====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 5

5.4 לימודים – II – וויסנשאַפט און וויסנקראַפט

צוריק צו: 5.3 מיטן העמערל קלאַפּ, קלאַפּ, קלאַפּ

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 5

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "וויסנשאַפט און וויסנקראַפט"

********

(15:00)

נאָכן עסן און נאָכן אָפּרוען זיך, קומען זײ זיך אַלע צונױף פֿאַר דעם המשך פֿון די לימודים. אַ טײל פֿון די מײדלעך קומט מיט צופֿרידנקײט צו די לעקציעס. אַנדערע באַקלאָגן זיך, אַז נאָך דעם װי זײ האָבן אַזױ שװער געהאָרעװעט אין דער פֿרי, קומט זײ נאָך אַ פֿאַר שעה זיך אָפּצורוען. אַנדערע זאָגן, אַז אַ פֿאַר שעה איז אױך ניט גענוג, – אַפֿילו מע זאָל זײ געבן עטלעכע טעג, מיט די בעסטע מאַסאַזשן...

די מערסטע, אָבער, זײַנען זײער נײַגעריק צו "באַקענען זיך מיט דער צוקונפֿט", װי עס האָט זײ אױפֿגעקלערט רײזל טשאַרנעס [#22].

– "מיר האָבן אַלע פֿאַרלאָזט דעם יאָר 1911," קלערט זי אױף פֿאַר אירע חבֿרטעס. "שטעלט אײַך פֿאַר, אַז דער פּאַסטעך װעט אין די נאָענטע טעג אָנהײבן אַנטפּלעקן פֿאַר אונדז אַלץ װאָס װעט פֿאַרקומען אין די קומענדיקע יאַרן. אַלע בײזע געשעענישן װעלן מיר אױסמײַדן, און פֿון אַלע גוטע נײַעסן קענען מיר הנאב האָבן, װי אױך פֿון דערפֿינדונגען און װיסנשאַפֿטלעכע און טעכנאָלאָגישע אַנטװיקלונגען. איך קוק פֿאָרױס מיט גרױס נײַגער צו פֿאַרברײטערן מײן װיסן און באַקענען זיך מיט די נײַע װאונדער פֿון דער װעלט, װאָס דער פּאַסטעך האָט צוגעזאָגט אונדז צו לערנען..."

דער פּאַסטעך שטעלט פֿריִער פֿאַר זײ פֿאָר דעם פּלאַן פֿון די הײַנטיקע לימודים. ער קלערט אױף פֿאַר זײ אַז די ערשטע צװײ קורסן װאָס זײַנען פּלאַנירט אױף דינסטיקס, אין דער צײַט, – עבֿריתּ און תּורה, װעט מען די װאָך ניט לערנען. ער װעט בלױז, אױף קורץ, אױפֿקלערן דאָס װאָס װעט װערן באַהאַנדלט אין די קומענדיקע װאַכן און חדשים, אָבער הײַנט מיט זײ דאָס ניט לערנען. דאָס איז דערפֿאַר, װאָס ער װיל אָפּגעבן מער צײַט פֿאַר צװײ װיכטיקערע קורסן: דאָס באַקענען זיך מיט נײַע װיסנשאַפֿטלעכע און טעכנאָלאָגישע אַנטװיקלונגען, און אין דער צװײטער לעקציע הײַנט, װעלן זײ באַהאַנדלען די געשיכטע פֿון דער װעלט צװישן די יאַרן 1911-1918.

– "די װאָך װעל איך מוזן, לײדער, זיך אַזױ פֿירן יעדן טאָג בעת די לעקציעס: אַ טײל, אָדער אפֿשר אַלע פֿון די פּלאַנירטע לעקציעס אין די קומענדיקע עטלעכע טעג װעלן מיר אָפּלײגן אױף דער קומענדיקער װאָך. איך װיל בעסער אָפּגעבן מער צײַט פֿאַר די לעקציע פֿון װעלט געשיכטע. און כאָטש געשיכטע קען, פֿאַר געװיסע מענטשן, זײן װײניק אינטערעסאַנט (מישטײנס געזאָגט, אַפֿילו פֿאַר אײניקע פֿון אײַך גאַנץ נודנע), מײן איך, אַז פּונקט די לעקציעס װעט איר דװקע געפֿינען צו זײן זײער אינטערעסאַנט, װײַל איר װעט זיך דערװיסן, מער אָדער װײניקער, װאָס װאָלט געשען צו אײַך (װען איר װאָלט דאָ ניט געװען), און אַװדאי װאָס װעט געשען צו אײַערע נאָענטע און פֿרײַנט, אין די קומענדיקע יאַרן און דורות."

– "פֿריִער אָבער, גאָר בקיצור, װעגן די לעקציעס װאָס מיר װעלן הײַנט ניט האָבן. קודם כּל די לעקציע פֿון עבֿריתּ. עס איז אָנגענומען אין מײן צײַט, אַז מענטשן רעדן און לערנען דאָס װאָס מע רופֿט אַן "מאָדערן" עבֿריתּ. דאָס איז לױט דעם ספֿרדישן אַרױסרײד. דאַרט װאו מיר זײַנען צוגעװאױנט אַרױסצורײדן למשל "סחורה" ("סכױראָ") און "שבת" ("שאַבאָס"), רעדט מען אױף מאָדערן העברעאיש אַרױס: "סכאָראַ" און "שאַבאַט", און אַזױ װײַטער. מיר װעלן אױך לערנען די מאָדערנע ליטעראַטור, װי אױך געזאַנג-לידער."

– "גלײַכצײַטיק אָבער, פֿאַרן תּורה לימוד, און דאַװנען, װעלן מיר פֿאַרבלײַבן מיטן לערנען לױט דעם טראדיציאנאלן אַשכּנזישן אַרױסרײד, װי מיר קענען דאָס (ענלעך צו דעם ייִדישן אַרױסרײד). מיר װעלן זיך באַמיִען אײַנהאַלטן בײַ דעם אַלגעמײנעם אַרױסרײד, למשל "ברוך" ("באָרוך") און "תּורה" ("טױראָ"), און אױסמײַדן דיאַלעקטישער אױסשפּראַך װי "בוריך" בײַ פּױלישע ייִדן, צי גאָר "טײרע", װי עס רײדן אַרױס די מערסטע ליטװישע ייִדן."

– "און אױב מיר רײדן שױן װעגן תּורה, מוזן מיר דאָס אױך אָפּלײגן הײַנט....

טאָ לאָמיר איצט גײן װײַטער..."

דער פּאַסטעך עפֿנט די לעקציע װעגן װיסנשאַפֿט מיט פֿראַגעס צו די תּלמידות, זײ זאָלן קודם כּל אױפֿקלערן װאָס איז דער אונטערשײד פֿון װיסנשאַפֿט און טעכנאָלאָגיע, און דערנאָך, בעט ער זײ צו דערצײלן גאָר קורץ װאָס זײ װײסן, און מיט װעלכע טעכנאָלאָגישע אַנטװיקלונגען זײ זײַנען באַקאַנט.

נאָך דעם אַרײַנפֿיר, רעכנט ער פֿאַר זײ מער אָדער װײניקער די אַלגעמײנע טעמעס װאָס װעלן װערן באַהאַנדלט אין די װײַטערדיקע לעקציעס:

נאַטור-װיסנשאַפֿט אַרײַנגערעכנט אָפּהיטן די סבֿיבֿה

עלעקטראָ-מאגנעטיזם און עלעקטראָניק (װי אױך קאָמפּיוטערײַ)

פֿיזיק און מעכאַניק

ביאָלאָגיע, כימיע, פֿיזיק

געאָלאָגיע, אסטראנאמיע,

– "װאָס שײך פּלאַנעטן און שטערן: צי האָט עמעצער אפֿשר געלײענט זשול װערנס מעשׂה "פֿון דער ערד, ביז צו דער לבֿנה"? – אין מײן צײַט האָט די װיסנשאַפֿט זיך גענוג אַנטװיקלט, מיט די טעכנאָלאָגישע מיטלען, אַז דאָס איז טאַקע געװאָרן אַ װירקלעכקײט. מענטשן האָבן געלאנדעװעט און שפּאַצירט אױף דער לבֿנה! מע האָט אַפֿילו געבױט אַ רױם-סטאַנציעװאָס דאָס איז אַ מין פֿליִענדיקער שיף װאָס דרײט זיך אַרום דער ערד, װאו מענטשן קענען װאױנען אין דעם (דאַרט מאַכט מען כּלערלײ עקספּערימענטן). עס װעט מירצעשעם דינען, מיט דער צײַט, װי אַ מין שפרינגברעט אױף װײַטער (ד.ה., אַז פֿון דאַרט װעלן װערן אַרױסגעשיקט נאָך רױם-שיפֿן). מע פּלאַנירט שױן איצט (אין מײן צײַט, הײסט עס) װי אַזױ צו דערגרײכן ביז צום פּלאַנעט מארס, און אַפֿילו נאָך װײַטער!"

דער פּאַסטעך קלערט פֿאַר זײ אױף גאָר בקיצור װעגן עראָפּלאַנען און אסטראנאוטיק, װעגן אונטערװאסערשיפן, טעלעװיזיע, טעלעקאָמוניקאַציע און סאַטעליטן, און נאָך. און כּדי זײ זאָלן ניט מײנען אַז די אַלע זאַכן זײַנען אױסגעטראַכטע מעשׂיות (אַ-לא זשול װערן), נעמט ער אַרױס עטלעכע גײקע-רײדקע קאמוניקירערס ["װאָקי-טאָקיס" בלע"ז –"walkie-talkies"] כּדי צו דעמאָנסטרירן אַװאַנסירונגען אין טעלעקאָמוניקאַציע. ער לאָזט זײ דאָס פּרובירן.

װען ער קלערט פֿאַר זײ אױף װעגן קאָמפּיוטער און ראָבאָטיק טעכנאָלאָגיע, װײַזט ער זײ אַ קלײנעם מאָדעל פֿון אַ קאָמפּיוטער-קאָנטראָלירטן ראבאט, און װײַזט זײ אױך אַ קלײנעם אױטאָמאָביל, װי אױך אַ קלײנעם העליקאָפּטער װאָס האָבן רעמאט-קאנטראלירערס. ער לאָזט זײ אױך פּרובירן פֿירן, מאַניפּולירן, און פֿליִען די אַפּאַראַטן.

– "גוט. דאָס איז גענוג אױף הײַנט. דעם קלײנעם אױטאָ װעל איך אײַך איבערלאָזן, איר זאָלט קענען זיך שפּילן מיט דעם. איך װעל אַפֿילו באַזאָרגן יעדע הױז מיט אַ מאָדעל, און איר װעט זיך קענען שפּילן מיט דעם, און אַפֿילו זיך פֿאַרמעסטן... יאָ, דאָס קען טאַקע זײן אינטערעסאַנט. שפּילט מיט דעם אַ פֿאַר טעג, און מירן אָרגאַניזירן אַ פֿאַרמעסט. אַ מין געיעג, פֿרײַטיק נאָך מיטאָג, גלײַך נאָכן עסן. װאָס זאָגט איר צו דעם?"

די מײדלעך זײַנען זײער ענטוזיאַסטיש װעגן דעם, דער עיקר די ייִנגסטע, חנה נױמאַן [#1].

– "און איצט, װעלן מיר מאַכן אַן איבעררײַס פֿון אַ 10-15 מינוט, און דערנאָך װעלן מיר זיך װידער צונױפֿקומען, און זיך פֿאַרנעמען מיט דער געשיכטע פֿון דער װעלט צװישן די יאָרן 1911 ביז 1918."

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 5.3 מיטן העמערל קלאַפּ, קלאַפּ, קלאַפּ

פאָרויס צו: 5.5 לימודים – III – די וועלט פון 1911 ביז 1918

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 5

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל