====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
מלכּה געגערמאַן (#8)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל 

1.  אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

נאָמען

מלכּה געגערמאַן

2

נומער

08

3

געבוירן דאַטע

15טן אַוגוסט, 1895

4

וואו געבוירן

וויזשניץ, בוקאָווינע

5

וואו געלעבט

אין בוקאָווינע – ביז 1910. בלויז אַ יאָר צײַט אין אַמעריקע.

6

הויך

1.50

7

וואָג

50 קילאָ

8

קאָליר אויגן

ברוין

9

קאָליר האָר

שוואַרץ

10

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

געקרײַזלטע האָר

2.  קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

שווימען

יאָ

2

ספּאָרט

יאָ

3

מוזיק

קען שיין זינגען, און אויך שפּילן אויף אַ פלייט – אָבער ניט פון נאָטן                      

4

קונסט

ניין

5

טאַנץ

כ'האָב שטאַרק ליב צו טאַנצן

6

טעאַטער

ניין

7

פּרעסע

ניין

8

פּאָעזיע

ניין

9

פּראָזע

ניין

10

קאָכן

ניין

11

אַגריקולטור

ניין

12

חיות

ניין

13

שפּראַך - 1

ייִדיש

14

שפּראַך - 2

דײַטש

15

שפּראַך - 3

אַ ביסל פּויליש (געוואוינט ניט ווײַט פון פּוילישער גרענעץ פון גאַליציע)

16

שפּראַך - 4

אַ ביסל ענגליש (כ'פאַרשטיי, אָבער שווער זיך אויסצודריקן)

3.  משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

מײַן פֿאָטער איז געװען אַ װאַלדמאַן און האָט גאַנץ גוט פֿאַרדינט. װען איך בין געװאָרן 12 יאָר אַלט, אָבער, זײַנען גזלנים-רוצחים אים באַפֿאַלן װען ער איז צוריקגעקומען פֿון אַ האַנדלס-געשעפֿט און אים באַרױבט און געלאָזן אַ נאַקעטן אױפֿן װעג. מע האָט אים געפֿונען פֿאַרפֿרױרן צום טױט.

----------

פעטערס: 2

מומעס:   0

קוזינס:    ניטאָ – דעם טאַטנס ברידער זײַנען נאָך צו יונג און האָבן נאָך ניט חתונה געהאט.

2

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע האָט קײן פֿאַך ניט געהאַט. אַן אײנציק קינד – יונגערהײט געװאָרן אַ קײַלעכדיקע יתומה, װײַל די עלטערן אירע זײַנען פֿרי געשטאָרבן, און זי איז אױפֿגעהאָדעװעט געװאָרן בײַ אַ שטרענגער מומע. בײַ דער ערשטער געלעגנהײט – בײַם באַקענען זיך מיטן פֿאָטער, האָט זי מיט אים חתונה געהאַט – מסתּמא מער פֿאַרן אַנטלױפֿן פֿון דער מומען אירער אײדער פֿאַר ליבע פֿאַרן טאַטן. זײ האָבן געלעבט צוזאַמען, קען מען זאָגן – אָבער ניט געליבט צוזאַמען. די מאַמע איז ניט געװען גלײַכגילטיק צום טאַטן – אָבער ניט ספּעציעל זיך באַצױגן צו אים. חוץ פֿאַר דעם, איז ער אָפֿט ניט געװען אין דער הײם און פֿלעג פֿאָרן װײַט און אױף לענגערע פּעריאָדן לגבי האַנדלען און פּרנסה. די מאַמע איז פֿאַרבליבן אין דער הײם דער עיקר מיט מיר, און נאָך אַ לענגערער תּקופֿה געהאַט נאָך אַ קינד. װען דער טאַטע איז אַװעק פֿון דער װעלט, האָט זי שױן ניט געהאַט פֿאַרװאָס צו פֿאַרבלײַבן, און זיך אַריבערגעצױגן קײן אַמעריקע. איצט איז זי װידער פֿאַרבליבן כּמעט אַלײן.

----------

פעטערס: 0 

מומעס: 0

קוזינס: 0.

3

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

שוועסטערל: שׂרה (3) – די מאַמעס פֿרײד (אַ חוץ פֿאַר מיר, הײסט עס). זי איז אַ לעבעדיק און קלוג מײדל. זי איז אָבער נאָך גאַנץ קלײן – פֿאַראַן צװישן אונדז אַ היפּשע אונטערשײד אין עלטער: 13 יאָר. איך האָב, דעריבער, ניט קײן צו שטאַרקע פֿאַרבינדונג מיט איר. און דער אונטערשײד אין אונדזער עלטער האָט מיך אױך ניט ספּעציעל צוגעצױגן צו איר. אַז איך האָב געמוזט – װען די מאַמע האָט באַדאַרפֿט אַרױסגײן, האָב איך זי אָפּגעהיט. דערפֿאַר אָבער, בין איך יונגערהײט פֿאַרבליבן די פּרנסה-געבערין פֿון דער משפּחה.

4

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן:      נאָך ניט

4.  פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אדער ברירה

1

האָסט ליב/פײַנט

 

כ'האָב ליב אַ גוטן לאָקשן זופּ צי אַ מאַמעליגע. כ'האָב ליב צו לײענען – װען סע לאָזט זיך, ספּעציעל מעשׂהס פֿון אַמאָל, און װעגן פּרינצן און פּרינצעסינס. כ'האָב אָבער פֿײַנט יענע װאָס האָבן חתונה יונג און זאָגן אַז זײ האָבן זיך ליב – איך מײן אַז דאָס איז אַ זאַך װאָס קומט מיט דער צײַט. מײַנע עלטערן פֿלעגן זיך ניט אַזױ ליבן. קלײנערהײט האָב איך באַמערקט װי זײ קריגן זיך אַ סך. אין די לעצטע יאָרן, אָבער איז װײכער געװאָרן צװישן זײ – פּונקט װי ס'װאָלט באַדאַרפֿט געדױערן צײַט אײדער מע געװאױנט זיך צו אײנע צום צװײטן, אײדער מע ליבט זיך אױף אַן אמת ...

2

וועגן זיך

 

איך האָב ליב צו לײענען, טאַנצן און שפּאַצירן אַלײן אין װאַלד – אין װיזשניצער װעלדער פֿלעג איך אָפֿט אַלײן אַרומװאַנדערן. אין ניו-יאָרק איז מיר כּמעט ניט אױסגעקומען צו שפּאַצירן אַלײן – אָדער אַפֿילו מיט מײַן מאַמען און שװעסטערל, צי מיט חבֿרטעס – װײַל קײן חבֿרטעס האָב איך ניט דאָ, כאָטש איך האָב זיך אָנגעהױבן באַפֿרײַנדן מיט נאָך עטלעכע מײדלעך אינעם טרײַענגל פֿאַבריק – אָבער זײ זײַנען מסתּמא שױן מער ניטאָ– מסתּמא שױן טױט... פֿאַרברענט געװאָרן... דאָס איז אַזױ טרױעריק.

3

דערצייל וועגן צילן און חלומות

איך האָב אַלעמאָל געחלומט – װי אין מײַנע מעשׂה-ביכלעך – אַז איך װעל זײַן װי אַ מין פּרינצעסין און חתונה האָבן מיט אַ רײַכן מאַן. ניט אַזױ פֿאַר ליבע – אין דעם גלױב איך ניט – נאָר פֿאַר די באַקװעמלעכקײטן – װי װען איך בין אַ קלײן מײדל געװען, און דער טאַטע האָט דעמאָלט געלעבט און גוט פֿאַרדינט...

 

און אַ סך קינדער װיל איך – ניט זײַן אַלײן װי מײַנע עלטערן אָדער װי איך. װײַל כאָטש איך האָב אַ ייִנגערן שװעסטערל איז זי צו יונג פֿאַר מיר זיך צו שפּילן מיט איר, און װען איך בין געװען קלײן האָב איך ניט געהאַט ניט קײן ברידער אָדער שװעסטער, און אױך ניט קײן קוזינס.

4

ווילסט באַזוכן

איך האָב קײנמאָל ניט געטראַכט פֿון װאו (אין װעלכן לאַנד, צי שטאָט) איך װאָלט געװאָלט באַזוכן – בלױז עס זאָל זײַן עקזאָטיש אָדער ראָמאַנטיש, מיט פּרינצן און פּרינצעסינס. אפֿשר אין אַ פּאַלאַץ אין אײראָפּע, אָדער ערגעץ אין אַן אַראַבישער אָדער הינדישער מדינה.

 

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל