====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
חנה דיכטער (#7)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל
1.  אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס  

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

נאָמען

חנה דיכטער

2

נומער

07

3

געבוירן דאַטע

7טן מערץ, 1893

4

וואו געבוירן

מינסקער גובערניע, ווײַסרוסלאַנד (ביעלאָרוס)

5

וואו געלעבט

אין מינסק – ביז 1900 ווען די משפּחה איז אַוועקגעפאָרן קיין לאָנדאָן, און אין 1905 קיין ניו-יאָרק

6

הויך

1.45

7

וואָג

50 קילאָ

8

קאָליר אויגן

גרינע

9

קאָליר האָר

געלב

10

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

געקרײַזלטע האָר

 

 

2.  קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

שווימען

יאָ

2

ספּאָרט

יאָ

3

מוזיק

קען שפּילן אַ פּיאַנע  

4

קונסט

האָה ליב צו צייכענען

5

טאַנץ

ניין

6

טעאַטער

ניין

7

פּרעסע

ניין

8

פּאָעזיע

ניין

9

פּראָזע

ניין

10

קאָכן

יאָ

11

אַגריקולטור

ניין

12

חיות

ניין

13

שפּראַך - 1

ייִדיש

14

שפּראַך - 2

ענגליש – גאֵנץ גוט (מע זאָגט אויף מיר, אַז איך רעד מיט אַ טיילווײַז בריטישער אַקצענט)

15

שפּראַך - 3

ווײַס-רוסיש – געוויסע ווערטער און אויסדרוקן, למשל פּאָפּולערע שעלט-ווערטער

3.  משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

מײַן פאָטער (ער זאָל לעבן) איז געווען אַ מלמד אין אַ קליין שטעטל, אין די קאַנטן פון מינסק. שפּעטער האָבן מיר זיך איבערגעקליבן קיין ענגלאַנד וואו ער האָט פאָרגעזעצט זײַן אַרבעט ווי אַ מחנך. אין אַמעריקע איז ער געוואָרן אַ "טיטשער" פון "באַר-מיטסווע-בויס", בײַם צוגרייטן זיי צו זייערע בר-מצווהס.

----------

פעטערס: 5

מומעס:    3

קוזינס:    אַ סך

אין אַמעריקע וואוינען אַ טייל אין פילאַדעלפיע, און אַ טייל אין נעבראַסקאַ. איך בין ניט זיכער ווער איז וואו.

2

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע (זי זאָל לעבן), גרייט צו כּלהס צו דער חתונה און צו משפּחה לעבן, און אַמאָל באַגלייט זיי, – די יונגע כּלהס, – ביז צום קימפּעט בעט, און ווײַטער, בעת די פריע חדשים נאָכן האָבן דעם ערשטן קינד.

----------

פעטערס: 7 (די מאַמע איז די עלטסטע פון 8 קינדער)

מומעס: 0 (קיין שוועסטערס האָט די מאַמע ניט. דערפאַר, מיין איך, האָט זי זיך גענומען צו העלפן און זײַן מיט כּלהס און יונגע מאַמעס)

קוזינס: אַ סך.

3

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער: משה (19) האָט שוין חתונה געהאַט. ער אַרבעט אויך ווי אַ שנײַדער. לאהקע, שׂרהקע, און פריידקע, זײַנען אַלע ייִנגער פאַר מיר.

4

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן:      נאָך ניט

4.  פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אדער ברירה

1

האָסט ליב/פײַנט

 

כ'האָב ליב צו לייענען און אויסהערן לעקציעס און שיעורים (געוויינטלעך קומען ניט מיידן צו אַזעלכע אונטערנעמונגען. פון זינט איך בין אַ קינד, אָבער, פיר איך זיך אויף – אין דעם הינזיכט, אַנדערש פון אַנדערע קינדער, און איך פלעג אָפט באַגלייטן דעם טאַטן אויף לעקציעס און דרשות.

איך האָב פײַנט די דשואיש פּראָפעסאָרן וואָס מיינען אַז זיי ווייסן אַלץ...

2

וועגן זיך

 

איך װאָלט זיך באַשריבן װי אַ לעבנס-לוסטיקע, װאָס איז אַלעמאָל גרײט און צופֿרידן צו העלפֿן אַנדערע. דאָס האָב איך צו פֿאַרדאַנקען די באָבע (ע"ה) אין דער אַלטער הײם. נאָך קלײנערהײט, אױף מײַן מאַמעס שױס, פֿלעג איך זיך נאָכקוקן װי די באָבע פלעג העלפֿן אָרעמע – אַפֿילו גױעטעס – װאָס פֿלעגן אַרײַנקומען צו דער באָבען אין דער הײם.

3

דערצייל וועגן צילן און חלומות

איך מײן אַז איך װיל װערן אַ לערערקע – פֿון װאָס, און פֿאַר װעמען – צי פֿאַר קלײנע קינדער צי פֿאַר עלטערע – װײס איך נאָך ניט. איך האָב געהאָפֿט, אַז איך װעל קענען אַרבעטן און צופאַרדינען – אַ ביסל אָפּשפּאָרן און מיט טאַטע-מאַמעס הילף קענען גײן אױף העכערע סטודיעס. אמת, קײן סך פֿרױען לערנען ניט אין אוניװערסיטעט, אָבער איך האָב אַ שטאַרקן מוח און קען גוט לערנען.

אין ענגלאַנד, איז געװען אַ געבילדעטע פֿרױ ניט װײַט פֿון װאו מיר האָבן געלעבט. איך האָב דאַרט באַפֿרײַנדעט איר טעכטערל – עס זײַנען ניט געװען קײן אַנדערע מײדלעך פֿון איר עלטער אין דער געגענט, און די מאַמע אירער האָט מיר, אַזױ צו זאָגן, אַדאָפּטירט. װען דאָס מײדל, קריסטין האָט זי געהײסן, האָט געלערנט מיט איר פּריװאַטן לערער, פֿלעג איך דאָרט בײַזײַן און אַלצדינג אַראָפּשלינגען. די מיסעס אָ'-פלאַהערטי האָט געזען אַז איך שטער ניט, און פֿלעג אַפֿילו העלפֿן איר טאָכטער מיט די הײם-אַרבעט, האָט זי מיר צוגעזאָגט – װען מיר האָבן פֿאַרלאָזט ענגלאַנד, – אַז װען איך זאָל איר פֿון אַמעריקע שרײַבן, װעט זי מיר צושיקן געלט פֿאַר מײַנע לימודים. װען מיר האָבן זיך געזעגנט, האָבן מיר זיך אַלע אַרומגענומען, זיך צעקושט און צעװײנט. דאַכט זיך אַז אַפֿילו מיסטער

אָ'-פלאַהערטי האָט אָפּגעװישט פֿון די אױגן אַ טרער אָדער צװײ.

4

ווילסט באַזוכן

כ'האָב אַלעמאָל געװאָלט באַזוכן דעם "סמיטאָניום" – די גרױסע ביבליאָטעק אין װאַשינגטאָן – און בכלל װאַשינגטאָן אַלײן.

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל