====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
סאָסיע טייטלבוים (#15)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל

1.   אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס און געזונט

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.      

נאָמען

סאָסיע טייטלבוים

2.      

נומער

15

3.      

געבוירן דאַטע

15טן דעצעמבער, 1892

4.      

וואו געבוירן

קאַווקאַזער בערג, רוסלאַנד

5.      

וואו געלעבט

טבילסי ביז 1909, נאָך דעם אין ניו-יאָרק

6.      

הויך

1.68

7.      

וואָג

70 קילאָ

8.      

קאָליר אויגן

גראָ

9.      

קאָליר האָר

העל ברוין

10.             

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

געקרײַזלטע האָר

2.   קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.      

שווימען

יאָ

2.      

ספּאָרט

ניין

3.      

מוזיק

ניין

4.      

קונסט

ניין

5.      

טאַנץ

ניין

6.      

טעאַטער

ניין

7.      

פּרעסע

ניין

8.      

פּאָעזיע

ניין

9.      

פּראָזע

ניין

10.             

קאָכן

ניט שלעכט

11.             

אַגריקולטור

יאָ

12.             

חיות

בהמות, קי און פערד

13.             

שפּראַך - 1

ייִדיש – גאַנץ גוט.

14.             

שפּראַך - 2

ענגליש – שוואַך.

15.             

שפּראַך - 3

רוסיש – גוט.

16.             

שפּראַך - 4

ראָמאַני (צעגײַנער-שפּראַך) – גוט.

3.   משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.      

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

מײַן טאַטע איז אַ סטאָליער און מאַכט שײנע מעבל. װען ער איז געװען יונג, איז ער געפֿאָרן אין טערקײַ לערנען װי זײ מאַכן דאָרט מעבל און באַאַרבעטן האָלץ. דאָרט האָט ער זיך באַקענט מיט מײַן מאַמען, זיך פֿאַרליבט און אין אַ קורצער צײַט נאָך דעם חתונה געהאַט מיט איר.

----------                             

פעטערס: 3  

מומעס: 1

קוזינס: 20

2.      

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע איז פֿון אײַזערבידזשאַן. ניט קײן אשכּנזישע. איר שבֿט ייִדן באַשטײט פֿון װאַנדערנדיקע סוחרים. זי קען זײער גוט קאָכן. זי איז געװען מיט איר פֿאָטער בײַ קרובֿים אין טערקײַ, װען זי האָט זיך באַקענט מיט מײַן טאַטן. ער האָט דעמאָלט געאַרבעט בײַ אַ לאָקאַלן ייִדישן סטאָליער בײַם מאַכן מעבל. ער האָט געטאָן אַן אױסגעצײכנטע אַרבעט און װען מײַן מאַמעס משפּחה איז געקומען באַזוכן דעם אָרט װאו מע מאַכט די מעבל – כּדי צו באַשטעלן נאָך, האָט זי זיך דאָרט באַקענט מיטן טאַטן.

 נאָך דער חתונה האָבן זײ אַ שטיקל צײַט נאָך געװאױנט אין טערקײַ (איך װײס ניט גענױ װאו, אין װעלכן שטאָט) און דערנאָך צוריקגעפֿאָרן צום קאַװקאַז.

----------

פעטערס: 8

מומעס: 4

קוזינס: אַרום 100 – אָבער איך קען כּמעט קײנעם ניט. די מערסטע פֿון זײ זײַנען נאָך אין אײַזערבידזשאַן אָדער װאַנדערן אַרום אױף די מסחר-װעגן, און קומען זעלטן אין קאַװקאַז. די עטלעכע װאָס איך געדענק, זײַנען געװען זײער שײן – קאָלירפֿול – אָנגעטאָן, ענלעכער אױף טערקן װי אױף אשכּנזישע ייִדן װאָס גײען געװײנטלעך טונקל אָנגעטאָן.

3.      

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער און שוועסטער: איך האָב זעקס ברידערלעך און זיבן שוועסטערלעך: אַלע יינגער פֿאַר מיר. 

4.      

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן:  נאָך ניט. עס װעט פֿאַר מיר זײַן שװער צו געפֿינען אַ חתן. אַלע ייִדישע לײַט דאָ, זײַנען שװאַכינקע. איך דאַרף אַ פֿעסטן מאַן. איך האָף נאָך צו געפֿינען.

4.   פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.      

האָסט ליב/ פֿײַנט

 

איך האָב פֿײַנט די װאָס זיצן און טוען גאָרניט – בלױז קענען קריטיקירן. דאַקעגן איך האָב ליב אַ גוטער יאַט, װאױלע יונגען און אַרבעטער. װען מיר זײַנען אָנגעקומען אין ניו-יאָרק, און איך האָב באַװאונדערט די הױכע מױערן פֿון 6 און מער שטאָק, און דער עיקר אַזעלכע מענער װאָס בױען זײ – האָב איך געמײנט אַז איך בין אין גן-עדן. איך פֿלעג שעהן-װײַז נאָכקוקן און זען װי עס גײען אַרױף נײַע בנינים. מסתּמא האָט מען אַזױ געפֿילט אין מצרים, װען די גרױסע פּיראַמידן זײַנען אױפֿגעשטעלט און געבױט געװאָרן.

2.      

וועגן זיך

 

איך האָב ליב צו אַרבעטן. נאָר גיב מיר װאָס צו טאָן, און איך בין צופֿרידן. שבת און יום-טובֿ, למשל איז גוט צו זײן מיט דער משפּחה, זיך אַ ביסל אָפּרוען. עסן גוטע מאכלים.... אָבער נאָך אַ װײַלע װער איך משוגע פֿון גאָרניט טאָן און עס װילט זיך אַז דער הײליקער טאָג זאָל שױן אַריבער.

3.      

דערצייל וועגן צילן און חלומות

איך װײס אַז פֿרױען טוען דאָס ניט (אַזױ האָט מען אונדז געזאָגט, װען מיר זײַנען אָנגעקומען אין אַמעריקע) – אָבער סע װילט זיך כאַפּן אַ האַמער אין האַנט און אַרײַנקלאַפּן טשװאָקעס אין אַ ברעט, אָדער מיט אַ זעג אָפּזעגן אַ שטיק האָלץ. בײַ מײַן טאַטן דעם סטאָליער, האָב איך גוט געלערנט די טעכניקן פֿון אַרבעטן מיט האָלץ. איך האָב אים אַפֿילו געהאָלפֿן דערגאַנצן מעבל, װען ער האָט געהאַט אַ סך אַרבעט און ניט געהאַט װער עס זאָל אים העלפֿן.

4.      

ווילסט באַזוכן

דאָס װײס איך ניט װאָס צו ענטפֿערן – װער חלומט עס דען? װער פּלאַנירט גאָר אױף מאָרגן, װען ס'איז פֿאַראַן אַזױפיל איצט צו טאָן...???

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל