====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
איידל יאַקאָבזאָן (#13)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל

1.  אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס און געזונט

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.    

נאָמען

איידל יעקבסאָן

2.    

נומער

13

3.    

געבוירן דאַטע

10טן יאַנואַר, 1892

4.    

וואו געבוירן

לעמבערג, פּוילן

5.    

וואו געלעבט

לעמבערג ביז 1900, נאָך דעם אין ניו-יאָרק

6.    

הויך

1.58

7.    

וואָג

50 קילאָ

8.    

קאָליר אויגן

ברוין

9.    

קאָליר האָר

שוואַרץ

10.          

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

גלײַכע האָר

2.  קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.    

שווימען

יאָ

2.    

ספּאָרט

ניין

3.    

מוזיק

געלערנט סאָלפעזש – וויל ווערן אַן אָפּעראַ זינגערין  

4.    

קונסט

ניין

5.    

טאַנץ

האָב ליב צו טאַנצן

6.    

טעאַטער

צו 16 יאָר פּרובירט במשך פֿון אַ יאָר צײַט שפּילן אין טעאַטער. ס'איז מיר זײער געפֿעלן, אָבער ס'איז פֿון דעם ניט געװען קײן גרױסע פֿאַרדינסטן. איך בין נאָך אין פֿאַרבינדונג מיט מײַנע קינסטלער-חבֿרטעס, און אפֿשר װעל איך אַמאָל צוריקקומען צו דעם.

7.    

פּרעסע

ניין

8.    

פּאָעזיע

אַליין בין איך ניט קיין שרײַבערין, אָבער כ'האָב שטאַרק ליב צו לייענען. איך טראַכט אַמאָל אפילו צו שאַפן מוזיק צו אַ צאָל פּאָעמעס וואָס אינספּירירן מיר

9.    

פּראָזע

איך האָב ניט ספּעציעל ליב צו שרײַבן

10.          

קאָכן

ניט אַזוי גוט.

11.          

אַגריקולטור

ניין

12.          

חיות

חס ושלום

13.          

שפּראַך - 1

ייִדיש – ניט אַזוי גוט. כ'קען ריידן, אָבער לייענען און שרײַבן איז מיר נאָך שווער.

14.          

שפּראַך - 2

ענגליש – זייער גוט. אויך לייענען און שרײַבן.

15.          

שפּראַך - 3

איטאַליעניש – אַ ביסל געלערנט – כּדי צו פאַרשטיין בעסער וואָס איך זינג (די אַריאַס און אָפּערעס אויף איטאַליעניש).

3.  משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.    

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

מײַן טאַטע שטאַמט פֿון אַ משפּחה זינגערס, חזנים – שליחי-ציבור. זײ זײַנען לױים, און מסתּמא קומט דערפֿאַר אױס זײער ליבשאַפֿט צו מוזיק און געזאַנג. ער איז ניט פֿון די גרעסטע זינגערס, אָבער האָט מצליח געװען אין געפֿינען אַ האַלבע-שטעלע אין אַ שיל אין אַ רײַכער ייִדישער געגנט. דער עיקר גרײט ער די קינדער צו בר-מצװה, און אַז מע דאַרף, פֿאַרבײַט ער דעם הױפּט חזן בעתן דאַװנען.

----------                     

פעטערס: 3  

מומעס: 1

קוזינס: 20

2.    

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע שטאַמט פֿון כּהנים – אױך אַ משפּחה װאָס האָט ליב געזאַנג און מוזיק. די מאַמע האָט אַפֿילו פֿעיִקײטן אױף שפּילן אַ פֿלײט. זי האָט פּרובירט מיך אױסלערנען – אָבער מיר געפֿעלט בעסער זינגען.

און נאָך עפּעס װעגן דער מאַמען. איך מײן אַז איך האָב געירשנט דעם אינטערעס צו טעאַטער – דװקע פֿון איר. איך האָב מיט אַ שטיקל צײַט צוריק באַמערקט װי זי שרײַבט אױף אַ סך בלעטער פּאַפּיר, אָבער ניט גלאַט אַ לאַנגער בריװ – נאָר ערנסט זיצט זי און שרײַבט. האָב איך זי געפֿרעגט װאָס זי טוט, האָט זי געזאָגט, אַז זי שרײַבט אָן אַ טעאַטער פּיעסע.

----------

פעטערס: 5

מומעס: 3

קוזינס: 25 – װען די משפּחות קומען זיך צונױף, בעת אַ משפּחה טרעפֿונג, אָדער יום-טובֿ (למשל פּסח בײַם סדר) זינגען מיר אַלע צוזאַמען, און עס איז אַ מחיה צו הערן. די שכנים אַרום קומען אַלע אַרױס פֿון די הײַזער אָדער קוקן אַרױס דורכן פֿענצטער און באַװאונדערן פֿון װאַנען עס קומען די שײנע און האַרציקע קלאַנגען.

3.    

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער און שוועסטער: איך האָב בלױז אײן ברודער, שײַע (ישיעהו). ער איז ייִנגער פֿאַר מיר מיט 5 יאָר. דערפֿאַר, אָבער, האָב איך אױך פֿינף שװעסטער: די עלטסטע איז שׂרה. נאָך איר פײגע. נאָך איר מאַשע. – די דרײַ האָבן שױן חתונה געהאַט. נאָך דעם קום איך, און צװײ ייִנגערע שװעסטער, חנה און לאה.

4.    

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן: נאָך ניט, אָבער איך האָב אַ חתן, משה, װאָס װאַרט אױף מיר. ער איז אַ שוסטער-יונג. זײער אַ פֿעיִקער. װי אַ מתּנה, האָט ער פֿאַר מיר געמאַכט אַ פּאָר שײנע שיך, װאָס איך טראָג זײ בלױז שבת און יום-טובֿ (װען איך אַרבעט ניט), אָדער װען איך זע אים. איך היט זײ זײער אָפּ.

4.  פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.    

האָסט ליב/פײַנט

 

איך האָב ליב צו שפּאַצירן. דער עיקר האָב איך זײער ליב די נאַטור. איך האָב ספּעציעל ליב צו הערן די פֿײגל, װי זײ זינגען. און איך פּרוביר זײ אַ מאָל נאָכמאַכן – אָבער קען ניט דערגרײכן זײערע הױכע טענער.

מײן חתן, משה, האָט מיך אַמאָל מיטגעבראַכט מיט אים אױף אַ פּראָבע אין אָפּעראַ (ער האָט באַדאַרפֿט אױסמעסטן די פֿיס פֿון אַ צאָל אָפּעראַ זינגערס, פֿאַר די שטיװל זײערע, פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג) – בײַזײַענדיק דאָרט (ער האָט געװאוסט, אַז איך האָב ליב מוזיק און זינגערס) האָב איך זיך פֿאַרליבט אין דעם – און בלױז פֿון אױסהערן אַ פּאָר זינגערס אױף אַ פּראָבע. איך קען זיך נאָר פֿאָרשטעלן װי עס זעט אױס אַ גאַנצע פֿאָרשטעלונג מיט צענדליקער זינגערס, טענצערס און אַ פֿולער אָרקעסטער...

2.    

וועגן זיך

 

בטבֿע, בין איך אַ צופֿרידענע, פֿול מיט לעבנסלוסט. איך האָב ליב צו זינגען, און װען איך הער עפּעס אַ נײַעם ליד, בעט איך בײַם זינגער ער אָדער זי זאָל מיר דאָס אױסלערנען. אַזױ אַרום, האָב איך זיך אַפֿילו געלערנט זינגען אין פֿרעמדע שפּראַכן לידער װאָס איך װײס אַפֿילו ניט דעם באַטײַט פֿון װאָס איך זינג – אָבער זינגען זאָגט מען מיר, זינג איך זײ נאַטירלעך שײן, אַפֿילו איך קען ניט די שפּראַך.

3.    

דערצייל וועגן צילן און חלומות

איך האָב אַלעמאָל געװאוסט אַז איך מוז עפּעס זוכן אַן אַרבעט, צי עפּעס װאָס האָט אַ שײַכות צו מוזיק. לײַדער, מוז אַ מענטש עסן, און אױב איך װיל חתונה האָבן מיט מײן חתן, משה, װעלן מיר מסתּמא בײדע דאַרפֿן גוט אָנהאָרעװען צו קענען פֿאַרדינען אױף צו קענען זיך אײַנאָרדענען אַ דירה.

איך האָב מורא, אַז מײַן חלום פֿון זינגען אין דער אָפּעראַ װעט אָדער בכלל ניט מקײם װערן, אָדער װעט דאַרפֿן װאַרטן – ביז װער װײסט װען. דערפֿאַר אָבער, אַז איך האָב זיך אָנגעשלאָסן מיט די חבֿרטעס אין דער אַרבעטער באַװעגונג, און זינט מיר זינגען די אַרבעטער לידער, האָבן אײניקע פֿון די אַקטיװיסטן מיר געהערט זינגען און מיך פֿאָרגעלײגט איך זאָל אָרגאַניזירן אַ כאָר פֿון זינגערס און זינגערינס און בכלל אױסלערנען מענטשן שײן און ריכטיק אױסזינגען די לידער. איך גלױב קױם אַז איך װעל עפּעס קענען פֿון דעם צופאַרדינען – אָבער פֿאַרגעניגן װעל איך זיכער האָבן פֿון דעם.

4.    

ווילסט באַזוכן

איך װיל באַזוכן די גרױסע אָפּעראַ-הײַזער אין אײראָפּע און זען און הערן די בעסטע זינגערס און זינגערינס. איך האָב מורא אַז דאָס װעל איך קײנמאָל ניט קענען דערלעבן – מיט דעם ביסל געלט װאָס איך פֿאַרדין, װעל איך קײנמאָל ניט קענען אַרױספֿאָרן פֿון ניו-יאָרק, למשל קײן אײראָפּע... אָבער איך װעל אָנהױבן אײַנשפּאָרן, כאָטש צו זען אַ ביסל אָפּעראַ דאָ אין ניו-יאָרק, אינעם שײנעם מעטראָפּאָליטאַן אָפּעראַ-הױז.

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל