====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
חיה גרין (#17)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל

1.  אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס און געזונט

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.    

נאָמען

פרוי לייזער ראָזענצווײַג (חיה גרין)

2.    

נומער

17

3.    

געבוירן דאַטע

17טן מערץ, 1873

4.    

וואו געבוירן

לובלין, פּוילן

5.    

וואו געלעבט

לובלין ביז 1905, נאָך דעם אין ניו-יאָרק

6.    

הויך

1.58

7.    

וואָג

50 קילאָ

8.    

קאָליר אויגן

ברוין

9.    

קאָליר האָר

שוואַרץ

10.          

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

גלײַכע האָר

2.  קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.    

שווימען

יאָ

2.    

ספּאָרט

ניין

3.    

מוזיק

יאָ – געלערנט פּיאַנע און פידל שפּילן

4.    

קונסט

האָב ליב צו מאָלן

5.    

טאַנץ

ווען איך בין ייִנגער געווען, פלעג איך ליב האָבן צו טאַנצן

6.    

טעאַטער

ניין

7.    

פּרעסע

ניין

8.    

פּאָעזיע

איך האָב ליב צו לייענען פּאָעזיע. אויך שטודירט, אָבער קיינמאָל ניט געשריבן. אפשר, איין טאָג, וועל איך פּרובירן

9.    

פּראָזע

איך האָב ליב צו לייענען

10.          

קאָכן

זייער גוט

11.          

אַגריקולטור

ניין

12.          

חיות

חס ושלום

13.          

שפּראַך - 1

ייִדיש – זייער גוט.

14.          

שפּראַך - 2

ענגליש – גאַנץ גוט.

15.          

שפּראַך - 3

פּויליש – זייער גוט.

16.          

שפּראַך - 4

לשון קודש און אַראַמעיש – געלערנט צו לייענען און פאַרשטיין, בײַמײַןײַן מאַן.

17.          

שפּראַך - 5

איטאַליעניש – געלערנט. איך האָב זיך אַ ביסל געלערנט רײדן, דער עיקר מיט די איטאַליענישע מיטאַרבעטערינס – כאָטש זײ רײדן אַן אַנדער דיאַלעקט װי די ליטעראַרישע שפּראַך װאָס מע לערנט.

18.          

שפּראַך - 6

פראַנצויזיש – געלערנט. איך קען קוים ריידן, אָבער לייענען און פאַרשטיין, נישקשה

3.  משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.    

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

מײַן טאַטע איז שוין לאַנג ניט אויף דער וועלט. ער איז געווען אַ שנײַדער.

----------                     

פעטערס: 2  

מומעס: 3

קוזינס: 15, אָבער איך האָב כּמעט ניט קיין פאַרבינדונג מיט זיי.

2.    

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע איז אויך געווען אַ שנײַדערין – זי לעבט שוין אויך ניט.

----------

פעטערס: 2

מומעס: 5

קוזינס: 20, אָבער איך האָב כּמעט ניט קיין פאַרבינדונג מיט זיי.

3.    

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער און שוועסטער: איך האָב צװײ ברידער, עלטערע פֿאַר מיר. איך האָב זײ שױן לאַנג ניט געזען. זײ זײַנען פֿאַרבליבן אין לובלין. זײ זײַנען אױך שנײַדערס. זײ האָבן אַלע אַ סך קינדער. װײַטער האָב איך קײן גרױסן קאָנטאַקט ניט מיט זײ. דער אײנציקער װאָס האָט נאָך געהאַלטן אַ פֿאַרבינדונג מיט מיר איז שמואל, דער ייִנגסטער. ער איז געװען אַ גוטער חבֿר פֿון מײַן מאַן, אליעזר (לייזער, ע"ה). כּל זמן אליעזר האָט נאָך געלעבט, איז צװישן זײ נאָך געװען אַ קאָנטאַקט. זײ פֿלעגן פֿון צײַט צו צײַט זיך דורכשרײַבן. װען שמואליקס עלטערע טאָכטער האָט זיך געקליבן צו קומען קײן אַמעריקע, האָבן מיר זי אַרײַנגענומען צו זיך. קורץ נאָך דעם װי זי איז דאָ אין אַמעריקע אָנגעקומען, האָט זי חתונה געהאַט. איצט האָט זי שױן צװײ װאױלע ייִנגעלעך – אָבער איך זע זי זעלטן. דער עיקר זינט מײַן לײזערס פּטירה.

4.    

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן: מײַן מאַן, לייזער, איז געװען מײַן גאַנץ לעבן. װען ער איז אַװעק אױפֿן עולם האמת, האָב איך געמײנט אַז מיט זײַן אװעקגײן ענדיקט זיך מײַן װעלט. עס האָט מיר געדױערט אַ לענגערע צײַט צוריקצוקומען צו זיך. אַ דאַנק מײַן מיטאַרבעטערין שײנדל (איך האָף אַז זי איז בסדר, און זיך געראַטעװעט פֿונעם פֿײַער – װײַל דאָ האָב איך זי ניט געזען).

 הקיצור, אליעזר איז געװען אַ טײַערער און געטרײַער מאַן. װען איך האָב זיך באַקענט מיט אים, צום ערשטן מאָל, אין לובלין, בין איך גלײַך פֿאַרליבט געװאָרן. ער איז געװען אַ ישיבֿה בחור, קױם 19 יאָר אַלט. איך בין דעמאָלט געװען 17 יאָר אַלט. נאָך דעם שידוך, האָבן מיר געװאױנט אױף קעסט בײַ די עלטערן, און שפּעטער האָט ער אָנגעהױבן אַרבעטן אין אַ שנײַדער געװעלב װי אַ שנײַדער-יונג. איך בין געװאָרן אַ נײטאָרין און אַזױ אַרום האָבן מיר פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט צוזאַמען.

 ער איז געװען זײער געלערנט אין ייִדישקײט, און פֿלעג מיט מיר זיצן שעהן לאַנג און מיט מיר אײַנלערנען פֿון גמרא און הלכות און װאָס ניט. ער איז אָבער אױך געװען אַ פֿרײַ-דענקער מיט אַ גרױסן װיסנדורשט צו באַקענען זיך מיט אַנדערע דעהס און מיט אַנדערע קולטורן. ער האָט מיר שטענדיק געמוטיקט צו לײענען און לערנען. דאָס האָט מיר אײגנטלעך געראַטעװעט, װײַל װען ער איז אַװעק פֿון דער װעלט בין איך געװאָרן װי אַ לײדיקע. זײַנע לעצטע װערטער צו מיר זײַנען געװען צו זוכן די ליכט אין דער פֿינצטערניש. ניט לאָזן די טונקלקײט, די ברוטאַלקײט פֿון דער װעלט מאַכן פֿינצטער די שײנקײט און ליכטיקײט פֿון דעם בורא-עולמס װעלט.

 און כאָטש איך האָב אין די לעצטע יאָרן זיך אַ סך דערװײַטערט פֿון פֿרומקײט, און פֿיר שױן ניט קײן רעליגיעזן לעבן – און אַרבעט אױך אין אַ שבת. פֿעלט מיר זײער זײַן מילדקײט און די הײמישע שבתים װאָס מיר פֿלעגן צוזאַמען פֿאַרברענגען. נאָר צוליב פּרנסה-װעגן, אַרבעט איך שבת אױך.

קײן קינדער מיט מײַן טײַערן לײזערן האָב איך ניט געהאַט. נאָך דעם װי ער איז פֿון מיר אַװעק, איז דאָס מײַן גרעסטער פֿאַרדרוס, װאָס איך האָב ניט קײן לעבעדיקן זכר פֿון אים – קײן יורשים ניט.

4.  פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.    

האָסט ליב/פײַנט

 

איך האָב קײנעם ניט פֿײַנט, אַ חוץ אפֿשר פֿאַר עם-הארצים װאָס מײנען אַז זײ קענען אַלץ, װען פֿאַקטיש קענען זײ אַזױ װײניק, און װילן אַפֿילו ניט אַרײַנקוקן אין אַ ספֿר, צי אַ בוך...

איך האָב ליב צו לערנען, צו לײענען. מײַן מאַן, אליעזר (ע"ה) האָט מיר מן-הסתם אָנגעשטעקט מיט זײַן אײגענעם דיבוק פֿון אַלץ װעלן קענען, אַלץ װעלן װיסן, און תּמיד לערנען און נאָך לערנען.

2.    

וועגן זיך

 

איך בין אַ פּשוטע פֿרױ, אָן קײן פּרעטענזיעס. איך טו װאָס איך קען און העלף אַרױס די װאָס איך קען (אױף װיפֿל עס דערלױבט זיך), דער עיקר די ייִנגערע מײדן װאָס קומען צו אונדז אַרבעטן אין טרײַענגל פֿאַבריק.

3.    

דערצייל וועגן צילן און חלומות

מײַנע צילן און חלומות זײַנען אַלע באַגראָבן געװאָרן מיט מײַן טײַערן מאַן. קײן קינדער, קײן יורשים, האָבן מיר ניט – און דאָס איז געװען מײַן גרעסטער װאונטש, מײַן טײַערסטער חלום. איך בין אָבער איצט שױן אַן אַלטער אַלמנה, און די חלומות לאָז איך איבער צו די ייִנגערע פֿאַר מיר.

4.    

ווילסט באַזוכן

די װעלט איז ברײט, די װעלט איז גרױס. לובלין איז ניט קײן גרױסע שטאָט, און ניו-יאָרק איז אַװדאי ניט קײן קלײנע. איך האָב אָבער קײנמאָל ניט געטראַכט פֿון זײַן אין קײן אַנדער אָרט – בלױז בײַ מײַן טײַערן מאַנס זײַט. װאו אליעזר איז געגאַנגען, דאָרט איז מײַן אָרט געװען. איך האָב קײנמאָל ניט געטראַכט צו באַזוכן אַן אַנדער אָרט. מיר איז גוט דאָרט װאו איך בין.

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל