====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
זיסע ווײַנבערג (#26)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל

1. אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס און געזונט

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

נאָמען

זיסע ווײַנבערג

2.

נומער

17

3.

געבוירן דאַטע

26סטן מערץ, 1894

4.

וואו געבוירן

וואַרשע, פּוילן

5.

וואו געלעבט

אין וואַרשע – ביז פֿאַראַיאָרן (1910)

6.

הויך

1.65

7.

וואָג

55 קילאָ

8.

קאָליר אויגן

ברוין

9.

קאָליר האָר

שוואַרץ

10.

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

גלײַכע האָר

2. קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

שווימען

יאָ

2.

ספּאָרט

ניין

3.

מוזיק

איך קען שפּילן אויף אַ פידל

4.

קונסט

ניין

5.

טאַנץ

איך האָב ליב צו טאַנצן

6.

טעאַטער

איך בין אָפֿט געװען אין טעאַטער אין װאַרשע – מיט טאַטע-מאַמע

7.

פּרעסע

איך נעם זעלטן אין האַנט אַ צײַטונג, אָבער װען איך האָב עס שױן אין האַנט לײען איך ביז צום סוף.

8.

פּאָעזיע

קיינמאָל ניט פּרובירט שרײַבן – אָבער איך האָב ליב צו הערן

9.

פּראָזע

איך האָב ליב צו לייענען ראָמאַנען און אויך ביכער וועגן געזונט און וועגן נאַטור- װיסנשאַפֿט.

10.

קאָכן

איך קען אַ ביסל – אָבער אין דער היים, טוט די מאַמע אַלץ.

11.

אַגריקולטור

ניין

12.

חיות

איך האָב אַמאָל געהאַט אַ קעצעלע – אָבער די מאַמע האָט עס אַוועקגעטריבן

13.

שפּראַך - 1

ייִדיש – גאַנץ גוט.

14.

שפּראַך - 2

ענגליש – איך פֿאַרשטײ אַ ביסל. לײענען איז לײַכטער, װײַל די אותיות זײַנען ענלעך צו די פּױלישע און פֿראַנצױזישע – און דאָך איז שװערלעך...

15.

שפּראַך - 3

פּױליש – פֿון אַלע די שפּראַכן װאָס איך קען, קען איך פּױליש אַמבעסטן – סײַ לײענען און סײַ שרײַבן.

16.

שפּראַך - 4

פֿראַנצױזיש – געלערנט סײַ לײענען און סײַ שרײַבן.

17.

שפּראַך - 5

דײַטש – געלערנט סײַ לײענען און סײַ שרײַבן.

18.

שפּראַך - 6

רוסיש – געלערנט סײַ לײענען און סײַ שרײַבן.

3. משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

דער טאַטע, איז אַן אַפּטײקער. ער האָט געלערנט אין פּאַריז און דערנאָך געאַרבעט דאָרט אַ פּאָר יאָר. װען ער איז צוריקגעקומען קײן װאַרשע האָט ער זיך באַקענט מיט דער מאַמען, און דאָרט מיט איר חתונה געהאַט. קורץ נאָך דעם, האָט ער געעפֿנט אַן אַפּטײקערײַ.

מיט 6 יאָר צוריק, האָט ער אָפּגעמאַכט מיטן ייִנגערן ברודער זײַנעם װאָס האָט נאָך ניט חתונה געהאַט, ער זאָל פֿאָרן אין אַמעריקע, זען װי דאָס לעבן איז דאָרט.

דער פֿעטער האָט זיך גיך אײַנגעאָרדנט. אין אַ קורצער צײַט שפּעטער, האָט ער אַרױסגעשיקט פֿאָר-פּאַסן און בילעטן מײַן מומען מיט איר מאַן (די צװײ קינדער זײַנען געבױרן אין אַמעריקע), און דערנאָך באַזאָרגט טאַטע-מאַמע, זײ זאָלן אױך פֿאַרלאָזן פּױלן און קומען קײן אַמעריקע.

----------                

פעטערס:1  

מומעס:1

קוזינס: 2 – סײַ דער פעטער און סײַ די מומע (און מײַנע 2 קוזינס) זײַנען איצט אין ניו-יאָרק

 

2.

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע קומט פֿון אַ משפּחה פֿון רײַכע ייִדישע סוחרים. װען זי האָט זיך באַקענט מיטן טאַטן, איז איר טאַטן (דעם זײדע סימיאָן - שמעון) ניט אַזױ געפֿעלן דעם שידוך. װען ער האָט זיך אָבער בעסער באַקענט מיטן טאַטן, האָט ער אײַנגעזען אַז סײַ דער טאַטע און סײַ די מאַמע זײַנען שטאַרק פֿאַרליבט, און זײַן ניט געפֿעלן, צי ניט מסכּים זײַן, װעט גאָרניט ענדערן דעם מצבֿ. האָט ער אײַנגעגעבן און אַפֿילו געהאָלפֿן דעם טאַטן עפֿענען דעם אַפּטײק.

די מאַמע מײַנע איז אַ געבילדעטע. זי האָט פֿון קינדװײַז אָן געהאַט פּריװאַטע לערערס. װען איך בין געבױרן געװאָרן, האָט זי גלײַך אָנגעשטעלט אַ פֿרױ זאָל מיך היטן, און װי נאָר איך האָב געקענט גײן – אָנגעהױבן ברענגען פֿאַר מיר לערערס און לערערקעס... הקיצור זי האָט געזאָרגט איך זאָל האָבן אַ גאַנץ ברײטע און רײַכע דערציִונג אין פֿאַרשײדענע געביטן .

----------

פעטערס: 2

מומעס: 0

קוזינס: 5 – אַלע קוזינס (מיט זייערע עלטערן) זײַנען נאך אין פּוילן

3.

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער און שוועסטער: איך האָב איין ייִנגערן ברודער, סאַלאָמאָן (שלמה).

4.

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן:  איך האָב ניט קיין חבר.

4. פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

האָסט ליב/פײַנט

איך האָב ליב צו לייענען

2.

וועגן זיך

 

פֿון זינט איך געדענק, האָב איך געהאַט אַרום זיך לערערס און דערציִערס, װי אױך קולטור מענטשן, – פּאָעטן און שרײַבערס װאָס פֿלעגן באַזוכן בײַ אונדז אין װאַרשע.

איך האָב געלערנט אַ סך שפּראַכן און װעגן זײערע קולטורן, געלײענט פֿון זײערע ליטעראַטורן. מסתּמא אָבער בין איך מערער װי דער טאַטע – װאָס איז אַן אַפּטײקער, – װײַל איך האָב שטענדיק זיך מערער פֿאַראינטערעסירט אין נאַטור װיסנשאַפֿט.

כאָטש דער טאַטע הײבט זיך ערשט אַן אײַנאָרדענען – מיט דער הילף פֿון זײַן ייִנגערן ברודער װאָס איז אָנגעקומען קײן אַמעריקע מיט יאָרן פֿריִער – איז נאָך שװער אין שטוב, װעגן פּרנסה. האָב איך באַשלאָסן, אַז איך דאַרף אַרױסהעלפֿן – דערצו װעל איך אַלץ אײנס דאַרפֿן צופאַרדינען אױב איך װיל נעמען פּריװאַטע לעקציעס אױף אױסצובעסערן מײַן ענגליש – און בכלל פֿאַר די העכערע לימודים מײַנע – װאָס איך װיל שטודירן: מעדיצין.

דערפֿאַר בין איך געגאַנגען אַרבעטן אינעם טרײַענגל פֿאַבריק. ניטאָ קײן גרױסער אױסקלײַב פֿון ערטער װאָס װאָלטן אָנגענומען אַזאַ "גרינע" װי איך, װאָס קען אַזױ שװאַך ענגליש.

3.

דערצייל וועגן צילן און חלומות

איך טראַכט צו שטודירן מעדיצין און ווערן אַ דאָקטאָרשע.

4.

ווילסט באַזוכן

איך וויל באַזוכן שיינע נאַטור ערטער. צי ערגעץ אין אַן אינדזל, צי אין אַן אַפריקאַנער דזשונגל – עס זאָל זײַן עפּעס אינטערעסאַנט.

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל