====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב  
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
צילע גאָ
לדין (#9)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל

1. אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

נאָמען

צילע גאָלדין

2

נומער

09

3

געבוירן דאַטע

25סטן פעברואַר, 1894

4

וואו געבוירן

ראָפּשיץ, גאַליציע (פּוילן)

5

וואו געלעבט

אין ראָפּשיץ און צאַנז – ביז , 1905 און פון 1906 אין ניו-יאָרק

6

הויך

1.62

7

וואָג

50 קילאָ

8

קאָליר אויגן

ברוין

9

קאָליר האָר

ברוין

10

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

גלײַכע האָר

2. קענטשאַפטן און פעיקייטן  

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

שווימען

ניין

2

ספּאָרט

ניין

3

מוזיק

ניין                        

4

קונסט

ניין

5

טאַנץ

ניין

6

טעאַטער

ניין

7

פּרעסע

ניין

8

פּאָעזיע

ניין

9

פּראָזע

ניין

10

קאָכן

יאָ

11

אַגריקולטור

ניין

12

חיות

ניין

13

שפּראַך - 1

ייִדיש

14

שפּראַך - 2

ענגליש – גאַנץ גוט

15

שפּראַך - 3

פּויליש – אָבער בלויז פאַרשטיין (און דאָס אויך גאַנץ שוואַכלעך)

3. משפּחה פּרטים  

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

מײַן פֿאָטער איז אַ שנײַדער. ער האָט אַ שטיקל צײַט געװאױנט און געאַרבעט אין ראָפּשיץ, גאַליציעװאו איך בין געבױרן געװאָרן, און באַלד נאָך דעם אַװעק אין אַ קלײן שטעטל ניט צו װײַט פֿון צאַנז. ער איז אַ צאַנזער חסיד. ער איז אַ זײער פֿרומער אָבער גלײַכצײַטיק אַ לעבנסלוסטיקער ייִד. ער האָט ליב צו טרינקען און טאַנצן און זינגען. בײַ יעדער געלעגנהײט זוכט ער צו זײַן בײַ דעם רבינס טיש. אַלץ ליגט אים אין זינען "דער רבי": דער רבי איז געגאַנגען שפּאַצירן. דער רבי האָט געזאָגט. בײַם רבין זײַנען געקומען צוגאַסט בכובדיקע רבנים (באָבאָװער, קלױזנבערגער, גריבאָװער, סטראַפּקאָװער, טשאַקעװער, און נאָך)...

װעגן דער אײגענער פֿרױײַן מאַמען), אָדער די טוץ קינדער זײַנע – מײַנע ברידער און שװעסטער, אַרט אים װײניק – דער עיקר מע זעט, הערט, רעדט װעגן דעם רבין.

אָבער אַ גוטער פּרנסה געבער איז ער יאָ. ער אַרבעט שװער און האָט געזאָרגט אַז די קינדער זאָלן לערנען – בײַם רבין.

----------

פֿעטערס: 4 – דער טאַטע איז ייִנגער פֿון זײַנע ברידער

מומעס: 6 – דער טאַטע איז ייִנגער פֿון זײַנע שװעסטער, אַחוץ פֿאַר דער מומע קרײנדל – װאָס זי איז די ייִנגסטע (אַחוץ פֿאַרן טאַטן)

קוזינס: זײער און זײער אַ סך.

אַ טײל זײַנען אין אַמעריקע, אָבער די מערסטע זײַנען פֿאַרבליבן אין גאַליציע.

2

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע איז אַמאָל געװען אַ נײטאָריןאָבער ניט דירעקט צוליב דעם, צי בײַ דער פֿאַך, האָט זי זיך באַקענט מיטן טאַטן. זי איז דעם טאַטנס אַ קוזינע. װען דער שידוך איז אַראַנזשירט געװאָרןאַזױ דערצײלט די מאַמע, האָט זי ניט אַזױ געװאָלט. אָבער קײן ברירה האָט זי ניט געהאַט. זי איז שױן געװען פֿאַררעכנט פֿאַר אַן אַלטער מױד – זי איז דעמאָלט 20 יאָר אַלט געװען. אַלע שידוכים װאָס מע האָט גערעדט זײַנען דורכגעפֿאַלן. דאָס איז דער עיקר צוליב דעם װאָס די מאַמע איז ניט קײן ספּעציעל שײנע – אָבער גלײַכצײַטיק זײער אַ קלוגע – און מיט אַ שאַרפֿן צונג. ניט יעדער (מישטײנס געזאָגט) איז געװען גרײט חתונה צו האָבן מיט אַ מײדל װאָס איז קליגער פֿאַר אים – און װאָס זאָגט עס דערצו, און הערט ניט אױף צו רײדן (אין דעם זין בין איך זײער ענלעך צו דער מאַמען).

אין איר געגנט (זי איז פֿון ראָפּשיץ) זײַנען בכלל ניט געװען קײן סך בחורים װאָס האָבן געפּאַסטאָדער טאַטע-מאַמעס װאָס האָבן געװאָלט אַז זײערס אַ זון זאָל חתונה האָבן מיט אַ נײטאָרין. און די צײַט לױפֿט, און די מאַמע װערט ניט ייִנגער.

הקיצור, די משפּחה האָט אײַנגעזען אַז מיט איר (דער מאַמען) װעט זײַן שװער צו געפֿינען אַ פּאַסיקן חתן – דער עיקר װאו דער חתן און זײַן משפּחה װעלן מסכּים זײַן צו אַזאַ שנור. איז באַשלאָסן געװאָרן, אַז מע דאַרף זי װאָס פֿריִער חתונה מאַכן, און אױב בײַ שכנים צי פֿרעמדע קען מען ניט געפֿינען דעם שידוך – זאָל מען זוכן צװישן אײגענע, צװישן קוזינס.

אין 1906 זײַנען די לעבנס-אומשטאַנדן געװען גאַנץ שלעכט, און די משפּחה האָט פֿאַרלאָזט פּױלן. מע פֿאָרט קײן אַמעריקע – די גאַנצע משפּחה, מיט אַלע קלײנע קינדער.

----------

פֿעטערס: 3 (די מאַמע איז ייִנגער פֿון אירע ברידער )

מומעס: 5 (די מאַמע איז עלטער פֿון אירע שװעסטער)

קוזינס: זײער און זײער אַ סך.

אױף װיפֿל איך װײס, זײַנען אַלע פֿאַרבליבן אין גאַליציע, אָדער ערגעצװאו אין פּױלן.

 

3

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער און שוועסטער:

איך בין די עלטסטע, צו 17 יאָר אַלט. צװישן מיר און חײמל (װאָס איז 13, באַלד נאָך בר מיצװה) האָבן געזאָלט זײַן נאָך עטלעכע קינדער – אָבער די מאַמע האָט געמפּלט, בין איך געבליבן אַן אײנציק קינד, ביז, טאַקע, חײמל איז געבױרן געװאָרן... איז דעמאָלט אין שטוב געװאָרן גאָר פֿרײלעך, און די איבעריקע ברידער און שװעסטער האָבן אָנגעהױבן קומען, אײנער נאָך דעם אַנדערן. דאָס זײַנען: דודל (11). סורל (שׂרה) (10). ייִדל (9). בערל און שמערל – צװילינג ברידער (7) (דער טאַטע אַלײן איז אַ צװילינג – אָבער די מאַמע האָט דאָס דעמאָלט ניט געװאוסט, האָט זי געכאַפּט אַ סורפּריז װען די צװילינג ברידער זײַנען אַרױס אױף דער װעלט). נאָך זײ: כאַטשקל (יחזקאל) (6). ציפּעלע (5). פּערעלע (3). און יאַנקעלע (1). איך װאָלט זיך ניט געװאונדערט אױב די מאַמע איז שױן װידער שװאַנגער.

4

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן:      נאָך ניט. איך האָב צײַט.

4. פּערזענלעכס  

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

האָסט ליב/פײַנט

 

כ'האָב ליב צו הערן ווי אַנדערע דערציילן וועגן זיך און זייערע משפּחות. כ'האָב פײַנט די פרומאַקעס וואָס טוען אַלץ וואָס זייער רבי הייסט זיי, און טראַכטן ניט פאַר זיך.

2

וועגן זיך

 

איך בין געוויינטלעך אַ שטילע מיידל, אָבער עס איז וויכטיק פאַר מיר צו וויסן אַלץ וואָס געשעט אַרום מיר. איך האָב פײַנט סורפּריזן. דערפאַר אינטערעסיר איך זיך אין יעדער זאַך....

3

דערצייל וועגן צילן און חלומות

איך װײס נאָך ניט װאָס איך װיל אין לעבן – אָבער זיכער ניט אַזאַ לעבן װי בײַ טאַטע-מאַמע: װאו דער טאַטע אַרבעט טאַקעפֿאַר פּרנסה, אָבער חוץ פֿאַר דעם זעט מען אים כּמעט ניט און נאָר שבת-יום-טובֿ פֿילט מען אים אַ ביסל.

גלײַכצײַטיק װאָלט איך ניט געװאָלט טראָגן דער מאַמעס עול פֿון האָבן קינדער נאָכאַנאַנד און זײַן כּסדר פֿאַרטאָן אין אױפֿהאַלטן די שטוב: אױפֿראַמען, װאַשן די קלײדער, קאָכן פֿאַר 12 מענטשן, לױפֿן נאָך די קינדער, און אַזױ װײַטער .

4

ווילסט באַזוכן

כ'וואָלט אַמאָל וועלן באַזוכן דער שווײץ, מיט אירע ריזן-בערג

 

= = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל