====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לײבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב  
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 9

9.4 שבת אומרו

צוריק צו: 9.3 שבת רו

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 9

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "מײן נישט"

********

(16:00)

עטלעכע גרופּעס מײדלעך שײדן זיך אָפּ און דיסקוסירן װײַטער צװישן זיך דעם ענין חתונה צו האָבן מיטן פּאַסטעך. אײן זאַך דערפֿירט צו אַ צװײטער, און עס װערן איבערגעגעבן רכילות, און אױך ניט קײן שײנע זאַכן װערן דערצײלט און געװענדט פֿון אײן גרופּע קעגן דער אַנדערער.

– "...מיט אַלעמען איז זי שױן געװען. מיט אַלע מענער..." זאָגט חנה אַלטמאַן [#14].

– "זי שעמט זיך גאָר ניט. אױף אַ מינוט ניט. װאו נאָר אַ מאַן, און זי צעשפּרײט אירע ... נעצן כּדי אים אַרײַנצוכאַפּן." גיט צו מאַשע לעװין [#11].

– דו מײנסט, אַז אַפֿילו דאָ? מיטן פּאַסטעך?" פֿרעגט צילע גאָלדין [#9], װאָס צו 17 יאָר, איז זי די ייִנגסטע פֿון צװישן זײ אין דער ענגער גרופּע פֿון חנה אַלטמאַן און אירע חברטעס.

– ”אַװדאי אױך דאָ. ער איז דאָך דער אײנציקער מאַן... און האָסטו ניט באַמערקט, מאַשע, װי זי נעמט זיך אַלעמאָל אָן פֿאַר אים?" זאָגט חנה.

מאַשע לעווין שאָקלט צו מיטן קאָפּ, אױף יאָ.

– "און איך מוז אײַך אױסזאָגן," זאָגט אונטער שטילערהײט חנה שעכטערמאַן [#25], "אַז איך מײן אַז... שױן אין דער ערשטער נאַכט...

– "װאָס רעדסטו?" זאָגט אײדל יאַקאָבזאָן [#13]. "ס'איז דאָך געװען אַ װאַך. איך אַלײן בין געװען זונטיק בײַנאַכט אױף װאַך במשך פֿון 3 שעה. עמעצער װאָלט דאָך עפּעס געזען, עפּעס דערצײלט..."

– "איך מײן ניט זונטיק בײַנאַכט. איך מײן גאָר מוצאי שבת – אין דער סאַמע ערשטער נאַכט... עס איז נאָך דעמאָלט ניט געװען קײן װאַך... שטעל זיך פֿאַר: ערשט געראַטעװעט פֿונעם פֿײַער (איר געדענקט דאָך װי אַזױ מיר זײַנען אַלע געװען אַזױ דערשלאָגן און אינגאַנצן אױסגעמאַטערט, – ממש צעהרגעטע, – סײַ פֿיזיש און סײַ גײַסטיש...) און זי איז, ניט אױף אונדז געדאַכט, צוגעגאַנגען צו אים אין מיטן דער נאַכט... אַז זי האָט אױף אַ מינוט ניט געקענט אָפּװאַרטן, און געמוזט זײַן מיט דעם ערשטן מאַן װאָס זי זעט, אַפֿילו זי קען אים ניט ..."

– "װאָס רעדסטו, חנה? אױף אַן אמת? װאָס האָסטו געזען? װי לאַנג איז זי געװען בײַ אים?" פֿרעגט צילע גאָלדין מיט גרױס נײַגער.

– "איך בין ניט געשלאָפֿן גוט. איך האָב געהערט אַ קלײנעם טומל. איך בין אױפֿגעשטאַנען און האָב אַרױסגעקוקט דורך אַ שפּאַלט פֿונעם געצעלט און געזען װי עס גנבֿעט זיך שטילערהײט עמעצער אַרױס פֿון דער געלער געצעלט (װאָס שטײט לעבן אונדזער ברױנער געצעלט), און שאַרט זיך גיך, גיך צו, צו זײַן געצעלט, – צו דער גרױער. זי איז ניט געװען לאַנג בײַ אים. בלױז עטלעכענע מינוט... װי לאַנג דאַרף מען דען...?" דערצײלט חנה שעכטערמאַן.

עטלעכע פֿון די מײדלעך לאַכן...

– "ביסטו זיכער אַז דאָס איז זי געװען? פֿונדעסטװעגן, געװען פֿינצטער, בײַנאַכט..." פֿרעגט װײַטער צילע גאָלדין.

– "פֿאַר דעם איז געװען גענוג ליכט. איך האָב דאָך געזען װי זי לױפֿט צוריק איבערן זאַמד. איר פּנים איז געװען נאַס, מסתּמא אַ פֿאַרשװיצטע פֿון אירע "נאַכט-איבונגען", און זי האָט נאָך געאָטעמט שװער װען זי איז אריין צוריק צו זיך אין געצעלט. דאָס האָב איך בפֿירוש געהערט און געזען אונטערן שײַן פֿון דער לבֿנה, װען זי איז צוריק געקומען נאָענט צו אונדזער געצעלט," זאָגט חנה שעכטערמאַן, און גיט צו מיט אַ װאונק: "און לױפֿנדיק, האָבן דאָך דערבײַ געטאַנצט אירע גרױסע..."

– "איר װײסט דאָך אַלײן: מיר האָבן נאָך קײן אונטערקלײדער אַפֿילו ניט געהאַט יענע ערשטע נאַכט דאָ. בלױז אַ דינע נאַכט-העמדל... װי לײַכט עס װאָלט דאָך געװען פֿאַר אים... פֿאַר איר..." היצט אונטער מאַשע לעווין.

 
– "איר זעט דען ניט?" שפּײַט 
חנה אַלטמאַן גיפֿטיק אַרױס, און הױך אױפֿן קול: "איך זאָג אײַך דאָך שױן לאַנג, אַז נחמה ראָזענצװײַג [#20] איז פּראָסט און פּשוט אַן אױסגעלאַסענע פֿרױ. פֿאַרשעמען זאָל זי זיך! זי איז אַ פֿאַרקױפֿטע צו דעם ..., און האָט אים, מסתּמא, שױן אױך אַרײַנגעכאַפּט אין איר נעץ... זי איז, – ניט אױף אונדז געדאַכט, – אַ ביליקע ה - -!", און שפּײַט אַרױס דעם 3-אותיותדיקן שעלט-װאָרט.

די מײדלעך פֿון חנהס גרופּע דערשרעקן זיך אַלע װאָס זי האָט אַזױ שטאַרק דאָס פֿאַר אַלעמען אַרױסגערופֿן. די אַנדערע מײדלעך אַרום, אין די אַנדערע גרופּעס צי באַזונדער, בלײַבן אַלע שטום און קוקן זיך אײנע אױף דער צװײטער, און דאַן אין דער ריכטונג פֿון װער עס האָט אַרױסגערופֿן.

אַ לענגערע פּאַוזע, און פּלוצלונג רײַסט זיך אַרױס נחמה ראָזענצווײַג פֿון איר גרופּע, און מיט אַ גרױסן געשרײ און געיאָמער לױפֿט זי צו און װאַרפֿט זיך מיט איר גאַנצן כּוח אױף חנהן און זײ פֿאַלן בײדע אױף דר'ערד.

– "דו האָסט קײן רעכט ניט צו רײדן אַזױ װעגן מיר. ס'איז ניט אמת. ס'אַלץ ליגנס. דו װײסט גאָרניט. װי װאַגסטו אַזױ װעגן מיר צו רײדן? – נעם צוריק דײַנע װערטער...." און זי האַלט אין קלאַפּן אױף חנהן, װאָס פֿאַרטײדיקט זיך, און גיט צוריק קלעפּ. די צװײ שרײַען און צעבלוטיקן זיך אײנע דער אַנדערער, קײַקלענדיק אױף דער זאַמד, רײַסנדיק האָר, צעגראַבלענדיק, בײַסנדיק...

די מײדלעך אַרום שרײַען אױך. די פֿאַר נחמהן, און יענע לטובֿת חנהן:

– "גיב איר אַרײַן גוט", "װײַז איר װאָס דו קענסט", "לאָז ניט אָפּ. שטאַרקער גיב איר אַרײַן"... ביז מירל פּערלמאַן [#16] (װאָס איז אַװעק אױף אַ לענגערער שפּאַציר כּדי צו קענען זײַן אַלײן און זיך דורכטראַכטן) דערהערט די געשרײען, און קומט גיך צו לױפֿן.

װי נאָר מירל זעט װאָס געשעט, באַפֿעלט זי מע זאָל די צװײ פֿאַרװילדעװעטע פֿונאַנדערשײדן. עס קומען צוהילף די גרױסע גיטל גערשנזאָן [#3] און די שטאַרקע און פֿעסט-געבױטע סאָסיע טײטלבױם [#15].

– "װאָס איז מיט אײַך צװײ, און בכלל מיט אײַך אַלעמען?" טאַדלט זײ מירל הױך אױפֿן קול, קוקנדיק ספּעציעל אױף די צװײ פֿאַרבלוטיקטע און צעשױבערטע מײדן, אָבער אױך אױף די אַנדערע װאָס האָבן גאָרניט געטאָן זײ אָפּצושטעלן, און גאָר געמונטערט זײ.

– "מע קען אײַך אױף אַ מינוט ניט לאָזן אַלײן. איר זײַט װי קלײנע קינדער װאָס שפּילן זיך אין זאַמד, און װי נאָר די מאַמע דרײט זיך אױס, הײבט מען זיך אָן צו קריגן... װאָס, איך דאַרף דאָ שטײן אָן אױפֿהער, און אײַך נאָכקוקן װי עפּעס אַ װעכטער צי פּאָליציאַנט? װאָס טוט זיך בײַ אײַך? װי קומט איר צו דעם?"

– "טאַקע, װאָס איז דאָ געשען?" זאָגט דער פּאַסטעך, אַ פֿאַרסאַפּעטער מיט פֿלאַמען אין די אױגן, װאָס קומט ערשט אָנצולױפֿן נאָכן הערן דעם גרױסן טומל פֿון דערװײַטנס.

– "איך גײ זיך אױף אַ װײַלע אָפּרוען, אַװעקלײגן ס'קאָפּ, און חנה נױמאַן [#1] קומט צו לױפֿן מיט אַ געװאַלד, און װעקט מיך אױף, אַז מע גײט אױף קלעפּ – נאָך אין אַ שבת... װאָס טוט זיך דאָ? ... איר שעמט זיך ניט? אין אַ שבת? איך בין זײער אַנטױשט אין אײַך. אין אײַך אַלעמען. איר האָט נאָך ניט פֿאַרשטאַנען דעם באַגריף פֿון שבת. די שײנקײט און װיכטיקײט פֿון דעם הײליקן טאָג. אָדער איר האָט שױן לאַנג פֿאַרגעסן, אָדער איר האָט כּלל ניט געװאוסט..."

ער דרײט זיך אױס צו חנהן און נחמהן װאָס װערן נאָך אַלץ פֿאַרהאַלטן פֿון די שטאַרקערע מױדן, און רעדט שטרענג אַרױס:

– ”לאָזט זײ אָפּ... איך זע, אַז עס איז װידער געװאָרן אַ קריגערײַ צװישן אײַך. דאָס מוז זיך ענדיקן אײן מאָל פֿאַר אַלעמאָל! איר װעט מיר איצט און אומבאַדינגט דערצײלן װאָס איז דאָ געשען, און פֿאַרװאָס איר קריגט זיך. דעם גאַנצן אמת, און פֿאַר אַלעמען אין די אױגן. ניטאָ צװישן אונדז דאָ קײן סודות. און ערשט נאָך דעם װעל איך באַשטימען װאָס צו טאָן מיט אײַך...װער הײבט אָן?"

דערװײַלע זײַנען שױן אָנגעקומען אַלע מײדן װאָס זײַנען געװען װײַט פֿון דעם געפעך, און גאָרניט געזען צי געהערט.

די צװײ באַשולדיקטע שװײַגן, און אַנשטאָט זײ, הײבן אָן רײדן (און טאַקע אַלע מיט אַ מאָל) די חברטעס פֿון חנה אַלטמאַן [#14] און גלײַכצײַטיק די שטיצערס פֿון נחמה ראָזענצווײַג.

– "זי האָט אָנגעהױבן...", "נײן, זי האָט...", "ניט אמת. זי האָט זיך אַ װאָרף געטאָן אױף חנהן...", "אָבער זי האָט דאָך געזאָגט..."

– "גענוג!" בײזערט זיך אָן דער פּאַסטעך. "איך װיל פֿון זײ הערן, װאָס זײ האָבן צו זאָגן, און ניט פֿון אײַך. אַזױ װי קײן אײנע פֿון זײ װיל ניט זײַן די ערשטע, װעל איך בעטן בײַ חנהן פֿאַרװאָס זי מײנט, אַז נחמה האָט געפֿילט, אַז זי מוז חנהן אַראָפּװאַרפֿן אױף דר'ערד און איר אַרײַנגעבן מכּות-רציחה... דערנאָך װעלן מיר הערן פֿון נחמהן, װאָס זי האָט צו זאָגן... נו חנה?..."

– "דו זעסט, צילע," שושקעט שטילערהײט מאַשע לעװין [#11] צו צילע גאָלדין [#9]. "ער נעמט זיך גאָר אָן פֿאַר נחמען – חנה איז געװען גערעכט. חנה איז געװען אין גאַנצן גערעכט..."

מירל פּערלמאַן [#16] קומט צו צו די צװײ װאָס שושקען, און זאָגט זײ שטילערהײט אָבער שטרענג:

– "נו, שװײַגט שױן. איך זע אַז איר האָט אױך עפּעס אַ האַנט אין דעם געהאַט. איך װעל זיך פֿאַרנעמען מיט אײַך שפּעטער..." און זי פֿאַרלאָזט זײ.

עס רעדט פֿריִער חנה, און זאָגט אירס. נחמה שטײט מיט טרערן אין די אױגן און שװײַגט.

– "איך װײס ניט צי סע פּאַסט אַזױ אָפֿענערהײט רײדן װעגן די זאַכן," הײבט חנה אָן צו ריידן.

פֿון הינטן זאָגט שטילערהײט חיה גרין [#17] צו חנה זאַנד [#24]: "איצט פּאַסט ניט... און פֿריִער האָט יאָ?" חנה מאַכט איר אַ צײכן מיט דער האַנט זי זאָל זיך אײַנשטילן.

– "... אָבער אַז דער פּאַסטעך האָט געהײסן אַלץ אַנטפּלעקן..." רעדט ווייטער חנה אַלטמאַן, און זי קוקט פֿריִער אױף אירע אײגענע חבֿרטעס, און דערנאָך אױף נחמהן מיט אירע חבֿרטעס – װאָס זײ קוקן אַלע אױף איר מיט גרױס כּעס, און אויף צולהכעיס דערצײלט זי װײַטער: "... מײן איך, אַז איך װעל דאָס טאַקע יאָ טאָן..."

חנה אַלטמאַן הײבט אָן אַלץ דערצײלן, מער אָדער װײניקער װי זי האָט עס געטאָן פֿאַר אירע חבֿרטעס. איצט אָבער, דערצײלט זי עס אָן קײן בײַסיקן הומאָר אָדער מיט איבעריקע פֿאַקטן. – זי רעדט הױך און גלײַך צו דער פּונקט, – ניט שעמענדיק זיך.

װען זי קומט צו דעם, אַז נחמה איז אַרײַן נאָך אין דער ערשטער נאַכט צום פּאַסטעך אין געצעלט, באַמערקט זי װי נחמה װערט אינגאַנצן רױט אין פּנים – צי פֿון פֿאַרשעמטקײט, צי פֿון צאָרן איז איר שװער צו זאָגן, אָבער זי דערצײלט װײַטער:

– "... הײסט עס, אַז זי גײט אַרײַן אינעם פּאַסטעכס געצעלט – אײנע אַלײן, אין מיטן דער נאַכט, און זי קומט אַרױס אַ פֿאַרשװיצטע און אױך רױטלעך אין פּנים – טאָ װאָס קען קלאָרער זײַן פון דעם?..."

פּלוצלונג הײבט דער פּאַסטעך אָן שטאַרק צו לאַכן:

– "אַזױ גאָר? אַזױ? אַזױ האָסטו אינטערפּרעטירט די מעשׂה? עס איז צו מיר טאַקע אַרײַנגעקומען אײנע פֿון אײַך אין מײַן געצעלט, יענע נאַכט, אָבער איך האָב ביז הײַנט ניט געװאױער געװען װער דאָס איז – כאָטש איך האָב געהאַט אַ חשד אַז עס קען אפֿשר זײַן נחמה – אָבער װי עס זאָל ניט זײַן, האָב איך דעמאָלט געהאַלטן אין אײַנדרימלען, װען איך האָב פּלוצעם געהערט עפּעס אַ טומל לעבן זיך. האָב איך זיך גלײַך געמאַכט שלאָפֿנדיק, און זיך ניט אױסגעדרײט. דאָס מײדל (און איצט – לױט דיר, – װײס איך אַז דאָס איז געװען נחמה) איז געװען מיט מיר ניט מער װי אַ מינוט, און אפֿשר װײניקער. זי האָט עפּעס גערעדט שטיל צו זיך אַלײן, זיך גיך אַראָפּגעבױגן, מיר געגעבן אַ לײַכטן קוש אין קאָפּ (קױם װי איך האָב דאָס געפֿילט) און אַנטלאָפֿן. זי האָט אָבער יע איבערגעלאָזט עפּעס – אַ פּאָר טרערן האָבן אױף מיר אַראָפּגעקאַפּעט. זי האָט, װײַזט אױס, געװײנט... נחמה. צי ביסטו דאָס טאַקע געװען?"

– "יאָ." ענטפֿערט זי שטילערהײט, מיט דער קאָפּ אַראָפּ און די אױגן קוקנדיק אױף דר'ערד.

– "פֿאַרװאָס ביסטו אַרײַן צו מיר? װאָס ביסטו אױסן געװען? פֿאַרװאָס האָסטו געװײנט?"

– "דו װעסט ניט פֿאַרשטײן. דו קענסט ניט פֿאַרשטײן..." ענטפֿערט זי, און הײבט אױף אַ ביסל אירע אױגן.

– "פּרוביר נאָר. איך בין זיכער, אַז איך װעל דיך פֿאַרשטײן, אַז מיר װעלן דיך אַלע פֿאַרשטײן. שעם זיך ניט. דערצײל. דערצײל אַלץ..."

– "יאָ. נחמה," רופֿן זיך אָפּ און דערמוטיקן זי אירע חבֿרטעס. "מיר זײַנען דאָ פֿאַר דיר. מיר האָבן דיך האָלט. דערצײל. מיר װעלן פֿאַרשטײן."

– "יאָ טאַקע," רופֿן זיך אָפּ די אַנדערע מײדן – חנהס חבֿרטעס – מיט שפּאָט. "דערצײל אַלץ. אַלץ. מיר װילן אַלץ װיסן – אַלע װילן אַלץ װיסן. האָסטו דען מורא צו דערצײלן דעם גאַנצן אמת?..." און זײ צעלאַכן זיך.

– "ניט שײן..." טאַדלט דער פּאַסטעך די מײדן.

– "יאָ! איך װעל טאַקע דערצײלן," רופֿט זיך דרײסט אַרױס נחמה, און געפֿינט אין זיך דעם כּוח פֿאָרצוזעצן: "דו ביסט גערעכט, פּאַסטעך... פֿאַר װעמען דאַרף איך זיך דאָ שעמען? פֿאַר זײ? אַ חרפּה און אַ בושה – פֿאַרשעמט זאָלן זײ גאָר ווערן..."

זי מאַכט אַ פּאַוזע, קוקט זיך אַרום, און הײבט אָן דערצײלן.

– " איך בעט אײַך, קודם כּל, אױסצוהערן ביז צום סוף, און מיך ניט איבעררײַסן – און דערנאָך זאָגט און טוט צו מיר װאָס איר װילט... װײַל איך קען מער ניט..."

זי אָטעמט טיף אַרײַן... און לאָזט אַרױס דאָס לופֿט אין אַ מין לאַנגן קרעכץ...

– "דו, פּאַסטעך," הײבט זי אָן רײדן, "האָסט מיך געראַטעװעט דאָס לעבן... איך בין זיכער, אָבער, אַז דו פֿאַרשטײסט ניט גענױ אױף װאָס פֿאַר אַן אופֿן – און איר אַלע פֿאַרשטײט אױך ניט. לאָמיר עס זאָגן אַנדערש: אײגנטלעך, ניט דער פּאַסטעך האָט מיך געראַטעװעט – נאָר דער פֿײַער. יאָ – טאַקע דער פֿײַער. און כאָטש, לײדער, זײַנען גוטע מענטשן, גוטע חבֿרטעס אומגעקומען יענעם שבת... האָט מיך דער פֿײַער געראַטעװעט... טאַקע דער פֿײַער... װי אַ מין נס איז דאָס געװען פֿאַר מיר, װײַל װען ניט דער פֿײַער, װאָלט איך יענעם אָװנט זיך גענומען ס'לעבן... יאָ! זעלבסטמאָרד – אַ סוף צו דער מיאוסער װעלט!..."

די אַרומיקע צוהערערס זײַנען געשטאַנען פֿאַרפּלעפֿט. אינגאַנצן שאָקירט און פֿאַרשטומט. אײניקע מײדלעך האָבן זיך אָנגענומען בײַ די הענט, אָדער געביסן די פֿױסטן.

– "פֿאַרװאָס, פֿרעגט איר דאָך...װאָס? װען?... איך װעל אײַך אַלץ אַנטפּלעקן. האָט געדולד," און זי װישט אַראָפּ אַ טרער אָדער צװײ פֿון די אױגן. "די מעשׂה הײבט זיך אָן מיט אַן ערך 7 יאָר צוריק – 7 יאָר פֿון גיהנום – אין אַ קלײנעם דאָרפֿס-שטעטל אין װײַסרוסלאַנד – דער נאָמען איז ניט װיכטיק. געהאַט האָב איך אַן אידעאַלער קינדהײט, מיט װאַרעמע טאַטע-מאַמע, עלטערע און ייִנגערע ברידער און שװעסטער, און אַזױ װײַטער. אָבער װי מיט אַלע קינדער, װערט מען דאָך עלטער, און עס קומט אָן די צײַט װען מע דאַרף אַ גרױסע װערן – אױסװאַקסן. און דעמאָלט, הײבט די װעלט אָן אַנדערש אױסזען, און פּונקט װי דו באַציסט זיך שױן אַנדערש צו איר, אַזױ אױך, באַציט זיך די װעלט שױן אַנדערש צו דיר."

– "צו 14 יאָר," רעדט זי װײַטער, "בין איך שױן געװען אַ יונגע פֿרױ – מיט אַ גיך אַנטװיקלענדיקער קערפּער, און מיט דעם געפֿיל, אַז איך בין שױן אַ גרױסע און קען זיך פֿירן – אין אַלע הינזיכטן – װי אַ גרױסע. װי סע מאַכט זיך בײַ יונגע חבֿרה, אײַלט מען זיך טועם זײַן פֿון דעם לעבן, און מע װיל אָפֿט נאָכמאַכן עלטערע פֿאַר אונדז."

– "װי אין אַ טײל שטעטלעך אין יענע יאָרן, האָט מען אָנגעהױבן טראַכטן מער מאָדערן, רײדן װעגן סאָציאַל גערעכטיקײט, װעגן אַ נײַער װעלט, און זיך גלײַכצײַטיק דערװײַטערן פֿון ייִדישער טראַדיציע און פֿירעכצן – אױך בנוגע צניאות און װעגן װי בחורים און מײדלעך דאַרפֿן זיך פֿירן צװישן זיך. אין מײן פֿאַל, איז געװען אַזױ. מײַן גוף האָט זיך, װי דערמאָנט, שױן אָנגעהױבן גיך זיך צו אַנטװיקלען. װי ס'איז דער טבֿע בײַ יונגען, פֿלעגן די עלטערע בחורים קוקן אױף די עלטערע מײדלעך, און אַמאָל זיך צוטשעפּען צו זײ. דאָס איז בכלל געװען אַ מין נײַעס אין שטעטל – אַן איבערגאַנגס-פּעריאָד פֿון פּרובירן נײַע זאַכן אין לעבן – סײַ װײַל מע איז געװען יונג, און סײַ װײַל די צײַטן האָבן אָנגעהױבן זיך צו בײַטן."

– "און פּונקט װי װען עס קומט אַרײַן אַ נײַ מענטש אין צימער, קוקן אַלע אױף אים (אָדער איר) – פּונקט אַזױ, מיט מײַן פֿיזישער "אױפֿבלי" בין איך געװאָרן פֿאַר די יונגען אַ נײַ פּנים, און זײ האָבן מיר װי אַנטפּלעקט. אױף מיר, פֿלעגן זײ לאַנג אָבער קוקן, מערער אפֿשר אַפֿילו פֿאַר די עלטערע מײדלעך. אָפֿט פֿלעגן די בחורים צװישן זיך שושקען און לאַכן – מן הסתם אױף מײַן חשבון. דערפֿאַר אָבער, זײַנען זײ ניט צוגעקומען, װיסנדיק אַז איך בין נאָך גאַנץ יונג – און אַװדאי צו יונג פֿאַר זײ. איך, דאַקעגן, האָב פֿון אײן זײַט זיך געפֿילט צופֿרידן װאָס מע באַציט זיך צו מיר – אַפֿילו מיט דעם בלױזן אָנקוקן (װײַל געװײנטלעך זײַנען מײדלעך אין מײַן עלטער נאָך געװען פֿאַררעכנט בײַ די יונגען פֿאַר צו קלײן זיך צו פֿאַרנעמען מיט זײ), און פֿון דער אַנדער זײַט, איז מיר אױך ניט געװען אַזױ באַקװעם װאָס זײ קוקן אַזױ לאַנג אױף מיר – און װער װײסט װעגן װאָס זײ האָבן גערעדט. װעגן װאָס זײ האָבן געלאַכט..."

– "געװען אָבער אײן בחור, מײשע האָט ער געהײסן – אַ מער שעמעװדיקער, װאָס כאָטש איך האָב געװאוסט אַז ער כאַפּט אַ קוק אױף מיר פֿון צײַט צו צײַט – פֿלעגט ער עס ניט טאָן אַזױ אָפֿענערהײט. ער איז אױך ניט געװען פֿון די סאַמע פּאָפּולערע און מע פֿלעג װי אַמאָל פֿון אים אױך אָפּלאַכן און מאַכן שפּאָט. כ'האָב אױף אים געהאַט רחמנות. ניט קײן מיאוסער איז ער געװען, און איך האָב אױך געװאוסט, אַז אונדזערע משפּחות קענען זיך גוט. די מערסטע פֿון די אַנדערע בחורים זײַנען געװען פֿון דער אַנדערער זײַט שטעטל, און אַ טײל פֿון זײ פֿלעג פֿון צײַט צו צײַט, אין אַן אָװנט אָדער אַ שבת, אַרײַנװאַנדערן פֿון דערבײַאיקע דערפֿער. איך האָב זײ דעריבער ניט געקענט."

– "הקיצור, עס איז געװען זומערצײַט. אײנע פֿון די שענסטע און רואיקסטע צײַטן, װען עס פֿלעגן דורך שײנע פּרדסים און אַלײען אין די פֿריִע אָװנט שעהן מײדלעך און יונגען גײן שפּאַצירן גרופּנװײַז, – ייִנגלעך באַזונדער, און מײדלעך באַזונדער. דאָ און דאָרט, האָבן זיך אַפֿילו באַװיזן דרײסטערע װאָס זײַנען אַרױס אין פּאָרן (אַ ייִנגל מיט אַ מײדל). אין אײנער אַזאַ אָװנט, שפּאַצירנדיק מיט עטלעכע חבֿרטעס, האָבן מיר זײ באַגלײט אײנע נאָך דער אַנדערער ביז אין שטוב אַרײַן – ביז, זײַענדיק די סאַמע לעצטע, בין איך פֿאַרבליבן אײנע אַלײן אױף דער װעג."

– "צופֿעליק, איז מײשע אָנגעקומען און פֿאָרגעלײגט מיך צו באַגלײטן. איך האָב גלײַך צוגעשטימט – מײַן האַרץ האָט אַזױ שטאַרק געקלאַפּט, אַז איך בין געװען זיכער אַז דאָס גאַנצע שטעטל הערט. גײענדיק אַזױ, האָבן מיר בעת מעשׂה געכאַפּט אַ שמועס, אַז ער קען גוט מײַן עלטערן ברודער חײם – געלערנט צוזאַמען אין חדר, – און אַז די עלטערן קענען זיך אױך... הקיצור, פֿאַר מיר איז עס געװען אַ מחיה אַזױ צו שפּאַצירן מיטן בחור – ער איז דאָך געװען 18 און איך בלױז 14, און ער רעדט אַזױ פֿראַנק און פֿרײַ מיט מיר, פּונקט װי מיט זײַנס אַ גלײַכן, אָדער װי מיט אַן עלטערער מײדל. שפּעטער, ניט װײַט פֿון שטוב, האָט ער זיך צו מיר אױסגעדרײט און מיר פֿאַרבעטן צו קומען באַזוכן אים אין דער ביבליאָטעק, אין אַ נאָכמיטאָג, װאו עס טרעפֿן זיך אָפֿט די יונגען מיט די מײדן... און אַזױ האָט זיך עס אָנגעהױבן – אַ קורצע זומער ליובקע..."

– "אײן זאַך האָט געפֿירט צו אַן אַנדערער, און אין אַ קורצער צײַט אַרום, נאָכן האָבן זיך געזען ניט מער װי אַ 4-5 מאָל, האָבן מיר זיך שױן געהאַלטן בײַ די הענט, און זיך אױך אַ ביסל אַרומגעטוליעט. נאָך דעם – אַ קוש אַהער, אַ קוש אַהין, אַ גלעט דאָ און אַ גלעט דאָרט, – און מיר זײַנען טאַקע געװאָרן אמתע פֿאַרליבטע – ביז ער האָט שױן געפֿאָדערט יענע זאַך – איר װײסט דאָך װאָס עס ליגט בײַ מענער אין קאָפּ... – אַנטשולדיק, פּאַסטעך, איך מײן ניט אַז אַלע... דו ביסט פֿאָרט אַנדערש, אָבער דו װײסט דאָך װאָס איך מײן... ער האָט געדריקט שטאַרק, ביז איך האָב אים אױס ליבע, אײַנגעגעבן און אים געגעבן װאָס ער האָט געװאָלט..."

– "די עלטערן מײַנע האָבן, פֿאַרשטײט זיך, פֿון אָנהײב גאָרניט געװאוסט. זײַנע חבֿרים, אַ פּנים, האָבן אָבער שױן אַלץ געװאוסט. צי ער האָט זײ אַלײן אױסגעזאָגט, צי זײ האָבן עס פֿון אים אַרױסגענאַרט, צי אַרױסגעצװאונגען, װײס איך ניט... אָבער די מעשׂה גײט אַזױ. אײן אָװנט, װען מיר האָבן זיך אַרײַנגעגנבֿעט אין דער טונקל, צװישן די בײמער און ... געװען צוזאַמען (דאָס איז געװען אפֿשר דאָס דריטע צי פֿערטע מאָל)... האָט זיך פּלוצלונג, צופֿעליק, באַװיזן אײנע פֿון זײַנע חבֿרים װאָס האָט כּלומרשט דאָרט דערבײַ שפּאַצירט, געהערט עפּעס אַ טומל צװישן די בײמער און קוסטעס,... און אונדז צופֿעליק אַנטפּלעקט."

– "איך בין געװען זײער פֿאַרשעמט און צעטומלט, און ניט געװאוסט װאָס צו טאָן, און דעריבער געשטאַנען אַ האַלב נאַקעטע, ביז עס איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַז איך דאַרף זיך װידער אָנטאָן. מײשע האָט מיר דערװײַלע אײַנגעשטילט, אַז איך זאָל זיך באַרואיקן, און אַז ער װעט שױן אָפּרײדן מיט זײַן חבֿר, אַז אַלץ זאָל בלײַבן בסוד – און אַז קײנער װעט זיך ניט דערװיסן אַז מיר זײַנען געװען ... אינטים. מײשע האָט אים גענומען אין אַ זײַט. איך בין נאָך געװען אַן אַנטבלױזטע און גענומען זיך אױף גיך אָנטאָן, װען איך הער װי זײ קריגן זיך. איך האָב זיך נאָך מער דערשראָקן, און ניט געװאוסט װאָס װעט זײַן. נאָך אַ קורצער צײַט פֿון קריגן זיך און קױם אײַנגעהאַלטענע געשרײען אײנער אױפֿן צװײטן, קומט מײשע צו מיר און דערצײלט מיר די מיאוסע זאַך – אַז דער בחור װעט אַלץ פֿאַרשװײַגן און קײנעם ניט דערצײלן – מיט אײן תּנאַי..."

– "דעמאָלט האָט זיך דער אמת אַלץ אַנטפּלעקט – איר שטעלט זיך אַװדאי פֿאָר װאָס ער האָט געפֿאָדערט, – ער ... האָט ... אױך געװאָלט... פֿאַרשטײט זיך אַז איך האָב זיך גלײַך אָפּגעזאָגט. װי דערשראָקן און צעטומלט איך בין געװען, האָט מײשע מיר אָנגעהױבן דערשרעקן נאָך מער, אַז ער װעט האָבן אַ פאַרשמוצטן נאָמען, און אַװדאי איך אױכעט, טאָמער װעט מען אין שטעטל זיך דערװיסן װאָס איז דאָ פֿאָרגעקומען... און אַזױ װײַטער – און אַז עס איז בלױז אױף אײן מאָל ... און.. דעמאָלט בין איך נאָך געװען צו נאַיװ צו פֿאַרשטײן די פֿולע אימפּליקאַציעס פֿון װאָס סע טוט זיך אַרום מיר (איך בין דאָך געװען בלױז 14 יאָר אַלט, און אינגאַנצן אָן קײן דערפֿאַרונג אין לעבן). איך דאַרף אײַך ניט דערצײלן די ליגנס װאָס מענער דערצײלן פֿרױען – איר האָט זײ אפֿשר אַלײן געהערט.... און בלית ברירה האָב איך געצװאונגענערהײט און הילפֿלאָז אײַנגעגעבן."

נחמה שטעלט זיך אָפּ, און עס גיסן װײַטער די טרערן פֿון אירע אױגן. מירל פּערלמאַן [#16] גיט איר אַ טיכל זי זאָל קענען אָפּװישן די טרערן, און זי זעצט פֿאָר די מעשׂה.

– "פֿאַרשטײט זיך, אַז עס האָט זיך ניט געענדיקט מיט יענעם בחור. אײנער נאָך דער אַנדערער, האָבן די איבעריקע בחורים זיך "צופֿעליק דערװאוסט" װעגן מיר, מיך געסטראַזשעט אַז מע װעט אױסזאָגן, און איך האָב געמוזט ליגן מיט יעדן אײנעם פֿון זײ, און מיט דער צײַט אַפֿילו ניט בלױז אײנציקװײַז, נאָר מע האָט שױן אַראַנזשירט צו קומען צו צװײ און צו דרײַ מיט אַ מאָל... מײשע איז, פֿאַרשטײט זיך געװאָרן מער פּאָפּולער בײַ זײַנע חבֿרה. מיט מיר האָט ער זיך אָבער מער ניט געזען."

– "זומער איז דאַנקען גאָט געװען אַ קורצער, און האַרבסט און װינטער זײַנען געװען װײניקער געלעגנהײטן פֿאַר די בחורים מיך אַרױפֿצוצװינגען צו זײַן מיט זײ... בערך מיט אָנדערטהאַלבן יאָר שפּעטער – איך בין שױן באַלד 16 יאָר אַלט געװען, האָט מײַן טאַטע זיך דערװאוסט, און ס'איז געװען יענע סקאַנדאַל אין דער הײם, און דאָס גאַנצע שטעטל האָט זיך אױך פֿון דעם דערװאוסט. גלײַך האָט די מאַמע מיך אײַנגעפּאַקט די זאַכן, און מיך אַרױסגעשיקט אין אַ גרעסער שטאָט, צו אַ מומען (מײַן טאַטנס אַ שװעסטער), איך זאָל זײַן װײַט פֿון אַלץ און אַלעם...די מאַמע אַלײן האָט כּמעט ניט גערעדט מיט מיר. דער טאַטע האָט געפֿאָדערט פֿון איר ניט רײדן מיט מיר..."

– "אָבער טאָמער מײנט איר אַז די זאַך האָט זיך מיט דעם געענדיקט, מאַכט איר אַ טעות. דער דאָזיקער מײשע האָט געהאַט אַן עלטערע שװעסטער אין זעלבן שטאָט. זי האָט אים איבערגעגעבן אַז איך בין דאָרט. ער האָט מסתּמא דערצײלט זײַנע חבֿרים, און אין אַ קורצער צײַט, איז מען מיר געקומען באַזוכן, און די מעשׂה האָט זיך װידער אָנגעפֿאַנגען – אַז פֿאַר שרעק װאָס מע װעט דערצײלן, האָב איך זיך געלאָזט אײַננאַרן און ... איר װײסט דאָך..."

– "איך האָב שױן ניט געקענט אױסהאַלטן. בײַ דער מומען האָב איך געלערנט נײען אױף אַ מאַשין, און איך האָב דערבײַ אַ ביסל צוגעאַרבעט און פֿאַרדינט אַ ביסל געלט. בײַ דער ערשטער געלעגנהײט האָב איך אײַנגעאָרדנט אַ פּאַס אױף צו פֿאָרן קײן אַמעריקע – כ'האָב דערבײַ אױך געהאַט אַ סך מזל, װאָס די מומע איז געװען אַ גוטע און אַ װאַרעמע צו מיר און איך האָב איר אַלץ אַנטפּלעקט. זי האָט גלײַך פֿאַרשטאַנען אַז דאָ איז ניט קײן אָרט פֿאַר מיר, און אַראַנזשירט דורך אירס אַן אַמאָליקער חבֿרטע װאָס האָט אַ ברודער װאָס אַרבעט אױף אַ שיף, אַז ער קען מיך אפֿשר העלפֿן געפֿינען פֿאַר ביליק װי צו רײַזן קײן אַמעריקע. – און אַזױ איז טאַקע געשען."

– "אָבער װי גרױס עס זאָל ניט זײַן די װעלט, און װי װײַט איך בין ניט געװען פֿון דעם שטעטל מיט דעם פֿאַרדאָרבענעם מײשע מיט זײַנע מיאוסע חבֿרים – האָט די מעשׂה מיך גערודפֿט אַזש ביז אין אַמעריקע. דאָ איז מיר אױך ניט געװען גוט. אָט בײַ דער אַרבעט האָט מען שױן אױך געהערט װעגן יענער מעשׂה. געװיסע פֿון די מענער, דער עיקר די אָנפֿירנדיקע, מיט זײערע גומענע שיך – זײ זאָלן קענען שטילערהײט פֿון הינטן זיך צושאַרן און אונטערהערן װאָס מע רעדט – האָבן געסטראַזשעט מיך צו אַנטזאַקן, טאָמער איך טו ניט װאָס זײ װילן... אין מײַן פֿאַל, האָבן זײ געהאַט די העזה זיך צושאַרן שטילערהײט פֿון הינטן, און מיך כאַפּן בײַ אַ ברוסט, אַ קניפּ טאָן אין הינטן, צי װאָס – אינגאַנצן ניט פאַרשעמטערהײט (כאָטש יאָ געהאַלטן באַהאַלטן פֿון די אַנדערע אַרבעטערס). זײ האָבן זיך באַצױגן צו מיר, הײסט עס, װי איך װאָלט עפּעס אַ צאַצקע געװען, װאָס מע קען מיט דעם שפּילן, קװעטשן און אַ קניפּ טאָן, װען עס גלוסט זײ..."

– "און אױב טאָמער איז דאָס ניט געװען גענוג... כאָטש גײ שלאָף רואיק אין דער הײם – דאָס הײסט, אין דער געדונגענער דירה... איז די דירה געװען פֿון מײַן טאַטנס אַ ברודער – דער אײגענער פֿעטער – װאָס ער האָט זיך אױך דערװאוסט װעגן יענער מעשׂה מיט מײשען און זײַנע חבֿרים, און ער האָט אױך געפֿאָדערט זײַן "חלק", און טאָמער גיב איך אים ניט נאָך, װעט ער מיר אַרױסװאַרפֿן אױף דער גאַס... קײן סך געלט פֿאַרדין איך דאָך ניט ... האָב איך ניט געהאַט קײן ברירה אײדער נאָכגעבן סײַ בײַטאָג בײַ דער אַרבעט... און סײַ בײַנאַכט אין מײַן פֿעטערס הײם (פֿאַרשטײט זיך די מומע האָט גאָרניט געטאָרט װיסן – כאָטש איך האָב געהאַט אַ געפֿיל אַז זי האָט עפּעס יאָ דערשפּירט, נאָר אַז ער האָט איר אױך געהאַלטן שטרענג, װי אַ געפֿאַנגענע און אין שרעק)."

– "הקיצור, זיבן יאָרן פֿון גהינום האָב איך אַדורכגעמאַכט. דאָס האָבן געזאָלט זײַן די שענסטע יאָרן פֿון מײַן יוגנט, נאָר בײַ מיר איז דאָס געװען װי לעבן אין אַ געהינום. – איך האָב זינט יענעם מײשע נאָך ניט אױסגעלעבט קײן רואיקן טאָג, קײן רואיקער נאַכט. – און יענעם שבת, בײַ דער אַרבעט, האָט זיך אײנער אַ גראָבער יונג, נאָך בעת דער אַרבעט, אין מיטן פֿון מײַן צונײען, זיך צו מיר אַראָפּגעבױגן, מיך אַרײַנגעשושקעט עפּעס גראָב אין אױער, װעגן זיך טרעפֿן נאָך דער אַרבעט, און גלײַכצײַטיק מיך געטשעפּעט אין אַן אינטימען אָרט... האָב איך דאַן באַשלאָסן אַז – גענוג! בײַנאַכט װעל איך אױף אײן װעג אָדער אױף אַן אַנדערער, זיך נעמען ס'לעבן...איך האָב מער ניט געקענט אױסהאַלטן... איז אָבער געשען װאָס איז געשען, און כאָטש די טראַגעדיע פֿאַר די אַנדערע איז געװען אַ גרױסע, איז דאָס פֿאַר מיר געװען װי אַ מין נס... און דערפֿאַר בין איך אַרײַן צום פּאַסטעך אים באַדאַנקען פֿאַרן געבן מיר אַ נײַעם לעבן... ביז אָט יענע," – און זי װײַזט אָן, אַקוזאַטיװ, אין חנה אַלטמאַן [#14], "האָט זיך אַרײַנגעמישט אין מײַנע ענינים, און אַלץ געפּטרט!!!"

מיטן ענדיקן איר טראַגישע מעשׂה, ברעכט נחמה אַרױס אין אַ שװערער געװײן און פֿאַלט צו צו די פֿיס פֿונעם פּאַסטעך.

– "אױ, שיק מיר ניט אַװעק פֿון דאַנען... איך װעל ניט קענען אױסהאַלטן. דאָ איז דאָס אײנציקע אָרט װאָס איך פֿיל זיך באַשיצט. שיקסטו מיר גאָר אַװעק, און... איך װעל שטאַרבן... איך װעל זיך נעמען ס'לעבן... איך װעל זיך טײטן," יאָמערט זי.

פּלוצלונג לױפֿט חנה אַלטמאַן צו צו נחמהן, װאַרפֿט זיך אױך אַראָפּ אונטער דעם פּאַסטעכס פֿיס, און נעמט זי אַרום.

– "אױ װײ! אױ װײ! נײן, נחמה... זײַ מיר מוחל, איך בעט דיר זײער. איך האָב גאָרניט געװאוסט... פֿאַרלאָז אונדז ניט." מאַשע לעװין [#11] קומט אױך צו, העלפֿט זײ בײדן אױפֿשטײן, און נעמט זײ בײדן אַרום. אױך מיט טרערן אין די אױגן, זאָגט זי פֿאַר נחמהן און פֿאַר אַלעמען: "איך פֿאַרשטײ דיר אַזױ גוט, נחמה. אַזױ גוט... װי האָב איך געקענט זײַן בלינד צו דײַן פּײַן. זײַ מיר מוחל, איך בעט דיר..." און זײ צעװײנען זיך אַלע נאָך מער.

חנה אַלטמאַן קוקט צום פּאַסטעך און בעט בײַ אים:

– "שיק איר ניט אַװעק. עס קומט איר ניט. פֿאַרשיק בעסער מיר, – אױף איר אָרט. איך בין די שולדיקע. איך האָב זי אַזױ נידערטרעכטיק בעװלט. איך בין די װאָס האָט געזינדיק. פֿאַרשיק מיר װאו דו װילסט נאָר... אָבער האָב רחמנות אױף איר. זײַ איר מוחל, זי איז דאָך אַן אומשולדיק קינד, אַ רײן האַרץ װאָס נידערטרעכטיקע מענער האָבן איר אױסגענוצט אָן אױפֿהער, און אָן אַ שמץ רחמנות ..."

אַלע װאַרטן צו זען, צו הערן, װאָס דער פּאַסטעך װעט זאָגן – װי ער װעט רעאַגירן, – און צו זען װאָס דער גורל פֿון די אַרײַנגעמישטע אין דער פּרשה װעט זײַן. ער שװײַגט, דערװײַלע. קוקט זיך אַרום. באַטראַכט זײ. טראַכט זיך גוט אַרײַן אין אַלץ װאָס איז דאָ געזאָגט געװאָרן. ער ראַנגלט מיט די מחשבותן – געבן אַ שטראָף, ניט געבן אַ שטראָף – און װעמען?...

– "מיר זײַנען איצט אַלע פֿאַרמאַטערט," זאָגט דער פּאַסטעך, "יעדנפאַל, – איך בין פֿאַרמאַטערט. טאָ לאָמיר אױסנוצן דאָס ביסל צײַט פֿון אונדזער שבת רו װאָס איז דאָ נאָך פֿאַרבליבן, און צוריק קומען צו זיך, צו אַ מער דערהױבענער שטימונג. איך האָף, אַז אַזעלכע אומאָנגענעמע רײַבונגען און מחלוקותן װעלן מער ניט פֿאָרקומען צװישן אײַך. איך מײן, און איך װיל האָפֿן, אַז איר האָט הײַנט געלערנט עפּעס װיכטיק..."

דער פּאַסטעך קוקט זיך אַרום. ער קוקט אױף די טראַגישע דרײַ פֿיגורן װאָס האַלטן זיך און צעװײנען זיך װײַטער, און ער זאָגט:

– "ניט געקוקט אױף װאָס איז דאָ פֿאָרגעקומען, און אפֿשר פֿאָרט אין זכות פֿון דעם נײַעם שלום װאָס איך האָף אַז עס װעט זיך אַנטװיקלען פֿון דעם, װעלן מיר פֿאַרענדיקן דעם שבת, לױט װי מע דאַרף, לױט דעם פּלאַן, מיטן דאַװענען מנחה און פּראַװען דעם שלש-סעודות, און באַלד נאָך דעם: מערבֿ און הבֿדלה. אין אָװנט, שפּעטער, װעל איך װידער באַטראַכטן װאָס איז געשען, און װעל באַשטימען װאָס דאַרף געטאָן װערן..."

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 9.3 שבת רו

פאָרויס צו: 9.5 טבילה הײסט באַנײַאונג

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 9

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל