====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
פריידל ווייצמאַן (#28)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל

1. אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס און געזונט

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

נאָמען

פריידל ווײַצמאַן

2.

נומער

28

3.

געבוירן דאַטע

10טן יוני, 1884

4.

וואו געבוירן

פּראָג, טשעכיע

5.

וואו געלעבט

אין פּראָג ביז 1890, אין ביאַליסטאָק ביז 1897, אין ווין ביז 1902, אין לאָנדאָן ביז 1907 – און זינט דעמאָלט, שוין באַלד פיר יאָר אין אַמעריקע.

6.

הויך

1.49

7.

וואָג

50 קילאָ

8.

קאָליר אויגן

ברוין

9.

קאָליר האָר

געלב

10.

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

גלײַכע האָר

2. קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

שווימען

יאָ

2.

ספּאָרט

ניין

3.

מוזיק

איך קען שיין זינגען – אַזוי זאָגט מען מיר

4.

קונסט

ניין – כאָטש איך וואָלט אַמאָל געוואָלט לערנען צייכענען און מאָלן

5.

טאַנץ

איך האָב ליב צו טאַנצן

6.

טעאַטער

איך האָב קיינמאל ניט געשפּילט, אָבער איך וואָלט געוואָלט אַמאָל פּרובירן

7.

פּרעסע

איך האָב ליב צו לייענען

8.

פּאָעזיע

איך האָב ליב צו לייענען

9.

פּראָזע

איך האָב ליב צו לייענען

10.

קאָכן

איך קען גאַנץ גוט קאָכן

11.

אַגריקולטור

ניין

12.

חיות

ניין

13.

שפּראַך - 1

ייִדיש – זײער גוט. אַ שטיקל צײַט געאַרבעט אױף עליס אײַלענד און געהאָלפֿן איבערזעצן פֿאַר די אױפֿפּאַסערס

14.

שפּראַך - 2

ענגליש – זייער גוט

15.

שפּראַך - 3

טשעכיש – זייער גוט

16.

שפּראַך - 4

רוסיש – זייער גוט

17.

שפּראַך - 5

פּויליש – זייער גוט

18.

שפּראַך - 6

דײַטש – גאַנץ גוט

3. משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

דער טאַטע, איז אַ געמיש פֿון אַ לופֿט מענטש און אַ מענטש אָן קײן זיץ-פֿלײש. איך װײס ניט װי די מאַמע האָט זיך געלאָזט אײַננאַרן פֿון אים – ד.ה. אין תּוך איז ער אַ גוטער מענטש און האָט חלילה אונדז קײן שאָדן ניט געטאָן, אָבער קײן סטאַבילער איז ער קײנמאָל ניט געװען. ער איז דאָס װאָס מע רופֿט אָן אַ "דרײער", און אַלעמאָל מאַכט ער געשעפֿטן װאָס טײל מאָל זײַנען זײ געלונגענע און טײל מאָל ניט. ער האַלט אַ מין באַלאַנס פֿון הצלחות און דורכפֿאַלן. מסתּמא דערפֿאַר האָט ער ניט געקענט בלײַבן צו לאַנג אױף אַן אָרט.

פֿאַראַן אַ שרײַבער, אַגבֿ, אַ הומאָריסט מיטן נאָמען שלום עליכם, װאָס באַשרײַבט פּונקט אַזאַ מענטש װי מײַן טאַטע, אין זײַנע מעשׂיות.

----------                

פעטערס:3  

מומעס:0

קוזינס: ?? – איך ווייס אַפילו ניט וואו די פעטערס וואוינען איצט, צי וועגן זייערע משפּחות.

2.

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע איז פּשוט אַ מלאך – און איך װײס ניט צי דער טאַטע שאַצט עס אָפּ. מיט גרױס אױסדױער און ליבשאַפֿט פֿאָלגט זי אים נאָך – פֿון לאַנד צו לאַנד, פֿון געשעפֿט צו געשעפֿט, מיט אַלע שװעריקײטן פֿון דאַרפֿן יעדע עטלעכע יאָר זיך אַריבערקלײַבן אין אַ נײַעם אָרט – און מיט 5 קינדער דערצו.

----------

פעטערס: 4

מומעס: 2

קוזינס: ?? – אויך וועגן דער מאַמעס משפּחה קען איך קוים עפּעס.

3.

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער און שוועסטער: איך בין די עלטסטע פֿון 5 קינדער: נאָך מיר זײַנען שלום (26) װאָס האָט געװאױנט מיט אונדז אין לאָנדאָן, אָבער איז צוריקגעפֿאָרן קײן װין און חתונה געהאַט מיט אַ מײדל װאָס ער האָט זי באַקענט װען מיר האָבן דאָרט געװאױנט. איצט איז ער דאָרט פֿאַרבליבן. שמעון (25), מלכּה (23) – װאָס האָט חתונה געהאַט און װאױנט אין לאָנדאָן, און זיסע (21) װאָס װאױנט נאָך מיט דער מאַמען אין לאָנדאָן. שמעון איז מיט מיר געקומען קײן אַמעריקע, אָבער קורץ נאָכן לאַנדן איז ער אַװעקגעפֿאָרן זוכן זײַן מזל אין צפֿון קאַנאַדע – װאו מע זאָגט אַז מע האָט געפֿונען אַ סך גאָלד מיט כּמעט 10 יאָר פֿריִער.

4.

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן:  איך האָב ערשט אין לאָנדאָן אָנגעהױבן זיך צו באַקענען מיט מענער. אָבער יענע האָב איך שױן לאַנג פֿאַרלאָזט. דאָ אין אַמעריקע האָב איך זיך אױך באַקענט מיט אַ פאָר מענער – אָבער ס'איז נאָך גאָרניט געװאָרן פֿון דעם. מע זאָגט אַז איך בין שױן אַן אַלטער מױד. זאָל מען זאָגן. איך פֿיל זיך יונג, און זע אױס ייִנגער װי איך בין. דעם ריכטיקן מאַן װעל איך נאָך כאַפּן – װען די צײַט װעט קומען.

4. פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

האָסט ליב/פײַנט

איך האָב זייער ליב צו לייענען.

2.

וועגן זיך

 

מײַן טאַטע האָט אונדז אַרומגעשלעפּט פֿון לאַנד צו לאַנד. איך האָב דערבײַ זיך באַקענט מיט פֿאַרשײדענע שפּראַכן און קולטורן – אָבער עס איז װײַט ניט געװען קײן סטאַבילן לעבן. ביז אַן ערך 20 יאָר אַלט (אין 1904) בין איך געװען דאָס װאָס מע רופֿט אָן "אַ גוטע ייִדישע טאָכטער" און געפֿאָלגט טאַטע-מאַמע און אַלץ געטאָן װאָס מע האָט פֿון מיר געבעטן, ניט פֿרעגנדיק אַפֿילו פֿאַר װאָס און פֿאַר װען. 

אין לאָנדאָן, אָבער, האָב איך שױן געעפֿנט די אױגן און פֿאַרשטאַנען װי אומסטאַביל דער טאַטע איז, און אַז איך מוז זיך באַפֿרײַען פֿון זײַן אין אים אָפּהענגיק. איך מוז אָנהײבן לעבן פֿאַר זיך. האָב איך טאַקע זיך באַפֿרײַט פֿון זײַן די גאַנצע צײַט אַרום דער מאַמען און אין שטוב, און האָב אָנגעהױבן אַרױסגײן און באַקענען זיך מיט נאָך יונגע מענטשן – סײַ ייִדישע און סײַ ניט ייִדישע.

אין אַ געװיסן מאָמענט, האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז איך מוז זיך אינגאַנצן באַפֿרײַען און זיך דערװײַטערן פֿון טאַטע-מאַמע. האָב איך אָפּגערעדט מיט מײַן ייִנגערן ברודער שמעון, און מיר האָבן באַשלאָסן צו פֿאָרן צוזאַמען אין אַמעריקע.

און דאָ זוך איך װײַטער מײַן גליק.

3.

דערצייל וועגן צילן און חלומות

מײַן חלום איז צו זוכן אַ סטאַביל לעבן. עס איז אַ ביסל שװער אין די קרײַזן װאו איך געפֿין זיך, װײַל כּמעט אַלע זײַנען אימיגראַנטן װי איך – כאָטש אַ טײל זײַנען שױן דאָ מער װי 10 יאָר. אָבער איך װײס אַז פֿריִער אָדער שפּעטער װעל איך געפֿינען מײַן באַשערטן.

4.

ווילסט באַזוכן

מיר איז ניט װיכטיק דער װאו – מיר איז װיכטיק מיט װעמען. שױן געלעבט אין אַ סך מדינות. שױן אַ סך געזען (כאָטש איך בין יאָ נײַגעריק צו באַזוכן אַ צאָל ערטער װאָס איך האָב בלױז געלײענט װעגן זײ).

מיר איז װיכטיק אַרומשפּאַצירן – אױב בכלל, – מיט אַ מאַן װאָס פֿאַרשטײט מיר און מײנע נײטן, און די נײטיקײט פֿון אַ שטילן און סטאַבילן משפּחה-לעבן.

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל