====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
חנה שעכטערמאַן (#25)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל

1. אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס און געזונט

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

נאָמען

חנה שעכטערמאַן

2.

נומער

18

3.

געבוירן דאַטע

12סטן נאָוועמבער, 1893

4.

וואו געבוירן

לאָדזש, פּוילן

5.

וואו געלעבט

אָנגעקומען אין אַמעריקע ווען איך בין געווען 15 יאָר אַלט – דאָס הייסט, מיט אַן ערך 3 יאָר צוריק. ביז דעמאָלט, געוואוינט אין לאָדזש

6.

הויך

1.65

7.

וואָג

60 קילאָ

8.

קאָליר אויגן

ברוין

9.

קאָליר האָר

שוואַרץ

10.

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

גלײַכע האָר

2. קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

שווימען

יאָ

2.

ספּאָרט

ניין

3.

מוזיק

ניין, אָבער איך האָב זייער ליב צו הערן, אפילו אָפּערא– אפילו איך פאַרשטיי גאָרניט

4.

קונסט

ניין

5.

טאַנץ

איך האָב ליב

6.

טעאַטער

איך האָב ליב צו זען

7.

פּרעסע

איך האָב ניט ספּעציעל ליב צו לייענען

8.

פּאָעזיע

מיר געפֿעלט הערן די קלאַנגען, די ריטמען און גראַמען, װען מע רעציטירט לירישע לידער, אָבער איך הער זיך בדרך כּלל ניט צו צו די װערטער, ד.ה. צו דעם אינהאַלט.

9.

פּראָזע

איך האָב ניט ספּעציעל ליב צו לייענען.

10.

קאָכן

נישקשה – אָבער עס געפֿעלט מיר בעסער צו עסן יענעמס מאכלים, אײדער מײַנע אײגענע.

11.

אַגריקולטור

אין דער הײם, אין לאָדזש, ניט װײַט פֿון װאו מיר האָבן געװאױנט, איז געװען אַ סאָד מיט כּלערלײ פֿרוכט בײמער. איך האָב, װי אַ קינד געזען װי מע פֿלאַנצט יונגע בײמלעך, האָב איך אױך פּרובירט. בײַ דער זײַט פֿון שטוב האָט די מאַמע פֿאַרפֿלאַנצט קאַרטאָפֿל, מערן, און בורעקעס. איך האָב געהאָלפֿן דער מאַמען זיך פֿאַרנעמען מיט דעם.

12.

חיות

מײַן טאַטע איז אַ קצב – איך קען די בהמות פֿון אינעווייניק.

13.

שפּראַך - 1

ייִדיש – גאַנץ גוט.

14.

שפּראַך - 2

ענגליש – איך פֿאַרשטיי אָבער עס איז מיר נאָך אַלץ שווער צו ריידן – כאָטש איך לערן זיך גיך.

15.

שפּראַך - 3

פויליש – איך פֿאַרשטיי און קען אויך לייענען און שרײַבן.

15.

שפּראַך - 4

לשון קודש / עבֿריתּ – דער טאַטע האָט געװאָלט אַז ניט נאָר די בנים אין שטוב, נאָר אױך די מײדן זאָלן קענען סײַ דאַװענען און פֿאַרשטײן װאָס זײ דאַװענען, נאָר אױך לײענען און אַפֿילו שרײַבן העברעיִש, און ער פֿלעג פֿון צײַט צו צײַט אַהײמברענגען אַ זשורנאַל צי עפּעס אַ צײַטשריפֿט אױף העברעיִש – פֿון די ציוניסטן.

3. משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

דער טאַטע, איז אַ קצבֿ. ער האָט אין לאָדזש געאַרבעט אין אַ גרױסן פֿלײש-פֿאַבריק און געהאַט אַ גוטע און סטאַבילע שטעלע. קײן פֿלײש בײַם טיש שבת און יום-טובֿ האָט, גאָט צו דאַנקען, ניט אױסגעפֿעלט. ער פֿלעג אַפֿילו, פֿאַר אַ גוטן פּרײַז, אָפּקױפֿן פֿון זײַן באַלעבאָס און צעטײלן זײַנע אײגענע, און די מאַמעס, ברידער און שװעסטערס.

און כאָטש עס איז אונדז געװען גאַנץ גוט, פֿלעגט ער אָבער די גאַנצע צײַט רײדן װעגן אָדער פֿאָרן אין ארץ ישׂראל, אָדער אין אַמעריקע. װען די פּאָגראָמען אין רוסלאַנד און אַנדערע מזרח אײראָפּעיִשע לענדער האָבן זיך אָנגעהױבן, האָט ער עס גענומען מער ערנסט – ניט נאָר גערעדט, נאָר געטאָן. װי נאָר ער האָט אײַנגעאָרדנט אַ פֿאָר-דערלױבעניש און באַן בילעטן מיט שיפֿס-קאָרטן האָבן מיר אַלץ אײַנגעפּאַקט און פֿאַרלאָזן לאָדזש. די שטוב װאו מיר האָבן געװאױנט האָבן מיר דעמאָלט זיך צעטײלט מיט זײַן שװעסטער, אַן אַלמנה, און עס איבערגעלאָזט פֿאַר איר מיט אירע טוץ קינדער.

----------                

פֿעטערס:2  

מומעס:1

קוזינס: 20 – די מומע מיט איין פֿעטער (און אַלע קוזינס) זײַנען נאָך אין פּוילן. איין פֿעטער איז אויפֿן וועג קיין אַמעריקע.

(ער האָט נאָך ניט חתונה געהאַט. איך טראַכט צו באַקענען אים מיט איינע פֿון די מיידלעך דאָ)

2.

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע, האָט אױך געהאַט געאַרבעט אינעם פֿלײש-פֿאַבריק. דאָרט האָט זי זיך באַקענט מיטן טאַטן. נאָך דער ערשטער קינד, מײַן עלטערער ברודער אליהו, האָט זי שױן אױפֿגעהערט אַרבעטן. װען מיר זײַנען אָבער געקומען אין אַמעריקע, האָט דער טאַטע באַשלאָסן אַז ער עפֿנט דאָ אַ יאַטקע, און װײַל די קינדער זײַנען שױן אַלע גרױסע, איז זי צוריק אַרבעטן, און העלפֿט איצט דעם טאַטן. עס גײט נישקשה, אָבער ניט גענוג גוט, האָב איך באַשלאָסן צו גײן אַרבעטן, און אַזױ אַרום, העלף איך טאַטע-מאַמע מיט פּרנסה.

----------

פֿעטערס: 5

מומעס: 3

קוזינס: 36 – אַלע פֿעטערס און מומעס (און קוזינס) זײַנען נאָך אין פּוילן

3.

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער און שוועסטער: איך האָב צװײ ייִנגערע שװעסטערס מיט צװײ עלטערע ברידער. די שװעסטערס (לאה און סאָסיע) לערנען אין אַ "הײַ-סקול" בײַטאָג. דאָרט לערנען זיך סײַ ייִדישע און סײַ ניט-ייִדישע יונגעלײַט – כאָטש אַ גרױסע צאָל זײַנען טאַקע ייִדן. אין אָװנט לערנען זײ אין אַ נאָכמיטאָג שול פֿון די ציוניסטן. עס איז נײַ, און זײ זײַנען צװישן די ערשטע קינדער צו לערנען דאָרט. דער טאַטע שיקט זײ, דער עיקר װײַל מע לערנט דאָרט העברעיִש.

די בנים האָבן בײדע פֿאַרענדיקט ישיבֿה. אײנער אַרבעט מיטן טאַטן אין דער יאַטקע. דאָס איז חײם-בערל. ער האָט שױן אַ כּלה און באַלד דאַרף זײַן די חתונה. דער גאָר עלטסטער – שײַע (יהושע)-מענדל (נאָך צװײ זײדעס, אײנער פֿון טאַטנס זײַט, און אײנער פֿון דער מאַמעס זײַט) איז געשיקט געװאָרן דורך זײַן רבין ער זאָל זײַן אַ שוחט און אַ מלמד אין אַ װײַט פֿאַרװאָרפֿן קלײנעם ייִדישן ייִשובֿ אין װיסקאָנסין. ער שרײַבט אַז מע רעדט אים שידוכים – אָבער עס געפֿעלט אים דאָרט ניט די מײדן, און אפֿשר װעט ער צוריקקומען אױף אַ שטיקל צײַט געפֿינען דאָ אַ כּלה און זי מיטנעמען אַהין – זי זאָל נאָר װעלן.

4.

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן:  איך האַלט שױן אַן אױג אױף אַ געװיסן בחור. אױף אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון דעם שנײַדער-יוניאָן האָב איך אים באַקענט. ער איז אַ קוזין פֿון שׂרה טײטלבױם – די װאָס זיצט לעבן מיר בײַ די נײ-מאַשינען (אַזאַ מזל װאָס זי איז נעכטן ניט געװען אין פֿאַבריק – װאָס זי האָט זיך שטאַרק פֿאַרקילט און איז ניט געקומען צו דער אַרבעט – אַפֿילו װאָס איר "באָס" שמואל, דער װאָס פֿירט אָן מיט די נײטאָרינס בײַ די נײ-מאַשינען] האָט געסטראַשעט אַז ער װעט זי אַנטזאַקן, טאָמער זי קומט ניט שבת אַרבעטן). הקיצור, שׂרה דערצײלט נאָר גוטע זאַכן װעגן אים, און זי װעט אַראַנזשירן פֿאַר אונדז אַ באַגעגעניש – איך קען קױם װאַרטן.

4. פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

האָסט ליב/פײַנט

איך האָב ליב צו שפּאַצירן איבער די גאַסן פֿון ניו-יאָרק. לאָדזש איז ניט װאַרשע, דאָך פֿאַררעכנט פֿאַר אַ װיכטיקער שטאָט אין פּוילן. אָבער ניו-יאָרק? דאָס איז אַ װעלט פֿאַר זיך. איך בין אַזױ גליקלעך װאָס טאַטע-מאַמע האָבן פֿאַרלאָזט פּוילן און געקומען דאָ – אין דער גאָלדענער מדינה.

2.

וועגן זיך

 

איך בין די טאָכטער פֿון אַ קצבֿ, און מײַן גאַנץ לעבן געװען אַרום געשאָכטענע קעלבלעך, הינער, און נאָך – פֿאַרשטײט זיך, כּשרע פֿלײש. פֿאַר אַ געװיסער צײַט, האָט דער טאַטע אױך פֿאַרקױפֿט פֿיש – אָבער װײַל די קונים זײַנען געװאָרן אַלץ װײניקער (פֿאַר פֿיש הײסט עס – זײ פֿלעגן שױן אַלײן גײן אין מערק קױפֿן בײַ די מערק-ייִדענעס) איז ער פֿאַרבליבן מיט בלױז פֿלײש.

איך בין 18 יאָר אַלט און האָב מײַן גאַנץ לעבן פֿאַר זיך. איך האָף צו קענען אײַנשפּאָרן און אפֿשר גײן לערנען. אָדער אין ערגסטן (צי אין בעסטן פֿאַל), האַלטן די געלט פֿאַר מײַנע אײגענע קינדער װאָס איך װעל מירטשעם האָבן.

3.

דערצייל וועגן צילן און חלומות

איך װיל זײער לערנען ביאָלאָגיע. איך קען די פֿלײש, אַזױ צו זאָגן – פֿון אינעװײניק. איך װיל אָבער װיסן מערער װעגן די בהמות און בכלל װעגן חיות.

4.

ווילסט באַזוכן

איך װאָלט געװאָלט אַמאָל באַזוכן די גרױסע זאָאָלאָגישע גערטנער אױף דער װעלט און זען כּלערלײ אינטערעסאַנטע און עקזאָטישע בעלי-חײם.

= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל