====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. 2012. ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
ליבע סאָבאָל (#21)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל

1. אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס און געזונט

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

נאָמען

ליבע סאָבאָל

2.

נומער

21

3.

געבוירן דאַטע

28סטן מאַי, 1893

4.

וואו געבוירן

אָדעס, אוקראַינע

5.

וואו געלעבט

אָדעס ביז 1909, נאָך דעם אין ניו-יאָרק

6.

הויך

1.45

7.

וואָג

50 קילאָ

8.

קאָליר אויגן

גרין

9.

קאָליר האָר

שוואַרצע

10.

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

געקרײַזלטע האָר

2. קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

שווימען

ניין

2.

ספּאָרט

ניין

3.

מוזיק

יאָ – איך קען שפּילן פּיאַנע

4.

קונסט

ניין

5.

טאַנץ

איך האָב זייער ליב צו טאַנצן

6.

טעאַטער

ניין

7.

פּרעסע

ניין

8.

פּאָעזיע

איך האָב ליב צו לייענען פּאָעזיע

9.

פּראָזע

ניין

10.

קאָכן

זייער גוט

11.

אַגריקולטור

ניין

12.

חיות

ניין

13.

שפּראַך - 1

ייִדיש – גאַנץ גוט.

14.

שפּראַך - 2

ענגליש – איך קען קוים לייענען און אינגאַנצן ניט שרײַבן.

3. משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

דער טאַטע איז ניפטר געװאָרן מיט אַ 5 יאָר צוריק. ער פֿלעג האַנדלען מיט צירונג און בריליאַנטן. ער איז אָבער קראַנק געװאָרן און קורץ נאָך דעם אַװעק פֿון דער װעלט. איבערגעלאָזט 5 יתומים און אַן אַלמנה און גרױסע חובֿות.

----------                

פעטערס: 1  

מומעס: 3

קוזינס: 10

2.

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע האָט ניט געאַרבעט װען דער טאַטע האָט נאָך געלעבט. אָבער װען דער טאַטע איז אַװעקגערופֿן געװאָרן צום בית דין של מעלה, האָט זי געמוזט זוכן פּרנסה. פֿון אָנהײב, האָט זי פּרובירט װערן אַ שנײַדערין אָדער אַ נײטערין. זי האָט מיר מיטגענומען זיך אױסלערנען די פֿאַך און אַרבעטן, אָבער עס איז איר ניט געגאַנגען. ביז אַהער האָבן מיר געהאַט אַ שיקסע פֿאַר אַ דינסט מײדל – און זי פֿלעג אַלץ טאָן.

װען איך און די מאַמע האָבן זיך גענומען צו װערן פּשוטע אַרבעטערינס – איז איר ניט געלונגען. זי איז פּשוט ניט געװען געבױט דערױף. דערפֿאַר אָבער, האָט זי גיך אַנטפּלעקט אירע פֿעיִקײטן אין װערן אַ לערערין און געבן פּריװאַטע לעקציעס די קינדער פֿון רײַכע ייִדן (און אַפֿילו זײערע פֿרױען). מײן מאַמע איז געװען אַ געבילדעטע פֿרױ. אַזאַ זאַך איז געװען זעלטן אין אונדזער געגנט. אָבער די מאַמע האָט געקענט. און אַזױ אַרום האָט זי אױסגעהאַלטן די משפּחה אין די שװערע צײַטן.

----------

פעטערס: 0

מומעס: 3

קוזינס: 5

3.

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער און שוועסטער: איך בין די עלטסטע. איך האָב נאָך 2 שװעסטערס, ייִנגערע פֿאַר מיר. זײ װאױנען אין מאָנטרעאַל, אין קאַנאַדע, מיט דער מאַמען. איך זע זײ כּמעט ניט – ס'איז אַ צו לאַנגער שלעפּ פֿון ניו-יאָרק ביז אַהין. מע דאַרף פֿאָרן מיט פֿערד און װאָגן כּמעט 4 טעג. יעדן טאָג שטעלט מען זיך אָפּ איבערנעכטיקן אין אַ שטעטל װאָס איז אױפֿן װעג. אין מײן איצטיקער צושטאַנד איז אװדאי ניטאָ פֿון װאָס צו רײדן. און נאָכן האָבן דעם קינד – װעל איך דאַך װאַרטן עס זאָל כאָטש אַ ביסל אונטערװאַקסן, אײדער איך נעם זיך אױף אַזאַ לאַנגן שפּאַציר.

4.

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן: מײַן מאַן העראָלד (הערשל) איז זײער אַ װאױלער. איך האָב אים אַזױ ליב. איך בין גרײט אַלץ צו טאָן פֿאַר אים. אַפֿילו װען איך קום אַהײם אַ פֿאַרמאַטערטע פֿון דער שװערער אַרבעט אין טרײַענגל פֿאַבריק, רײניק איך די דירה, איך װאַש די קלײדער, אָדער קאָך עפּעס אַן – דער עיקר ער זאָל זײַן צופֿרידן. װאָס דען טוט ניט אַ געטרײַע פֿרױ פֿאַר איר מאַן? ער איז דאָך דער טאַטע פֿון דעם קינד װאָס איז אין מײַן בײַכל. װי גליקלעך ער װעט זײַן, אױב מיט גאָטס װילן װעט געבױרן װערן אַ ייִנגל. און טאָמער אַ מײדל, בין איך זיכער אַז ער װעט זי אױפֿנעמען צופרידענערהײט.

4. פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

האָט ליב/פײַנט

איך האָב ליב אַ גוטן פוסנאָגע, צי געבראָטנס. אין דער לעצטער צײַט, אָבער, האַלט איך זיך אַ ביסל ווײַט פון הון. עס עקלט מיך.

2.

וועגן זיך

 

ניטאָ קיין סך וואָס צו דערציילן. אַ פּשוטע מיידל. יונגערהייט זיך פאַרליבט און חתונה געהאט (קוים אַ האַלב יאָר נאָכן לאַנדן אין אַמעריקע).

3.

דערצייל וועגן צילן און חלומות

מײַן חלום איז שױן ניט קײן חלום – נאָר די גאַנצע װאַרהײט. איך לעב עס שױן אױס יעדן טאָג: איך בין אין דער גרױסער אַמעריקע. איך בין אַ חתונה געהאַטע. איך טראָג און דערװאַרט אַ קינד. – װאָס נאָך קען מען װעלן אין לעבן?

4.

וויל באַזוכן

איך וויל אין ערגעץ ניט באַזוכן (סײַדן אין אַ שפּיטאָל אויף צו קינדלען).

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל