====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
וועראָניקאָ דעל-מאָנטע (#5)
דאָס איז מײַן וועבזײַטל

אָנגעשריבן מיט עטלעכע טעג נאָכן אָנקומען

פאַרנאָטירט און איבערגעזעצט פונעם איטאַליעניש דורך פייגע-הינדע גאָלדבערג 

1. אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

נאָמען

וועראָניקאַ דעל-מאָנטע  [פ: פון אָנהייב געזאָגט אַז הייסט "וועראַ בערגמאַן"]

2

נומער

05

3

געבוירן דאַטע

2טן מערץ, 1894

4

וואו געבוירן

אין רוים, איטאַליע

5

וואו געלעבט

אין רוים, איטאַליע – ביז 1911 ווען איך בין אַריבערגעבראַכט געוואָרן דורך מײַן קוזינע לוטשיאַנאַ קיין ניו-יאָרק

6

הויך

1.52

7

וואָג

50 קילאָ

8

קאָליר אויגן

ברוין

9

קאָליר האָר

שוואַרץ

10

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

געקרײַזלטע האָר

2. קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

שווימען

יאָ

2

ספּאָרט

יאָ

3

מוזיק

איך האָב ליב צו זינגען

4

קונסט

צייכענען

5

טאַנץ

יאָ

6

טעאַטער

ניין

7

פּרעסע

ניין

8

פּאָעזיע

ניין

9

פּראָזע

ניין

10

קאָכן

יאָ

11

אַגריקולטור

ניין

12

חיות

ניין

13

שפּראַך - 1

איטאַליעניש

14

שפּראַך - 2

ענגליש – בלויז איינצעלנע ווערטער. איך בין דאָ בלויז 4 חדושים אין אַמעריקע

15

שפּראַך - 3

ייִדיש – בלויז איינצעלנע ווערטער. איך בין בלויז 4 חדושים אין אַמעריקע


3. משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

מײַן פאָטער איז יונגערהייט אַוועקגעפאָרן אין אַמעריקע, צוריקגעקומען אין רוים (וואו ער האָט חתונה געהאַט מיט מײַן מאַמע) און דערנאָך האָט אים דער וואַנדערלוסט ווידער פאַרכאַפּט, און ער איז געפאָרן אין אַרגענטינע – אָבער יעדע שפּור פון אים איז פאַרשוואונדן, ווי די וועלט וואָלט אים געהאַט אײַנגעשלונגען.

----------

פעטערס: 5

מומעס:    3

קוזינס:    אַ סך

2

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע איז אויך מער ניטאָ. וועגן איר ווייסט מען וואָס איז געשען: נאָכן האָבן 8 קינדער און ממש האָרעווען גאָר שווער, כּמעט איינע אַליין כּדי זיי צו דערציען – איז זי פרי אַוועק אויפן עולם האמת. זײַענדיק די קלענסטע פון די קינדער, האָב איך אויך ווייניק געקענט די מאַמע – בלויז געהערט אַ סך מעשׂיות פון שכנים און פרײַנט וואָס האָבן איר געקענט. מע האָט איר געהאַלטן פאַר אַן אשת חייל, און גלײַכצײַטיק אַ זעלטענע שטיצערין פון אַלץ און אַלעמען.

----------

פעטערס: דרײַ (אלע אין דרום אמעריקע).

מומעס: דרײַ אין איטאַליע. געווען נאָענט צו זיי, דער עיקר נאָכן ווערן אַ קײַלעכדיקע יתומה.

קוזינס: אַ סך. די באַליבסטע איז שטענדיק געווען לוטשיאַנא, וואָס האָט מיר אויפגענומען און באַזאָרגט ווי אַ ייִנגערער שוועסטער, און נאָכן זײַן עטלעכע יאָר אין אַמעריקע פאַר מיר,  האָט די געקויפט דעם בילעט, איך זאָל קענען קומען וואוינען מיט איר.

3

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער: מײַנע דרײַ עלטסטע ברידער האָב איך קיינמאָל ניט געקענט. זיי זײַנען אַלע אומגעקומען– פון אַ מגיפה – נאָך איידער איך בין געבוירן געוואָרן. נאָך צוויי ברידער, אויך עלטער פאַר מיר, האָבן חתונה געהאַט און געגרינדעט משפּחות.

שוועסטער: צוויי עלטערע שוועסטערס יונג חתונה געהאַט און אַוועקגעפאָרן אין אַנדערע שטעט (מילאַנאָ און פירענצע). ווייניק קאָנטאַקט געהאַט מיט זיי.

4

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן:        – נאָך ניט

קינדער: 0

4. פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

האָסט ליב/פײַנט

שיינע קליידער, שיינע שיך, שפּאַצירן בײַם ברעג ים, און שווימען.

2

וועגן זיך

 

צו 12 יאָר איז די מאַמע מײַנע נפטר געוואָרן. איך בין געווען די לעצטע אין דער היים, ווײַל אַלע זײַנען געווען מיט אַ סך יאָרן עלטער פאַר מיר, און זיי זײַנען אָדער חתונה געהאַטע אָדער האָבן אַרויסגעוואַנדערט פון איטאַליע זוכן זייער גליק אַנדערשוואו.

דערפאַר וואָס איך בין פאַרבליבן אָן טאַטע-מאַמע בין איך אַריבער וואוינען מיט אַ מומע (מײַן מאַמעס אַ שוועסטער), און גלײַכצײַטיק געווען אַ בת-בית (אַן אָפטע אַרײַנגייערין) בײַ די אַנדערע מומעס אויך.

מײַן באַליבסטע מומע, לעטיציאַ האָט געהאַט 2 מיידלעך, וואָס די ייִנגסטע, לוטשיאַנאַ, איז געווען מיט 8 יאָר עלטער פאַר מיר און האָט מיך אַרײַנגענומען צו זיך אין צימער וואוינען. מיר זײַנען גיך געוואָרן גוטע חברטעס.

עס האָט מיר אַזוי פאַרדראָסן ווען זי האָט פריער חתונה געהאַט און איז אַוועק וואוינען מיט איר פרישן מאַן – און באַלד אין אַ קורצער צײַט האָבן זיי זיך געגט, און זי איז אַוועק וואוינען אין אַמעריקע. זי האָט אָבער צוגעזאָגט – און געהאַלטן וואָרט, אַז ווי נאָר איך וועל זײַן גענוג גרויס וועט זי מיך פאַרבעטן צו זיך – קיין אַמעריקע. און אַזוי איז טאַקע געווען.

3

דערצייל וועגן צילן און חלומות

זײַן מיט מײַן קוזינע לוטשיאַנאַ, און צוזאַמען זען די וועלט – אָדער כאָטש אַמעריקע פון עק צו עק.

4

ווילסט באַזוכן

דאָרט וואו עס זײַנען פאַראַן המונען מענטשן – אין די גרויסע שטעט – וואו עס רוישט און עס קאָכט זיך, – ניט ווי אין די רעלאַטיוו שטילע שטעט פון איטאַליע.

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל