====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
מאַשע לעווין (#11)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל

1. אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס און געזונט

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.   

נאָמען

מאַשע לעווין

2.   

נומער

11

3.   

געבוירן דאַטע

30סטן אָקטאָבער, 1888

4.   

וואו געבוירן

קראָקע, פּוילן

5.   

וואו געלעבט

אין קראָקע ביז דער חתונה (1906), און פון 1908 אין ניו-יאָרק

6.   

הויך

1.47

7.   

וואָג

45 קילאָ

8.   

קאָליר אויגן

גראָ/בלאָ

9.   

קאָליר האָר

שוואַרץ

10.        

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

גלײַכע האָר

2. קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.   

שווימען

ניין

2.   

ספּאָרט

ניין

3.   

מוזיק

יאָ – פּיאַנע שפּילן 

4.   

קונסט

ניין

5.   

טאַנץ

איך האָב ליב צו טאַנצן.

6.   

טעאַטער

ניין

7.   

פּרעסע

ניין

8.   

פּאָעזיע

יאָ – אַ ביסל געשריבן.

9.   

פּראָזע

ניין

10.        

קאָכן

יאָ

11.        

אַגריקולטור

ניין

12.        

חיות

פערד קען איך גוט. פון קינדווײַז אָן געווען אַרום זיי.

13.        

שפּראַך - 1

ייִדיש – זייער גוט

14.        

שפּראַך - 2

ענגליש – ניט שלעכט

15.        

שפּראַך - 3

פּויליש – גאַנץ גוט

 

3. משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.   

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

מײַן פֿאָטער איז אַ בעל-עגלה. ניט קײן געלערנטער, אָבער שטרענג אין זײַן צוגאַנג צו ייִדישקײט. געשיקט די ייִנגלעך פֿריִער אין חדר, און דערנאָך לערנען װײַטער אין אַ ישיבֿה – אַפֿילו זײ זײַנען ניט געװען קײן גרױסע תּלמידי-חכמים (מישטײנס געזאָגט).

----------

פעטערס: 3 – אויך בעל-עגלהס, ווי דער טאַטע

מומעס: 0

קוזינס: 10

2.   

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע איז אַ נייטאָרין, פון אַן אָרעמער, אָבער באַלעבאַטישע משפּחה.

----------

פעטערס: 2 (געווען נאָך 3 אָבער געשטאָרבן יונג)

מומעס: 2

קוזינס: 13

3.   

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער און שוועסטער: צװײ עלטערע ברידער – אַרבעטן מיטן טאַטן און די פֿעטערס װי בעל-עגלהס. זײ זײַנען חתונה געהאַטע, און האָבן – צו יעדער אײנער 2 קינדערלעך. איך בין די מיטעלע טאָכטער, און האָב נאָך צװײ ייִנגערע ברידער װאָס "קװעטשן די בענק" און עסן טעג.

קײן שװעסטערס האָב איך ניט.

4.   

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן:  איך בין אַ געגטע פֿרױ. מײַן מאַן איז געװען דער זון פֿון אײנע פֿון מײַנע פֿעטערס חבֿרים – אױך אַ בעל-עגלה. אַן אױסװאורף. אַ גאָרניט. מע האָט מיר געמאַכט דעם שידוך – מן הסתּם װי אַן אַרבעטס-אָפּמאַך צװישן די בעל-עגהלסאַזױ האָט זיך עס געפֿילט, װי מע מאַכט אָפּמאַכן און מע קױפֿט און פֿאַרבײַט זיך מיט פֿערד.

אין דער אמתן, װאָלט עס מיר ניט אַזױ געאַרט. מײַן גאַנץ לעבן בין איך געװען אַרום פֿערד און בעל-עגהלס. איך בין געװען צוגעװאױנט צו אַ פּראָסט לעבן. די מענטשן פֿון מײַן סבֿיבֿה, מיט װעמען איך בין אױפֿגעװאַקסן, זײַנען ניט קײן געבילדעטע מענטשן, אָבער געטרײַע, פֿעסטע ייִדן. בדרך כּלל גוטע און אָרנטלעכע מענטשן – פּשוטע. דער בחור צו װעמען מע האָט מיר געשדכנט אָבער, האָט געזוכט אַרױסצוקריכן פֿון אונטערן עול פֿון שװערער אַרבעט, און האָט געזוכט עפּעס בעסערס. מסתּמא, עפּעס לײַכטער צו טאָן. ער איז ניט געװען קײן גרױסע צאַצקע אין װעלן אַרבעטן און זיך אָנהאָרעװען װי אַן אָרנטלעכער בעל-עגלה טוט עס זײַן גאַנץ לעבן.

זאָל זײַן. ער איז דאָך מײַן מאַן, און איך דאַרף אים פֿאָלגן, אַפֿילו װאָס מע האָט אים געעצהט אַז דאָס איז ניט פֿאַר אים, און אַז ער זאָל נאָכגײן די טריט פֿון זײַנע אָבֿות-אַבֿותינו און װערן אױך אַ בעל-עגלה. – אָבער נײן. ער איז געװען אײַנגעעקשנט אַז ער מוז זוכן אַן אַנדער פּרנסה אין לעבן – גײן זײַן װעג. טאָן װאָס ער װיל. פֿון אָנהײב, בין איך טאַקע געװען שטאָלץ פֿון אים. אָבער איך האָב ניט געװאוסט װי עס װעט זיך אױסלאָזן, אַז זײַן מי װעט זײַן אױף מײַן חשבון.

זײַנען ערשטע פּרואװן אין מסחר זײַנען ניט געװען קײן געלונגענע, אָבער זײַן כּעס װאָס ער האָט אַרױסגעװיזן אױף זײַן אײגענער דורכפֿאַל האָט ער געװאָנדן אױף מיר. עס פֿלעגט אים ניט גײן גוט, פֿלעגט ער מיך שעלטן – מיך באַשולדיקן אין זײַן שלעכטער מזל – און מיך שלאָגן.

פֿון אָנהײב, האָב איך קײנעם ניט דערצײלט. איך האָב געטראַכט אַז אפֿשר בין איך טאַקע געװען עפּעס שולדיק אין געװיסע זאַכן. די רביצין פֿון דער שיל װאו מיר פֿלעגן יום-טובֿ גײן דאַװנען האָט מיר געזאָגט אַז מסתּמא איז עפּעס ניט גוט אין שטוב – בודק זײַן די מזוזות, אפֿשר אַלײן מאַכן אַ תּיקון און זען װאו איך זינדיק – אפֿשר אָנצינדן נאָך אַ שבת ליכט, אפֿשר טאָן נאָך אַ מצװה צי צװײ, לײענען תּהילים – און אַזױ אַרױסטרײַבן די ייִצר הרע אין מיר. און דערצו: דאָס אָננעמען פֿאַר גוטס – װײַל דער מאַן איז אַלעמאָל גערעכט. פֿון אָנהײב האָב איך זיך טאַקע אַזױ געפֿירט. געזוכט װי אַלײן זיך צו פֿאַרבעסערןפּרובירן פֿאַרשטײן מיט װאָס איך זינדיק אונטער...

איך האָב אים אַפֿילו פּרובירט אײַנשטילן, און איבערגעװינען מיטן זײַן ספּעציעל זיס צו אים. רײדן װען מע דאַרף און שװײַגן די מערסטע צײַט. פֿאַר אים קאָכן זײַנע באַליבסטע מאכלים. געבן אים ... דאָס װאָס אַ מאַן דאַרף... אַפֿילו איך האָב קײן גרױס חשק ניט געהאַט... ס'האָט גאָרניט ניט געהאָלפֿן.

נאָך אַ יאָר צײַט פֿון זײַן זילזול, האָב איך מער ניט געקענט אױסהאַלטן. איך האָב די גאַנצע צײַט געהאַט געשװיגן. זיך אײַנגעהאַלטן, װי עס טוט אַ גוטע און פֿרומע ייִדישע טאָכטער. אָבער איך האָב מער ניט געקענט. עס איז געװאָרן אַלץ ערגער. ער פֿלעגט זיך אָנשיכּורן. אַהײמקומען שפּעט... און מיר שלאָגן.

האָב איך פֿון אים געפֿאָדערט ער זאָל זיך בײַטן, זיך אױפֿפֿירן מיט מיר װי אַ מענטש און ניט װי אײנע פֿון די פֿערד װאָס מע פֿלעגט שמײַסן מיט אַ בײַטש (מסתּמא מער האָט ער ניט געקענט, װי שלאָגן). עס האָט ניט געהאָלפֿן.

װען מיט גוטן און אױך מיט מיט סטראַשען האָט ניט געהאָלפֿן, האָב איך בײַ אים געבעטן אַ גט. זײַן ענטפֿער איז געװען: ער האָט מיר נאָך שטאַרקער און אָפֿטער געשלאָגן... ער האָט ניט געװאָלט אָפּלאָזן. ער האָט, װײסט אױס, געדאַרפֿט האָבן אַ קרבן אױף װעמען צו קענען אױסגיסן זײַן צאָרן װען די זאַכן זײַנען ניט געגאַנגען װי ער האָט געװאָלט.

מײַן אײנציקע גליק איז געװען װאָס סײַ מײַן טאַטע און סײַ מײַנע ברידער האָבן מיר זײער ליב געהאַט (די מאַמע אױך, פֿאַרשטײט זיך – אָבער דאָ איז געװען אַן ענין פֿון צװישן מענער). הקיצור, אין אַ קורצער צײַט נאָך דעם װי איך האָב דערצײלט מײַן עלטערן ברודער, האָבן די ברידער מײַנע געכאַפּט אַ "שמועס" מיט מײַן מאַן און ער איז אין אַן אָװנט אַהײמגעקומען אַ צעבלוטיקטער און צעבײַלטער. ער איז אַרײַן אין צימער זיך אָפּװאַשן און זיך איבערטאָן. ער איז צוגעגאַנגען צום אַלמער און האָט אַרױסגענומען אַ פֿלאַש בראָנפֿן און געזאָגט צו מיר אַזױ:

"מאַשע, טו זיך אָן. מיר גײען צום רבֿ".

און אַזױ איז טאַקע געװען. מיר זײַנען געגאַנגען צום רבֿ און אין דעם זעלבן אָװנט זיך אָפּגעשײדט אױף אײביק.

מיט אַ יאָר שפּעטער האָב איך פֿאַרלאָזט קראָקע און געזוכט מײַן גליק אין אַמעריקע, װײַט פֿון מײַן געװעזענעם מאַן, און האָפֿנטלעך װאָס װײַטער פֿון מענער, בכלל.

4. פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.   

האָסט ליב/פײַנט

 

איך האָב ליב די שטילקײט פֿונעם אָװנט. איך לערן זיך צו לײענען ענגליש, און האָב אָנגעהױבן לײענען אַ שײנעם ראָמאַן. נאָר לײדער האָב איך אַזױ װײניק צײַט פֿאַר זיך – איך קום אַהײם נאָך דער אַרבעט אַן אױסגעמאַטערטע – אינגאַנצן אַ צעהרגעטע, – און װיל בלױז שלאָפֿן און כ'האָב שױן ניט קײן כּוח עפּעס אַנדערש צו טאָן. סײַ װי אין מײַן קלײנער ענגער און טונקעלער דירה איז ניטאָ די מעגלעכקײט צו לײענען. קײן קעראָסין לעמפּל האָב איך ניט. איך קום אַהײם און אַלץ איז פֿינצטער. איך האָף, אײן טאָג, אַז איך װעל זיך אַרױפֿאַרבעטן און אַ ביסל אײַנשפּאַרן, װעל איך קענען געפֿינען מער צײַט פֿאַר זיך – פֿאַר אײגענע פֿאַרגעניגנס.

כ'מוז מודה זײַן, אַז איך האָב פֿײַנט מענער. מענער פֿאַרשטײען ניט פֿרױען. זײ טראַכטן נאָר װעגן זיך און װעגן זײערע אײגענע הנאָות. װײניק, גאָר װײניק, זײַנען דאָ מענער װאָס זײַנען אָרנטלעך און גוט װי מײַן טאַטע, װי מײַנע ברידער – אױ װי איך בענק נאָך זײ, װאָס איך האָב זײ איבערגעלאָזט דאַרט אין קראַקע און איך בין דאָ אַלײן אין אַמעריקע – אין דעם מאַנס װעלט. אין אַ װעלט װאָס שלינגט אײַן יונגע, אומבאַװאוסטזיניקע און הילפֿלאָזע מײדן און שפּײַט זײ דערנאָך אַרױס װי אײַנגעבראָכענע, פֿאַרעלטערטע, און אױסגעמוטשעטע, מײדן.

2.   

וועגן זיך

 

נו, װעגן זיך האָב איך שױן אַ ביסל געשריבן. כ'װאָלט אָבער צוגעגעבן, אַז איך בין, בטבֿע, אַ שטילע מױד. אָבער איך קען מער ניט – איך װעל מער ניט שװײַגן װען איך זע אַן אומרעכט. איך בין דעריבער געװאָרן אַקטיװ אין דער אַרבעטער באַװעגונג, און האָב אָנגעהױבן – װען די צײַט און כּוחות דערלױבן עס, – צו העלפֿן די װאָס װערן אױסגענוצט און פֿאַרשקלאַפֿט בײַ דער אַרבעט.

דער עיקר, העלף איך פֿרױען. װײַל אױב ניט מיר פֿרױען – טאָ װער װעט אונדז העלפֿן?

3.   

דערצייל וועגן צילן און חלומות

כ'האָב אַמאָל געחלומט װעגן אַ שײנע, אַ פֿרומע, משפּחה לעבן מיט אַ טוץ קינדער און גוטע שכנים אַרום. מיר לעבן אָבער אין פֿינצטערע צײַטן. די גוטע עצות פֿון דער רביצין האָבן מיר גאָרניט געהאָלפֿן. עס איז ניט גערעכט צו זאָגן אַז די פֿרױ מוז נאָכטאָן דעם מאַן – אַז ער איז אין אַלץ גערעכט. עס דאַרף קומען די צײַט, װען אַ פֿרױ זאָל קענען אױך זיך אױסדריקן – פֿראַנק און פֿרײַ – און נעמען אַ האַנט אין בױען אַ בעסערע װעלט.

4.   

ווילסט באַזוכן

איך האָב געהאַט געהערט פֿון אַ העלד אַזאַ – דאָן קיכאָטע (דאַכט זיך אַז אַזוי רופֿט מען אים) – אין שפּאַניע. אַ מענטש װאָס זוכט צו פֿאַרריכטן די עװלות פֿון דער װעלט. אין אַזאַ מענטש נײטיקט זיך די װעלט. מע האָט מיר געזאָגט, אָבער, אַז ער איז בלױז אַ פֿיקציע – אַ מעשׂה. פֿון דעסטװעגן, װאָלט איך געװאָלט באַזוכן דעם אָרט, דאָס לאַנד װאָס האָט געקענט אױסטראַכטן און אױספורמען אַזאַ גיבור – אַפֿילו דאָס איז ניט קײן אמתער מענטש.

= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל