====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
לוטשיאַנאַ דעל-מאָנטע (#6)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל

אָנגעשריבן מיט עטלעכע טעג נאָכן אָנקומען

פאַרנאָטירט און איבערגעזעצט פונעם איטאַליעניש דורך פייגע-הינדע גאָלדבערג

1. אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

נאָמען

לוטשיאַנאַ דעל-מאָנטע   [פון אָנהייב געזאָגט אַז הייסט "חנה בערגמאַן"]

2

נומער

06

3

געבוירן דאַטע

27טן נאָוועמבער, 1886

4

וואו געבוירן

אין רוים, איטאַליע

5

וואו געלעבט

אין רוים, איטאַליע – ביז 1909 ווען איך בין איז אַוועקגעפאָרן קיין ניו-יאָרק

6

הויך

1.51

7

וואָג

55 קילאָ

8

קאָליר אויגן

ברוין

9

קאָליר האָר

שוואַרץ

10

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

געקרײַזלטע האָר

2. קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

שווימען

יאָ

2

ספּאָרט

יאָ

3

מוזיק

איך האָב ליב צו זינגען

4

קונסט

ניין

5

טאַנץ

יאָ

6

טעאַטער

ניין

7

פּרעסע

ניין

8

פּאָעזיע

קען אַ סך פון די איטאַליעניש-ייִדישע פּאָעמעס און לידער

9

פּראָזע

געלייענט אַמאָל אַ ביסל פון דער איטאַליענישער ליטעראַטור

10

קאָכן

יאָ

11

אַגריקולטור

ניין

12

חיות

ניין

13

שפּראַך - 1

איטאַליעניש

14

שפּראַך - 2

ענגליש – געלערנט מער אָדער ווייניקער ווי אַזוי זיך אויסצודריקן אין אַמעריקע

15

שפּראַך - 3

יידיש – געוויסע ווערטער און אויסדרוקן – למשל די פּאָפּולארע שעלט-ווערטער


3. משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

מײַן פאָטער איז אַ קצב אין רוים.

----------

פעטערס: 4

מומעס:    4

קוזינס:    אַ סך

2

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע האָט 10 קינדער (מיך אַרײַנגערעכנט). זי אַרבעט שווער אין דער היים, און פאַרדינט צו פון וואַשן די קליידער און פּרעסן (ווען מע דאַרף) בײַ געוויסע שכנים וואָס קענען זיך דערלויבן אַז אַנדערע (פאַר באַצאלט) זאָלן טאָן די אַרבעט.

----------

פעטערס: פינף

מומעס: איינס אין איטאַליע. געווען נאָענט צו איר און איר טעכטערל, וועראָניקאַ, דער עיקר נאָך דעם ווי דאָס מיידעלע איז געוואָרן אַ קײַלעכדיקע יתומה. איך האָב זי אַרײַנגענומען צו זיך (ד.ה. די מאַמע האָט געהייסן איך זאָל זי אַרײַננעמען). מיר זײַנען גיך געוואָרן גוטע חברטעס – ניט געקוקט אויף דעם וואָס פאַראַן 8 יאָר אונטערשייד צווישן אונדז.

קוזינס: אַ סך. די באַליבסטע איז אָבער די יונגע וועראָניקאַ וואָס איך האָב איר אויפגענומען און באַזאָרגט ווי אַ ייִנגערן שוועסטערל. אפילו ווען איך האָב פאַרלאָזט איטאַליע און אַריבער אין אַמעריקע זײַנען מיר געווען אין אַ נאָענטער פאַרבינדונג דורך דער פּאָסט, ביז איך האָב געקענט אײַנאָרדענען פאַר איר אַ בילעט, זי זאָל קענען קומען וואוינען מיט מיר דאָ. עס איז געווען אַזאַ פרייד איר צו זען – ווי שיין זי איז אויסגעוואַקסן.

איך האָב פאַר איר באַקומען אַן אַרבעט מיט מיר אין טרײַענגל פאַבריק, – איך זאָל קענען האַלטן אַן אויג אויף איר. סײַ ווײַל זי איז דאָך בלויז עטלעכע חדושים אין אַמעריקע און קען נאָך ניט די שפּראַך, סײַ ווײַל זי איז ניט נאָר יונג, אָבער אַ רייצנדע שיינהייט, וואָס אויב איך וועל זי ניט באַשיצן און האַלטן אַן אויג אויף איר, וועלן עס גיך וועלן טאָן די בחורים דאָ. און צוליב מײַן אייגענע ביטערע חתונה דערפאַרונג, פיל איך אַ נייט זי אָפּצוהיטן פון דאָס זעלבע סאָרט בלינדע ליבע ווי ס'איז מיט מיר געווען – וואָס דערפירט צו גאָרניט ערנסט, און אין מײַן פאַל צו אַ גיכער חתונה און אַ גיכערער גט....

3

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער: מיט מײַנע עלטערע ברידער בין איך שריפטלעך אין פאַרבינדונג.  מיט מײַנע שוועסטער, אָבער, האָב איך דווקע ווייניקער קאָנטאַקט... איך שטעל זיך פאָר, אַז דאָס איז דערפאַר וואָס די ייִנגלעך זײַנען ווייניקער פאַרטאָן מיט שטוב אַרבעט, און האָבן מערער פרײַע צײַט פון די פרויען.

4

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן:      געהאַט. נאָך אַן ערך 4 חדושים נאָך דער חתונה זיך געגט

קינדער: ניט – אפשר וועט מיר באַלד באַגליקן

4. פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

האָסט ליב/פײַנט

 

איך האָב פײַנט שוואַכע מענער – דער עיקר די וואָס נוצן אויס געוויסע בולטע שוואַכקייטן אויף צוצוציען אומוויסנדיקע יונגע מיידן, און דערנאָך זיי אַרויסשפּײַען האַלבצעקײַטערהייט.

2

וועגן זיך

 

ניטאָ קיין סך וואָס צו דערציילן. געלערנט ביז אינעם 5טן קלאַס. דערנאָך געהאָלפן דער מאַמען אין דער היים און אויך דעם טאַטן אין זײַן קראָם.

ווען מײַן מומע איז נפטר געוואָרן, איז דאָס ייִנגסטע מיידל, וועראָניקאַ, (מיט 8 יאָר ייִנגער פאַר מיר) געקומען וואוינען מיט אונדז – און פּונקט האָט די מאַמע מײַנע געהייסן איך זאָל זי אויפנעמען און אַרײַנפירן צו זיך, וואוינען מיט אונדז צוזאַמען.

פון אָנהייב, האָב איך ניט אַזוי געוואָלט. זי איז אָבער גיך געוואָרן מײַן בעסטע פרײַנט. איך האָב חתונה געהאַט, אָבער זיך באַלד נאָך דעם געגט האָב איך דעמאָלט באַשלאָסן צו פאַרלאָזן איטאַליע און זוכן מײַן גליק אין דעם אַזוי גערופענעם "גאָלדענעם לאַנד".

איך האָב, אָבער, פאַרן פאַרלאָזן, צוגעזאָגט וועראָניקאַן, אַז ווי נאָר איך וועל קענען, וועל איך זי פאַרבעטן צו זיך – קיין אַמעריקע. און אַזוי איז טאַקע געווען.

3

דערצייל וועגן צילן און חלומות

געפינען דעם ריכטיקן מאַן און בויען אַ משפּחה. פילן דעם גליק און פאַרגעניגן (צוזאַמען מיט דער פאַראַנטוואָרטלעכקייט) פון אויפהאָדעווען קינדער.

4

ווילסט באַזוכן

איך וויל לערנען צו קאָכן כּלערליי מאכלים, בײַ די בעסטע שעפן אויף דער וועלט, און אַליין ווערן אַמאָל אַ גרויסע און באַקאַנטע קעכערין/שעף

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל