====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. 2012. ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
רייזל טשאַרנעס (#22)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל

1. אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס און געזונט

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

נאָמען

רייזל טשאַרנעס

2.

נומער

22

3.

געבוירן דאַטע

12טן אויגוסט, 1893

4.

וואו געבוירן

לאָנדאָן (ווײַטטשעפל), ענגלאַנד

5.

וואו געלעבט

לאָנדאָן ביז 1906, נאָך דעם אין ניו-יאָרק

6.

הויך

1.54

7.

וואָג

55 קילאָ

8.

קאָליר אויגן

גראָ

9.

קאָליר האָר

שוואַרצע

10.

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

גלײַכע האָר

2. קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

שווימען

יאָ

2.

ספּאָרט

יאָ

3.

מוזיק

יאָ

4.

קונסט

יאָ

5.

טאַנץ

איך האָב ליב צו טאַנצן. אין מיטל-שול, אפילו געלערנט אַ ביסל באַלעט

6.

טעאַטער

יאָ

7.

פּרעסע

יאָ – אַרײַנגעשיקט אַן אַַרטיקל אין אַ זשורנאַל וועגן דער נאַטור און אַגריקולטור

8.

פּאָעזיע

איך האָב ליב צו שרײַבן לידער און פּאָעמעס

9.

פּראָזע

איך מיין אַז איך האָב פעיקייטן דערויף – שרײַבן.

10.

קאָכן

זייער גוט

11.

אַגריקולטור

ניין

12.

חיות

פֿערד און הינט קען איך. אַמאָל אַפֿילו געהאַלטן אױף זיך אַ פֿאַלק, װען איך האָב באַגלײט דעם טאַטן אױף אַ באַזוך צו זײַנעם אַ באַקאַנטן, אַן אַלטער סקאָטישער לאָרד װאָס װאױנט ניט װײַט פֿון גלאַסגאַו.

13.

שפּראַך - 1

ייִדיש – גאַנץ גוט.

14.

שפּראַך - 2

ענגליש – איך קען דאָס זייער גוט. סײַ לייענען און סײַ שרײַבן.

15.

שפּראַך - 3

פראַנצויזיש – איך קען דאָס זייער גוט. סײַ לייענען און סײַ שרײַבן.

3. משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

דער טאַטע האַנדלט מיט קױפֿן און פֿאַרקױפֿן לאַנד און הײַזער אין לאָנדאָן און אומגעגנט. ער פֿאַרדינט גאַנץ גוט. ער האָט אָנגעהױבן װי אײנע פֿון די הױפּט בוכהאַלטערס אין אַ בכובדיקער פֿירמע פֿון חשבון פֿירער. אײנע פֿון זײערע קליענטן איז געװען דער הױפּט-מײַסטער פֿון אַ פּריװאַטער לערן-אינסטיטוט פֿאַר די טעכטער פֿון רײַכע מענטשן. זײַענדיק ייִדן, האָט מען מיר ניט געקענט שיקן אַהין לערנען. דערפֿאַר אָבער, האָט ער דורך אים געשאַפֿן סאָלידע קאָנטאַקטן און געהאַט אײַנפֿלוס אױף די בעסטע לערערס אין ענגלאַנד, און פֿלעג פֿאַר מיר און מײַן שװעסטערל ברענגען די בעסטע פֿון זײ אונדז צו לערנען פּריװאַט: קונסט, מוזיק, זינגען, נאָטן-שרײַבן און סאָלפֿעזש, מאַטעמאַטיק, געשיכטע, און נאָך אַ סך סאָרטן לימודים.

ער האָט אײנמאָל אַפֿילו אַהײמגעבראַכט אַ שװערד-מײַסטער, אַ געװעזענער אָפֿיציר אין דעם ענגלישן מלכותדיקן אַרמײ – פֿאַר זיך, אים צו לערנען װי זיך צו באַהאַנדלען מיט אַ שװערד, און אַפֿילו שיסן מיט אַ פּיסטױל. דערבײַ, זײַענדיק זײער נײַגעריק צו זען אַלץ און אַלץ אײַנזאַפּן, האָב איך געהאַט די העזה צו בעטן אױב איך קען אױך פּרובירן. איך בין אַלט געװען 13. דער מאַן האָט געקוקט אױף מײַן טאַטן – און ער איז מסכּים געװען, האָב איך אױך געהאַט אַ צאָל לעקציעס אין דעם קונסט פֿון שװערד-שפּיל.

 ----------                

פעטערס: 1  

מומעס: 2

קוזינס: 2

2.

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע אַרבעט ניט. זי שטאַמט פון יחוסדיקע רבנישע משפּחות.

 ----------

פעטערס: 2

מומעס: 2

קוזינס: 9

3.

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער און שוועסטער: איך האָב איין שוועסטער. זי איז ייִנגער פֿאַר מיר און לעבט נאָך מיט טאַטע-מאַמע אין ענגלאַנד.

4.

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן:  איך האָב זיך באַקענט מיט אַ בחור. מיר קענען זיך קױם 4 חדשים. מיר האָבן גערעדט אַ פּאָר מאָל. ער זאָגט אַז איך בין אַ קלוג מײדל און װיל זיך בעסער באַקענען מיט מיר. איך האָב אים אַמאָל געזען מיט אַנדערע מײדלעך. װען איך האָב אים געפֿרעגט װעגן דעם, האָט ער געענטפֿערט אַז דאָס איז ניט ערנסט. זײ זײַנען ניט קײן קלוגע מײדן – מיט מיר װאָלט ער יאָ געװען ערנסט. לאָמיר האָפֿן.

4. פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

האָט ליב/פײַנט

איך האָב ליב צו לײענען – דער עיקר װעגן נײַע אַנטװיקלונגען און פֿאָרשונגען אין װיסנשאַפֿט. איך קען אַ ייִד, אַ דאָקטאָר, און ער האָט זיך אַ ביסל פֿאַראינטערעסירט אין מיר – דאָס הײסט, אין מײַן װיסנדורשט. ער האָט באַקומען פֿאַר מיר עטלעכע אַלטע אױסגאַבעס פֿון דעם באַרימטן אַמעריקאַנער װיסנשאַפֿט זשורנאַל "Scientific American". אײנע פֿון 1899, למשל, װעגן דעם װאַקסנדיקן פֿענאָמען פֿון ביציקלעטן און אױטאָמאָבילן. אָדער ביכער װעגן פּאָפּולערער װיסנשאַפֿט, געזונט, און אַסטראָנאָמיע.

2.

וועגן זיך

 

איך בין געבױרן געװאָרן אין אַ פֿאַרמעגלעכער משפּחה אין לאָנדאָן. דאָרט באַקומען אַ גוטע דערציִונג דורך פּריװאַטע לערערס. איך האָב אַ גרױסן דורשט פֿאַר װיסן. איך לײען אַלץ װאָס סע פֿאַלט מיר אַרײַן אין האַנט, און איך זוך אַלעמאָל צו שעפּן פֿון די װאָס קענען מער און בעסער פֿאַר מיר.

3.

דערצייל וועגן צילן און חלומות

מײַן חלום איז צו ווערן אַ פֿאָרשערין און לעקטאָרין אין אַ מעדיצינישער שול אָדער אין אַן אינזשיניער שול, אָדער אפשר צו ווערן אַן אַרכיטעקטין. – איך האָב נאָך ניט באַשלאָסן.

4.

וויל באַזוכן

איך וואָלט וועלן באַזוכן די גרויסע ביבליאָטעקן פון דער וועלט.

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל