====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. 2012. ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
לאה יודלמאַן (#19)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל
 
1.אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס און געזונט

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

נאָמען

לאה יודלמאַן

2.

נומער

19

3.

געבוירן דאַטע

20סטן פעברואַר, 1889

4.

וואו געבוירן

באָברויסק, ליטע

5.

וואו געלעבט

ווילנע ביז 1899, נאָך דעם אין ניו-יאָרק

6.

הויך

1.43

7.

וואָג

51 קילאָ

8.

קאָליר אויגן

בלוי

9.

קאָליר האָר

געלב

10.

געקרײַזלטע /גלײַכע האָר 

געקרײַזלטע האָר 

2.קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

שווימען

יאָ

2.

ספּאָרט

יאָ – פעלד האָקי

3.

מוזיק

יאָ – געלערנט בלאָז-אינסטרומענטן אין מיטלשול

4.

קונסט

יאָ  – געלערנט קונסט און צו מאָלן אין מיטלשול

5.

טאַנץ

איך האָב זייער ליב צו טאַנצן

6.

טעאַטער

יאָ געלערנט דראַמע אין מיטלשול און מיר זײער געפֿעלן. איך האָב געשפּילט און געזונגען אין עטלעכע פֿאָרשטעלונגען.

7.

פּרעסע

יאָ – געלערנט אין מיטלשול

8.

פּאָעזיע

ניין

9.

פּראָזע

ניין

10.

קאָכן

ניט אַזוי גוט – איך לאָז דאָס צו מיין שוועסטער רבקה.

11.

אַגריקולטור

ניין

12.

חיות

איך האָב שטאַרק ליב פערד

13.

שפּראַך - 1

ייִדיש – גאַנץ גוט.

14.

שפּראַך - 2

ענגליש – זייער גוט. אויך לייענען און שרײַבן.

15.

שפּראַך - 4

פראַנצויזיש – שוואַך, כאָטש געלערנט אין מיטלשול.

3. משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

[זע וואָס רבקה האָט געשריבן]

----------                

פעטערס: 2   

מומעס: 3

קוזינס: 18

2.

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע פעלט מיר זייער.

[זע אויך וואָס רבקה האָט געשריבן]

----------

פעטערס: 3

מומעס: 3

קוזינס: 21

3.

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער און שוועסטער: איך האָב נאָר אײן שװעסטער – מײַן צװילינג, רבֿקה. זי איז דאָס טײַערסטע זאַך װאָס איז מיר פֿאַרבליבן אין לעבן (נאָר זאָג איר דאָס ניט אױס – כאָטש זי װײסט עס זיכער, אַז אָן איר װאָלט איך ניט געװאוסט װאָס צו טאָן. זי איז מײַן אײַזן, מײַן שטאָל, מײַן פֿעלדז – דאָרט װאו איך בין בלױז אַ לױפֿנדיקער װאַסערל אָן אַ גרענעץ אָבער אױך אָן קײן צילן).

4.

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן:  איך בין נאָך צו יונג צו טראַכטן וועגן דעם (מײַן שוועסטערל טראַכט שוין יע, אָבער איך מיין אַז זי פירט זיך ווי אַן אַלטער מויד). מע דאַרף, פונדעסטוועגן, טועם זײַן פונעם לעבן. יע באַקענען זיך מיט בחורים, אָבער ניט זײַן אָפּהענגיק אין זיי, און אויך ניט לאָזן זיי פירן דײַן לעבן.

4. פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

האָט ליב/פײַנט

איך האָב זייער ליב צו טאַנצן און בין גוט אין דעם. איך טראַכט אפילו צו מאַכן פון דעם אַ קאַריערע – אָדער ווי אַ טענצערין, אָדער אַ זינגערין, עפּעס אַ טעאַטער-אַקטריסע. עס קען זײַן, אַז איך װעל אַפֿילו פֿאָרן אין קאַליפֿאָרניע. איך הער אַז מע הײבט דאָרט אָן צו מאַכן קינאָ-פֿילמען און מע זוכט אַקטריסעס.

2.

וועגן זיך

 

איך האָב ליב דאָס שײן לעבן פֿון די רײַכע. אמת, איך האָב עס קײנמאָל ניט אַלײן געלעבט – אַ חוץ דאָס ביסל װאָס איך געדענק אַלס קינד, אין װילנע, װען מיר האָבן געהאַט אַ גוט לעבן און דער טאַטע איז געװען דאָרט אַ פֿאַרמעגלעכער סוחר.

איך האָף, אַז איך װעל קענען אײַנשפּאָרן אַ ביסל געלט, װעל איך קענען פֿאַרלאָזן ניו-יאָרק און זוכן צו מאַכן אַ קאַריערע אין קאַליפֿאָרניע, װי אַן אַקטריסע. סע װאָלט מיר בלױז זײער פֿאַרדראָסן צו פֿאַרלאָזן מײַן שװעסטער, אָבער איך װײס אַז זי װעט בשום-אופֿן ניט פֿאַרלאָזן דעם טאַטן – ער איז קראַנק. שטאַרק קראַנק. װער װײסט װי לאַנג ער קען נאָך אױסהאַלטן.

הלװאַי די מאַמע װאָלט נאָך געלעבט. אין איר זכות, האַלט ריבקה מיר אײַן פֿון אינגאַנצן פֿאַרלאָזן אונדזער פֿאָלק און טראַדיציע – אָבער װי לאַנג דאָס װעט אױסהאַלטן קען איך ניט פֿאָרױסזאָגן. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז איך װעל אַלעמאָל זײַן אַ ייִדישע טאָכטער אין די אױגן פֿון די גױים, אָבער סע װילט זיך דאָס בײַטן – צי בין איך דען ערגער פֿון זײ?

איך מײן, אַז איך װעל װערן אַ דערפֿאָלגרײַכע אַקטריסע, װעלן זײ זען אַז איך בין ניט ערגער פֿון זײ, און אפֿשר אַ ביסל בעסער – און קען זײַן אַ פֿולער אַמעריקאַנערין. דער סוד פֿון אַמעריקע איז צו זײַן דערפאָלגרײַך "סאַקסעספול".

3.

דערצייל וועגן צילן און חלומות

מײַן חלום איז צו ווערן אַן אַַקטריסע און פאַרדינען גוט.

4.

וויל באַזוכן

מיר איז גוט אומעטום – דער עיקר וואו מע קען זען נײַע קליידער, נײַע מאָדעס.


 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל