמדן ... איך װעל אױספֿירן די װאַך, און בעט אײַך זיך ניט אַרומצודרײען. איך װיל זײַן אַלײן מיט מײַנע מחשבותן... איך דאַרף פֿאָרט חתונה האָבן, – ניט מיט אײן פֿרעמדער מענטש, נאָר גאָר מיט אַ צװײ טוץ ..." זאָגט ער מיט אַ שמײכל און אַ װאונק.

– "װײַטער: – צומאָרגנס אין דער פֿרי, װעל איך אױף דעם זאַמל-פּלאַץ ניט זײַן. – עס איז ניט גוט די כּלה מיטן חתן זאָלן זיך טרעפֿן... איר װעט זיך דאַרפֿן אַלײן אַן עצה געבן. װעגן די מאָלצײַטן איז ניטאָ װאָס צו רײדן, װײַל מע דאַרף פֿאַסטן פֿאַר דער חתונה. פֿאַרשטײט זיך, אַז די צװײ װאָס האָבן מאָרגן ניט חתונה מיט מיר, אָדער די צװײ שװאַנגערע צװישן אײַך, װעלן זיך אַלײן אַן עצה געבן מיטן עסן. – איר האָט דאָך שױן דערפֿאַרונג פֿון אײן גאַנצענע װאָך..."

– "לױטן מאָרגנדיקן ספּעציעלן טאָג-פּלאַן, װעלן זײַן די פֿאָלגנדיקע אַקטיװיטעטן: איך דערלױב אײַך אױפֿשטײן מאָרגן, װען אַזײגער איר װילט. איר זאָלט אָבער װיסן, אַז פײגע-הינדע [#10] האָט זיך אונטערגענומען װײַטער אָנצופֿירן מיט פֿרימאָרגן געניטונגען, אַזײגער 06:30. נאָך דעם, זײַט איר פֿרײַ צו פֿאַרװײַלן, און זיך אָפּרוען ביז אַזײגער 14:00. דעמאָלט, װעלן מיר זיך אַלע טרעפֿן אין זאַמל-פּלאַץ אױף די לעצטע צוגרײטונגען. איך װעל האָבן פֿאַר אײַך אַ סורפּריז, װאָס איך בין זיכער אַז ס'װעט אײַך געפֿעלן... די אָפֿיציעלע חתונה צערימאָניע דאַרף פֿאָרקומען אַזײגער 17:00, נאָך מיטאָג. פֿון אַזײגער 21:00 אין אָװנט און װײַטער, ניט געקוקט װאָס עס קומט פֿאָר אַ חתונה און אַז איר זײַט אַלײן די כּלהס, װעט אַדורכגעפֿירט װערן די רעגולערע נאַכט װאַך. די װעמענס רײ עס איז, דאַרפֿן זיך ריכטן אױף דעם אױך."

 – "נו, און איצט, – סײַדן עמעצער האָט עפּעס גאָר װיכטיק צו פֿרעגן צי מעלדן, – װינטש איך אײַך אַ גוטע נאַכט און זיסע חלומות..."

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 9.4 שבת אומרו

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 9

 = = = = = = = = = = = =  = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל