====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
חנה זאַנד (#24)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל

1. אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס און געזונט

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

נאָמען

חנה זאַנד

2.

נומער

24

3.

געבוירן דאַטע

12סטן אַוגוסט, 1881

4.

וואו געבוירן

ציגאַנדע, אונגאַרן

5.

וואו געלעבט

אָנגעקומען אין אַמעריקע, אין ניו-יאָרק, צו 2 און אַ האַלב יאָר אין 1884

6.

הויך

1.61

7.

וואָג

65 קילאָ

8.

קאָליר אויגן

גרין

9.

קאָליר האָר

שוואַרץ

10.

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

געקרײַזלטע האָר

2. קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

שווימען

שוין לאַנג ניט

2.

ספּאָרט

ניין

3.

מוזיק

מע זאָגט מיר אַז איך קען שיין זינגען

4.

קונסט

איך קען אויסנייען פּרעכטיקע זאַכן. אויך שטריקן

5.

טאַנץ

ניין

6.

טעאַטער

ניין

7.

פּרעסע

ניין

8.

פּאָעזיע

איך פֿלעג אױסטראַכטן װערטער צו פּאָפּולערע ניגונים – דער עיקר ייִדישע װערטער צו גױישע לידער. דאָס פֿלעג איך זינגען מײנע קינדער, װען זײ זײַנען געװען קלײנע.

9.

פּראָזע

ניין

10.

קאָכן

זײער גוט – פֿון אָנהײב בין איך ניט געװען קײן גרױסע קעכערין, אָבער מיט דער צײַט בין איך געװאָרן זײער גוט.

11.

אַגריקולטור

איך פֿלעג פֿאַרפֿלאַנצן און אױפֿהאָדעװען פּאָמידאָרן און אוגערקעס אין אַ װינקל פֿון דעם בשותּפֿותדיקן הױף

12.

חיות

ניין.

13.

שפּראַך - 1

ייִדיש – גאַנץ גוט.

14.

שפּראַך - 2

ענגליש – איך פֿאַרשטײ גאַנץ גוט, און קען אױך לײענען און שרײַבן. דאָס האָב איך שױן שפּעטער געלערנט, װען איך פֿלעג זיצן און לערנען מיט די קינדער בעת װי זײ פֿלעגן טאָן זײער הײמאַרבעט.

15.

שפּראַך - 3

הונגאַריש – איך פאַרשטיי און קען לייענען אָבער ניט שרײַבן.

3. משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

דער טאַטע, ע"ה איז געווען אַ מלמד

----------                

פעטערס:6  

מומעס:5

קוזינס: 60

2.

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע, אַ לאַנג לעבן אויף איר – איז געווען אַ מאַמע, ווי אַלע מאַמעס.

----------

פעטערס: 4

מומעס: 4

קוזינס: 40

3.

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער און שוועסטער: איך האָב פינעף שוועסטערס מיט 3 ברידער.

4.

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן:  איך האָב צו 16 יאָר חתונה געהאַט, און צו 17 שױן געװען אַ מאַמע. יחזקאל, מײַן מאַן ע"ה, פֿלעג זיצן לאַנגע שעהן און לערנען. זײַנע עלטערן – אַ ליכטיקן גן-עדן זאָלן זײ האָבן, – האָבן אונדז אַרײַנגענומען צו זיך אין דער הײם און מיר האָבן דאָרט בײַ זײ געגעסן און געלעבט. װען די משפּחה האָט, קײן אין הרע, אָנגעהױבן װאַקסן, האָט ער שױן געמוזט אָפּגעבן װײניקער צײַט פֿאַרן לערנען תּורה, און איז אַרױס זוכן אַרבעט. ער איז אַרײַנגענומען געװאָרן בײַ זײַנעם אַ פֿעטער, אַ שוסטער, און זיך דאָרט אױסגעלערנט די פֿאַך. ער פֿלעג לאַנגע שעהן זיצן און שנײַדן און קלאַפּן און נײען – צי בײַם פֿאַרריכטן, צי בײַם שאַפֿן נײַע, – שיך און שטיװל.
מיט 8 יאָר צוריק, אין אַ גאָר שװערן װינטער, האָט ער זיך שטאַרק צוגעקילט, און איז אױסגעגאַנגען נאָך אַ שװערער לונגען אָנצינדונג. איך בין געװאָרן א
יונגע אַלמנה, מיט 5 קלײנע קינדער. דערפֿאַר װאָס מיר האָבן געמוזט אױסהאַלטן סײַ זיך אַלײן, און סײַ די עלטערן, יחזקאלס, האָב איך געבעטן בײַ צװײ פֿון זײַנע ייִנגערע שװעסטערס זײ זאָלן היטן מײַנע קינדערלעך, און איך בין אַרױס אַרבעטן.

4. פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

האָט ליב/פײַנט

איך האָב ליב צו קאָכן און זיך צו פֿאַרנעמען מיט הױז זאַכן.

כ'האָב פֿײַנט אַרבעטן װי אַ שקלאַף אין פֿאַבריק, און זײַן װײַט פֿון מײַן הױזגעזינד. קײן ברירה האָב איך אָבער ניט. איך גיב זיך אַן עצה, און איגנאָריר אַלץ און אַלעם אַרום, – אַ חוץ פֿאַר דער ספּעציפֿישער נײ-אַרבעט, –און טראַכט כּסדר און האָב אין זינען, מײַנע קינדערלעך, די יתומימלעך װאָס האָבן נעבעך כּמעט אינגאַנצן ניט געקענט זײער אײגענעם פֿאָטער – אַזױ קלײן זײַנען זײ געװען װען ער איז נפֿטר געװאָרן.

2.

וועגן זיך

 

איך בין יונגערהײט אָנגעקומען אין אַמעריקע און געדענק דעריבער ניט אונגאַרן. מײַן גאַנץ לעבן קען איך נאָר די גאַסן און געסלעך פֿון דער ניו-יאָרקער איסט סײַד. ערשט אין די לעצטע יאָרן, װען די קינדער האָבן אָנגעהױבן אַ ביסל אױסװאַקסן, האָב איך געפֿונען פֿאַר נײטיק אַ ביסל אַרױסגײן מיט זײ אין די פּאַרקן אין און מחוץ דער שטאָט. לײַדער, האָב איך אַזױ װײניק צײַט און געלעגנהײטן דעראױף – מישטײנס געזאָגט כּוח. אָבער איך גיב זיך אַן עצה.

מײַנע קינדער, זאָלן זײ געזונט זײַן, זײַנען מײַן גאַנץ לעבן. אַלץ טו איך פֿאַר זײ. אַלץ גיב איך זיך אָפּ מיט זײ – װען איך האָב נאָר אַ ביסל פֿרײַע צײַט.... אױ, יחזקאל, מײַנער – פֿאַרװאָס ביסטו אַזױ יונג אַװעקגענומען געװאָרן פֿון מיר? פֿאַרװאָס ביסטו ניטאָ דאָ, צו העלפֿן מיר אױפֿהאָדעװען די קינדער?

3.

דערצייל וועגן צילן און חלומות

איך װיל זען מײַנע קינדער גליקלעך, און קוק אַרױס צו װען איך זאָל קענען ריטײַערן און נחת האָבן פֿון די קינדער – און מירטשעם, װען זײ װעלן עלטער װערן און אַלײן בױען אַ משפּחה לעבן – נחת האָבן פֿון די אײנקלעך.

4.

וויל באַזוכן

מיר איז גוט אין דער היים. הלוואי איך וואָלט געהאַט מער צײַט פֿאַר זיך און פֿאַר מײַן משפּחה. באַזוכן וואָלט איך וועלן מערער – בײַ זיך אין דער אייגענער היים.

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל