====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
מינדל איידלשטיין (#2)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל

1. אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

נאָמען

מינדל עדלשטיין

2

נומער

02

3

געבוירן דאַטע

2טן פעברואַר, 1892

4

וואו געבוירן

מונקאַטש, הונגאַרן

5

וואו געלעבט

מונקאַטש ביז 15 יאָר אַלט, ניו-יאָרק (לעצטע 4 יאָר)

6

הויך

1.60

7

וואָג

50 קילאָ

8

קאָליר אויגן

גרין

9

קאָליר האָר

בלאָנד

10

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

גלײַכע האָר

2. קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

שווימען

ניין

2

ספּאָרט

ניין

3

מוזיק

ניין

4

קונסט

ניין

5

טאַנץ

אַ ביסל

6

טעאַטער

ניין

7

פּרעסע

ניין

8

פּאָעזיע

ניין

9

פּראָזע

ניין

10

קאָכן

אַ ביסל

11

אַגריקולטור

ניין

12

חיות

איך האָב פײַנט חיות

13

שפּראַך - 1

ייִדיש

14

שפּראַך - 2

ענגליש

15

שפּראַך - 3

הונגאַריש

16

שפּראַך - 4

טשעכיש

3. משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

- דער טאַטע איז אַ שטרענגער חסיד. ער אַרבעט ניט, נאָר זיצט און לערנט.

----------

פעטערס – זעקס – אויך חסידים, איינער אַ וואַלד-סוחר, און האַלט אויס די אַנדערע ברידער (אַרײַנגערעכנט מײַן משפּחה אויך, ביז ס'איז אים געוואָרן שווער אַלעמען אויסצוהאַלטן. דעמאָלט, איז מײַן פאָטער געפאָרן אין אַמעריקע זוכן פּרנסה)

מומעס – זעקס מומעס

קוזינס – זייער אַ סך

2

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

- די מאַמע האָט יונגערהייט חתונה געהאַט (איז אָבער איצט אַלט פאַר די יאָרן). אפילו ווען זי איז שוואַנגער אַרבעט זי בײַם נייען און אַמאָל קאָכן פאַר מענטשן. זי קומט פון אַן אָרעמער משפּחה.

----------

פעטערס – צוויי

מומעס – זיבן מומעס

קוזינס – זייער אַ סך

3

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער: פינף ייִנגערע ברידערלעך (5, 7, 9, 12 און 15). דער עלטערער ברודער אַרבעט אַ ביסל (שנײַדערײַ) און לערנט אויך אין אַ ישיבה.

 

שוועסטער: צוויי ייִנגער שוועסטערלעך (10 און 16)

– די עלטערע שוועסטערל איז אויך אַרויס אַרבעטן, די ייִנגערע העלפט דער מאַמען אין דער היים

4

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן:       – נאָך ניט

קינדער:  0

4. פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

האָסט ליב/פײַנט

 

איך האב ליב שיינע קליידער און זיך צו פּוצן און פאַרווײַלן מיט מײַנע חברטעס. איך לערן זיך טאַנצן, און ווען די בחורים קוקן אויף מיר פילט זיך גוט.

2

וועגן זיך

 

כ'האָב גאָר שטרענגע עלטערן. זייער פרום. ווי נאָר איך האָב געזען דאָס נײַ לעבן אין אַמעריקע האָב איך זיך גיך, גיך באַפרײַט פון זייער פאַרמאַכטן לעבן און געזוכט זיך אָפּצושיידן פון זיי. איך וואוין נאָך מיט זיי – בלית ברירה, – און ס'איז טאַקע שווער, ווײַל ס'איז דאָך ענג און דער טאַטע איז אַ רגזן ... אָבער איך גיב זיך אַן עצה. ווי נאָר איך וועל קענען וועל איך "אַרויסמופן" און זיך איבערקלײַבן אין אַ באַזונדערער דירה. אפשר מיט נאָך אייניקע מיידן. די בחורים וואָס איך קען, פיר איך זיי לײַכט בײַם נאָז... אָבער חתונה האָבן מיט אַזעלכע?! – אסור מיר ... ווי קליינע קינדער פירן זיי זיך אויף ... און עפּעס קלעפּעדיקע הענט האָבן זיי, ווען זיי האַלטן מיר בעתן טאַנצן ... אָבער איך גיב זיך אַן עצה ... כ'בין נאָך יונג, און כ'מאַך אַ לעבן!

3

דערצייל וועגן צילן און חלומות

איין טאָג וועל איך זיכער חתונה האָבן (און אוודאי מיט אַ רײַכן ... און אוודאי ניט האָבן מער ווי 2-3 קינדער)... אָבער כ'האָב נאָך צײַט. איך וויל פריער  אַרײַנכאַפּן וואָס מער פון דער דינאַמישער אַמעריקע. די ליכט, די מוזיק, די טענץ און באַוועגונגען.

איך ווייס נאָך ניט וואָס איך וועל טאָן אין לעבן. דערווײַלע וועל איך אָנגיין ווײַטער, זוכנדיק צו פאַרדינען געלט ווי אַ נייטאָרין. אפשר, מיט דער צײַט, עפענען אַליין אַ געוועלב און מאַכן נײַע, שענערע קליידער ... איך האָב שוין געדאַנקען. די הײַנטיקע קליידער זײַנען עפּעס צו ענג, און באַהאַלטן צופיל דעם גוף. אַ פרוי דאַרף באַווײַזן וואָס זי האָט (אפשר קירצערע קליידער, מע זאָל זען די פיס?). יאָ, איך מיין אַז איך וועל אויסטראַכטן נײַע מאָדעס און ווערן פון דעם רײַך ... פאַרוואָס ניט?

4

ווילסט באַזוכן

איך וויל אוודאי זען די מאָדעס פון פּאַריז און אַנדערע גרעסערע אייראָפּעאישע שטעט. דאַכט זיך אַז אין סאַן-פראַנציסקאָ זײַנען אויך פאַראַן שיינע קליידער און נײַע מאָדעס – כּדאי צו באַזוכן ...


 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל