====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
רבקה יודלמאַן (#18)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל

1.  אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס און געזונט

#

טעמע

אויפקלערונג אדער ברירה

1.    

נאָמען

רבקה יודלמאַן

2.    

נומער

18

3.    

געבוירן דאַטע

20סטן פעברואַר, 1889

4.    

וואו געבוירן

באָברויסק, ליטע

5.    

וואו געלעבט

ווילנע ביז 1899, נאָך דעם אין ניו-יאָרק

6.    

הויך

1.43

7.    

וואָג

50 קילאָ

8.    

קאָליר אויגן

בלוי

9.    

קאָליר האָר

געלב

10.          

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

געקרײַזלטע האָר

2.  קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.    

שווימען

יאָ

2.    

ספּאָרט

יאָ – פעלד האָקי

3.    

מוזיק

יאָ – געלערנט בלאָז-אינסטרומענטן אין מיטלשול

4.    

קונסט

יאָ – געלערנט קונסט און צו מאָלן אין מיטלשול

5.    

טאַנץ

איך האָב זייער ליב צו טאַנצן

6.    

טעאַטער

יאָ – געלערנט דראַמע אין מיטלשול

7.    

פּרעסע

יאָ – געלערנט אין מיטלשול

8.    

פּאָעזיע

יאָ – איך האָב זייער ליב צו לייענען און אפילו אָנגעשריבן אַ פּאָר לידער

9.    

פּראָזע

יאָ – איך האָב זייער ליב צו שרײַבן

10.          

קאָכן

זייער גוט.

11.          

אַגריקולטור

ניין

12.          

חיות

איך האָב שטאַרק ליב פערד

13.          

שפּראַך - 1

ייִדיש – גאַנץ גוט.

14.          

שפּראַך - 2

ענגליש – זייער גוט. אויך לייענען און שרײַבן.

15.          

שפּראַך - 3

עברית – מײַנער אַ חבר האָט מיר געלערנט אַ ביסל לייענען און שרײַבן.

16.          

שפּראַך - 4

פראַנצויזיש – געלערנט צו לייענען און שרײַבן אין מיטלשול.

3.  משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.    

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

מײַן טאַטע איז אַ סוחר פֿון פֿרױען קלײדער. געבױרן איז ער אין פּאָנעװיטש װאו ער האָט געהאָלפֿן זײַן טאַטן מיט אַ שנײַדער געװעלב. מיט די יאָרן האָט ער זיך אױפֿגעאַרבעט און אַװעק זוכן זײַן מזל אין װילנע. דאָרט האָט ער אַלײן געעפֿנט אַ געשעפֿט און גוט פֿאַרדינט.

 װען ער האָט זיך באַקענט מיט מײַן מאַמען, פֿון באָברױסק, האָבן זײ באַשלאָסן דאָרט װאױנען אַ שטיקל צײַט. דאַרט בין איך און מײַן צװילינג שװעסטער טאַקע געבױרן. קורץ נאָך דעם, האָבן מיר זיך איבערגעקליבן קײן װילנע װאו ער האָט געעפֿנט אַ נײַעם געװעלב מיט אַ חבֿר זײַנעם.

 מײַן טאַטנס שותּף האָט אָבער געװאָלט אױסברײטערן די מעגלעכקײטן פֿון פֿירן האַנדל מיט אַמעריקע. זײ האָבן צוזאַמען באַשלאָסן, אַז אײנער װעט בלײַבן אין װילנע, און אײנער װעט פֿאָרן קײן אַמעריקע. זײ האָבן געװאָרפֿן גורל, און מיר זײַנען געפֿאָרן קײן אַמעריקע. איך בין דעמאָלט אַלט געװען 10 יאָר. פֿאַר מיר און מײַן צװילינג שװעסטער, לאה, איז דאָס געװען די אַװענטורע פֿונעם לעבן.

----------                     

פעטערס: 2  

מומעס: 3

קוזינס: 18– אַלע פֿעטערס, מומעס און קוזינס זײַנען אָדער אין פּאָנעװיטש, אָדער אין קאָװנע, צי װילנע (און אומגעגנט) און מיר האָבן ניט קײן קאָנטאַקט מיט זײ.

2.    

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע איז פֿון באָברױסק. נאָך דער חתונה מיטן טאַטן האָבן זײ אַ קורצע צײַט געװאױנט דאָרט, און דערנאָך געפֿאָרן קײן װילנע. די מאַמע איז אָבער ניט געװען צופֿרידן צו פֿאָרן קײן אַמעריקע. אין װילנע, איז זי געװען זײער צופֿרידן און געהאַט אַ סך חבֿרטעס און אױך משפּחה. זי האָט דאָס ניט געװאָלט פֿאַרלאָזן. זי האָט זיך שטרענג אײַנגעשטעלט. געסטראַשעט דעם טאַטן אַפֿילו אַז זי װעט נעמען מיר מיט מײַן שװעסטערל און אים פֿאַרלאָזן – אַבי ניט אַװעקפֿאָרן קײן אַמעריקע. מסתּמא האָט זי געהאַט עפּעס אַ פֿאָרגעפֿיל אַז ס'װעט איר ניט גוט זײַן אין אַמעריקע. דער טאַטע האָט נאָך אַ סך גרױסע קריגערײַען געפּועלט, און מיר האָבן אַלצדינג אײַנגעפּאַקט און מיט אַלעמען זיך געזעגנט.

 אױפֿן שיף, איז זי שטאַרק קראַנק געװאָרן. װען מיר זײַנען אָנגעקומען קײן עליס אײַלענד, האָט מען דערפֿאַר אונדז פֿאַרהאַלטן. דער טאַטע האָט מורא געהאַט אַז מע װעט אונדז – צוליב דער מאַמען, – ניט אַרײַנלאָזן. צום סוף, װײַל מיר זײַנען געװען אַ יונגע פּאָרפֿאָלק מיט צװײ יונגע מײדלעך, האָט מען אונדז אַרײַנגעלאָזט. דאָס איז מסתּמא דערפֿאַר װײַל אין אַמעריקע האָט מען געװאָלט יונגע מענטשן. דער עיקר זײַנען מיר געװען פֿײַן אָנגעטאָן, און דער טאַטע האָט אױפֿגעװיזן אַז ער גײט עפֿענען אַ ביוראָ און פֿירן האַנדל מיט זײַן שותּף אין װילנע. די דירעקטאָרן און אױפֿזעערס האָבן געקוקט אױף דעם זײער פּאָזיטיװ.

אין אַ קורצער צײַט נאָכן אָנגעקומען, איז אָבער די מאַמע (ע"ה) אױסגעגאַנגען. עפּעס אַ קרענק האָט איר פֿאַרכאַפּט און ניט אָפּגעלאָזט. איך מײן, אַז טײל פֿון דעם איז געװען צוליב איר מורה-שחורהדיקן געמיט אין דאַרפֿן פֿאַרלאָזן אַלע באַליבטע אין װילנע און װערן װי געצװאונגען צו פֿאָרן װײַט איבער לענדער און ימען צו אַ פֿרעמדן לאַנד .

----------

פעטערס: 3

מומעס: 3

קוזינס: 21 – אַלע פֿעטערס, מומעס און קוזינס זײַנען אין ווילנע (און אומגעגענט) און מיר האָבן ניט קײן קאָנטאַקט מיט זיי.

3.    

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער און שוועסטער: איך האָב נאָר איין שוועסטער – מײַן צווילינג, לאה.

4.    

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן:  נאָך ניט. איך האָב זיך באַקענט מיט אַ צאָל בחורים, אָבער זײ זײַנען ניט קײן ערנסטע. און כאָטש איך בין נאָך יונג, לױפֿן די יאָרן. איך בין אָבער איבערצײַגט, אַז אָט-אָט און עס װעט זיך באַװײַזן מײַן באַשערטער.

4.  פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.    

האָסט ליב/פײַנט

 

איך האָב ליב צו לייענען.

איך האָב גארניט און קיינעם ניט פײַנט.

2.    

וועגן זיך

 

איך בין פֿון דער נאַטור אַ צופֿרידענע, אָבער מער ערנסט פֿאַר מײן צװילינג, לאה. װען די מאַמע איז נפֿטר געװאָרן, און איז אַװעק אױף יענער װעלט, האָט עס דעם טאַטן זײער פֿאַרדראָסן. ערגער נאָך – עס האָט אים צעבראָכן, װײַל ער זעט אין דער טראַגעדיע זײַן אײגענעם שולד װאָס ער האָט פֿון דער מאַמען צוגענומען דעם פֿרײד פֿונעם לעבן, אין פֿאַרלאָזן װילנע מיט איר גרױסער משפּחה דאָרט.

 ער האָט עס אַזױ שטאַרק גענומען צום האַרצן אַז ער איז אַלײן קראַנק און פארשװאַכט געװאָרן. איך און לאה זײַנען דערבײַ – צו צװעלף יאָר, געװאָרן די "פֿרױען" פֿון שטוב און אַלץ באַזאָרגט װעגן עסן, רײנקײט, װעש, און װאָס ניט.

גלײַכצײַטיק, אָבער, האָט דער טאַטע מורא געהאַט אַז מיט זײַן שװאַכער געזונט װעט ער אונדז ניט קענען קײן סך העלפֿן אין לעבן, האָט ער געװאָלט אַז מיר זאָלן װאָס פֿריִער װערן זעלבסטשטענדיק. ער האָט פֿאַר אונדז געפֿונען לערערס אײַנצולערנען מיט אונדז ענגליש און נאָך לימודים, אין צוגרײטונג מיר זאָלן קענען לערנען אין אַ גױישן מיטלשול.

 און אַזױ איז געװען. מיר האָבן טאַקע געהאָלפֿן אין שטוב, אָבער דער עיקר האָבן מיר שטודירט מיט די גױים אין זײער "הײ-סקול" און זיך גוט באַקענט מיט דעם אַמעריקאַנער לעבן. און כאָטש שקאָצים האָבן זיך צו אונדז געטשעפּעט, און שיקסעס האָבן אונדז געװאָלט "ראַטעװען" און מאַכן פֿאַר גוטע קריסטן – איז אין זכות פֿון דער מאַמען (ע"ה) זײַנען מיר פֿאַרבליבן ייִדישע טעכטער.

3.    

דערצייל וועגן צילן און חלומות

מײַן חלום איז צו געפֿינען דעם ריכטיקן מאַן. איך װעל אָבער ניט לאָזן מײַן מאַן מיך פֿאַרפֿירן. אַלץ װעט באַשלאָסן װערן צוזאַמען. עס װעט ניט זײַן אַזאַ סיטואַציע װי ס'איז געשען מיט מײַנע עלטערן, װאו אײנער װעט באַשליסן, אַפֿילו קעגן דעם װילן פֿון דער צװײטער. גלײַכע שותּפֿים דאַרפֿן מיר זײַן.

4.    

ווילסט באַזוכן

איך האָב געטראַכט אַמאָל װעגן באַזוכן בוענאָס אײַרעס אין אַרגענטינע. איך האָב בײַ דער אַרבעט, מיט אַ קורצער צײַט צוריק, זיך באַקענט מיט אַ װילנער מײדל װאָס האָט דאָרט געלעבט אַ 5-6 יאָרן, אײדער זי איז אָנגעקומען אין ניו-יאָרק. זי האָט דערצײלט װעגן די מענטשן און װעגן דער נאַטור דאָרט, און עס האָט אַלץ געקלונגען אינטערעסאַנט.

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל