====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
בלומקע זיסמאַן (#23)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל

1. אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס און געזונט

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

נאָמען

בלומקע זיסמאַן

2.

נומער

23

3.

געבוירן דאַטע

22סטן נאָוועמבער, 1892

4.

וואו געבוירן

דאָלהינעוו, ווילנער גובערניע

5.

וואו געלעבט

דאָרף, ניט ווײַט פון דאָלהינעוו ביז 1909, נאָך דעם אין ניו-יאָרק

6.

הויך

1.64

7.

וואָג

70 קילאָ

8.

קאָליר אויגן

ברוין

9.

קאָליר האָר

ברוין

10.

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

גלײַכע האָר

2. קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

שווימען

יע

2.

ספּאָרט

קען גיך לויפן, וואַרפן און כאַפּן אַ פּילקע

3.

מוזיק

ניין – בלויז זינגען

4.

קונסט

איך קען אויסשנײַדן ליאַלקעס פון האָלץ – מיט דעם פּשוטסטן מעסער.

5.

טאַנץ

איך האָב קיינמאָל ניט געהאַט די געלעגנהייט צו טאַנצן.

6.

טעאַטער

ניין

7.

פּרעסע

ניין

8.

פּאָעזיע

ניין

9.

פּראָזע

ניין

10.

קאָכן

גוט

11.

אַגריקולטור

יע – אַ ביסל. די מאַמע האָט מיר געלערנט. זי פעלג פאַרפלאַנצן קרייטעכצער און אײַנזאַמלען ווילדע גראָזן און פלאַנצן און פרוכט.

12.

חיות

מיא האָבן אין דער היים ציגעלעך מיט אַ קו, גענדז, און הינער.

13.

שפּראַך - 1

ייִדיש – גאַנץ גוט.

14.

שפּראַך - 2

ענגליש – איך פאַרשטיי גאַנץ גוט

15.

שפּראַך - 3

רוסיש – איך פאַרשטיי און קען לייענען אָבער ניט שרײַבן.

3. משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

דער טאַטע איז געװען אַ זײגערמאַכער, אָבער װײניק פֿאַרדינט. דער עיקר האָבן מיר געלעבט פֿון די אײגענע קװאַלן: די אײער פֿון די גענדז, מילך, פּוטער, און קעז פֿון די קי און ציגעלעך.

----------       

פעטערס: 4  

מומעס: 0

קוזינס: 12

2.

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע, װי געזאָגט, האָט גוט פֿאַרשטאַנען אין די װילדע גראָזן און פֿלאַנצן, און פֿלעג אָדער אַלײן איבערפֿלאַנצן גרינסן אָדער װיסן װאו צו געפֿינען אין װאַלד און פֿעלד: שװאָמען, פֿרוכט, ניס, און אַזױ װײַטער..

----------

פעטערס: 5

מומעס: 3

קוזינס: 13

3.

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער און שוועסטער: איך האָב דרײַ שוועסטערס מיט 6 ברידער. קיין איינע פון אונדז ניט קיין חתונה געהאַטע.

4.

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן:  איך האָב נאָך ניט חתונה געהאַט, אָבער איך האָב געפֿונען אַ בחור דאָ אין ניו-יאָרק, פֿון אַ שטעטל ניט װײַט פֿון דאָלהינעװ און מיר רעדן שױן װעגן חתונה האָבן און האָבן אַ משפּחה לעבן צוזאַמען.

4. פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

האָט ליב/פײַנט

איך האָב ליב די פֿרישע לופֿט און די נאַטור. װען איך קען – און דאָס איז ניט אַזױ לײַכט, – באַמי איך זיך אַרױסצוכאַפּן פֿון די ענגע, שטינקענדיקע ניו-יאָרקער שטאָט-מױערן און אַרױפֿפֿאָרן אין די קעטסקיל בערג – און אַפֿילו ניט אַזױ װײַט. אַפֿילו איבערן האָדסאָן טײַך – קײן ניו-דזשערזי, אַבי צו קענען אַ ביסל אײַנאָטעמען פֿרישע לופֿט. איך האָב ליב פֿערד, אָבער די צאָל פֿערד אין ניו-יאָרק, און זײער ריח איז שװער אַפֿילו פֿאַר מיר, װאָס איך בין אױפֿגעװאַקסן צװישן הינער, גענדז, און בהימות.

2.

וועגן זיך

 

איך בין געבױרן געװאָרן און אױפֿגעהאָדעװעט געװאָרן אין אַן אָרעם הײם ניט װײַט פֿון װילנע. פֿון קינדװײַז אָן האָב איך ליב געהאַט צו שפּאַצירן איבער די װעלדלעך און לאָנקעס אַרום, דער עיקר נאָכגעגאַנגען און געהאָלפֿן דער מאַמען, װען זי פֿלעג אַרױסװאַנדערן הינטערן דאָרף, כּדי צו קלײַבן שװאָמען און װילדע גרינסן אָדער פֿרוכט.

װען איך בין שױן עלטער געװאָרן, האָב איך זיך אָנגעשלאָסן אינעם בונד – אין דער אַרבעטער באַװעגונג, און געזוכט גלײַכצײַטיק אַ בעסערן לעבן. איך האָב מיט אַ צאָל חבֿרים באַשלאָסן זוכן ס'מזל אין אַמעריקע און אָט בין איך דאָ שױן באַלד 3 יאָר.

3.

דערצייל וועגן צילן און חלומות

מײַן חלום, איז זיך אַרױפֿצואַרבעטן און אָפּשפּאָרן גענוג געלט, איך זאָל קענען אַנטלױפֿן פֿון דער גרױסער רױשנדיקער שטאָט, און זיך אַריבערציִען אין אַ קלענערן שטעטל אָדער דאָרף אין אַמעריקע – אפֿשר אַפֿילו אױף יענער זײַט פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן, אין קאַליפֿאָרניע – און דאָרט קױפֿן אַ שטיקל לאַנד און אפֿשר בױען און לעבן אױף אַ פערם. דאָרט װיל איך אױפֿהאָדעװען מײַנע קינדער. אַזאַ ריזיקע שטאָט װי ניו-יאָרק, איז ניט קײן אָרט פֿאַר קלײנװאַרג.

4.

וויל באַזוכן

איך װאָלט װעלן באַזוכן אַ פערם אין די מיטל-מערבֿ שטאַטן פֿון אַמעריקע. מע זאָגט אַז פֿאַראַן פֿאַרמעגלעכע משפּחות אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן װאָס פֿאַרמאָגן שטיקער לאַנד ("רענטשעס" רופֿט מען זײ) גרעסער נאָך פֿון די מערסטע אײראָפּעיִשע מדינהלעך. און אױפֿן לאַנד דרײען זיך פֿראַנק און פֿרײַ אַרום טױזנטער קי און בהימות – אָט דאָס הײסט געלעבט!

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל