מער קיין פּחד
ניט: I -דער פּאַסטעך!
כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך –
די ערשטע פאַזע
אויף
דעם אָרט וועט איר געפינען פאַרבינדפּונקטן און אינפאָרמאַציעס וועגן די
מאַטעריאַלן פון דעם טאָג-בוך און, דער עיקר, וועגן דעם שרעקלעכן פײַער אינעם טרײַענגל פאַבריק וואָס
איז פאָרגעקומען דעם 25סטן מערץ 1911, אין ניו-יאָרק, וואו עס עס זײַנען אַזוי טראַגיש
אומגעקומען 146 מענטשן, דער עיקר יונגע פרויען.
אילוסטרירטע הקדמה
עברית | ENGLISH
================================
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועט איר געפינען כּלערליי אינפאָרמאַטיווע וועבזײַטן און מאַטעריאַלן וועגן דעם פײַער און זײַנע קאָנסעקווענצן און ווירקונג אויף פאַרשידענע געביטן פון דעם לעבן פון דעם אַרבעטער אין אַמעריקע – ווי אויך די השפּעה אויף אַנדערע לענדער.
צווישן די וויכטיקסטע זאַכן וואָס מיר לערנען, אָבער, וועגן די פּאַסירונגען בעת און דער עיקר נאָך דעם, איז וויפל עס האָט זיך געביטן – און ליידער אויך ווי ווייניק עס האָט זיך געביטן... דער עיקר, אין דעם וואָס ענלעכע סיטואַציעס פון אויסנוצערײַ און פאַרשקלאַפונג ווי אויך ענלעכע פּאַסירונגען פון טראַגישע פײַערס אָדער אַנדערע סאָרטן "אינצידענטן" בײַם אַרבעטס-אָרט, קומען נאָך אַלץ פאָר, יאָר-אײַן יאָר-אויס, צי אין אַמעריקע צי אין אַנדערע לענדער.
אינטערעסאַנט אויך צו לייענען ווי לעכערלעך די פאַרהאַנדלונגען
אין געריכט (און די פּסקי-דין) זײַנען געווען, אין די וואָכן און חדשים נאָך דער
טראַגעדיע: ווי די פאַראַנטוואָרטלעכע זײַנען לרוב געגעבן געוואָרן די לײַכסטע
שטראָפן, און ווי מע האָט כּמעט מיט זילזול אַנטשעדיקט די משפּחות פון די טראַגיש
אומגעקומענע, ווי אויך די פאַרוואונדעטע, פאַרקריפּלטע לעבן געבליבענע.
"Triangle Shirtwaist Factory Fire"
איר וועט זיך אָנטרעפן אין אַ סך פאַרבינדפּונקטן
צו פאַרשידענע וועבערטער. צווישן די בעסערע, וואָס אַנטהאַלטן די וויכטיקסטע
און אינטערעסאַנטסטע
מאַטעריאַלן און באַשרײַבונגען, איז כּדאי צו באַזוכן:
http://www.law.umkc.edu/faculty/projects/ftrials/triangle/trianglefire.html
http://en.wikipedia.org/wiki/Triangle_Shirtwaist_Factory_fire
http://www.historybuff.com/library/refshirtwaist.html