====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
חנה לעווינסאָן (#12)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל

 1.  אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס און געזונט

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.    

נאָמען

חנה לעווינסאָן

2.    

נומער

12

3.    

געבוירן דאַטע

2טן אַפּריל, 1892

4.    

וואו געבוירן

לינגמיאַן, ליטע

5.    

וואו געלעבט

לינגמיאַן ביז 1909, נאָך דעם אין ניו-יאָרק

6.    

הויך

1.93

7.    

וואָג

60 קילאָ

8.    

קאָליר אויגן

בלאָ

9.    

קאָליר האָר

געלב

10.          

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

גלײַכע האָר

2.  קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.    

שווימען

יאָ

2.    

ספּאָרט

ניין

3.    

מוזיק

ניין                        

4.    

קונסט

ניין

5.    

טאַנץ

ניין – קיינמאָל ניט געהאַט מיט וועמען. אַלע מענער זײַנען נידעריקער פאַר מיר. קיינער האָט ניט געוואָלט טאַנצן מיט מיר.

6.    

טעאַטער

ניין

7.    

פּרעסע

ניין

8.    

פּאָעזיע

ניין

9.    

פּראָזע

איך האָב אַ טאָג בוך. דאָרט פאַרצייכן איך אויך מײַנע אַלע חלומות און וואונטשן.

10.          

קאָכן

יאָ

11.          

אַגריקולטור

ניין

12.          

חיות

מײַן פעטער איז אַ שמיד. בײַ אים פלעגן אַלעמאָל זײַן פערד (און וועגענער), פלעגן איך און די קוזינס שטענדיק אַרומשפּאַצירן דאָרט צווישן זיי.

13.          

שפּראַך - 1

ייִדיש – זייער גוט

14.          

שפּראַך - 2

ענגליש – ניט שלעכט

15.          

שפּראַך - 3

ליטוויש – גאַנץ גוט

3.  משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.    

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

מײַן טאַטע האָט געהאַט אַ שענק און אַכסניא אין לינגמיאַן, ביז אײן טאָג האָבן אַ פּאָר גױים – דעם פּריצס לײב-װעכטער – זיך דאָרט אָנגעשיכּורט און דאַן פֿאַרברענט דעם אָרט. מיר זײַנען דעמאָלט פֿאַרבליבן אָן אַ דאַך איבערן קאָפּ, און דאָס ביסל געלט װאָס דער פּריץ האָט דעם טאַטן צוריקבאַצאָלט פֿאַרן נזק – האָט ער אױסגענוצט אױף אײַנשאַפֿן פֿאַר אונדז בילעטן אױף אַ שיף קײן אַמעריקע, און מיר זײַנען אין 1909 פֿון דאָרט אַװעק .

----------

פעטערס: 0  

מומעס: 2

קוזינס: 6

2.    

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע האָט געהאָלפן דעם טאַטן אין דער אַכסניא און פלעג קאָכן פאַר די געסט.

----------

פעטערס: 2 (איינער אַ שמיד פון לינגמיאַן)

מומעס: 2

קוזינס: 13

3.    

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער און שוועסטער: דרײַ ברידער – אײן עלטערער (חײמקע) און צװײ ייִנגערע (מײשקע און לײזערקע). אַלע, צוזאַמען מיט מיר, פֿלעגן מיר העלפֿן טאַטע-מאַמע מיט דער אַכסניא. דער עלטערער האָט אַ שטיקל צײַט געלערנט אין פּאָנעװיטשער ישיבֿה. נאָכן פֿאַרהײַראַטן מיט אַ פּלימעניצע פֿון דעם מירער רבין, איז ער אַװעק װאױנען אין מיר – און איז דאָרט פֿאַרבליבן. איך און די ייִנגערע ברידער זײַנען מיטגעפֿאָרן מיט טאַטע-מאַמע קײן אַמעריקע. מײשקע און לײזערקע לערנען איצט אין אַ ישיבֿה.

קײן שװעסטערס האָב איך ניט.

4.    

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן:  קיינמאָל ניט חתונה געהאַט.

4.  פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.    

האָסט ליב/פײַנט

 

איך האָב ליב צו לײענען. איך האָב ליב צו הערן קלוגע רײד – צי פֿון דרשנים און רבנים, צי פֿון שרײַבערס און פּאָעטן.

איך האָב פֿײַנט די אַלע װאָס זאָגן "אױ, דו ביסט אַזױ הױך..."

2.    

וועגן זיך

 

איך בין אַלעמאָל געװען אַ הױכע. מײַנע עלטערן – בײדע פֿון זײ – װי אױך מײַנע ברידער און אַ טײל פֿון מײַנע פֿעטערס קינדער (מײַנע קוזינס) זײַנען אױך הױכע.

איך האָב קײנמאָל ניט געלערנט אין קײן שול. אין לינגמיאַן איז קױם געװען אַ חדר פֿאַר די יונגען, אָבער מײַן מאַמע האָט מיר געלערנט לײענען ייִדיש, פֿון איר צאינה-ראינה. לײענען און שרײַבן ליטװיש קען איך קױם-קױם.

װי נאָר איך בין אָנגעקומען אין אַמעריקע, האָט דער טאַטע מיר געשיקט לערנען ענגליש – "כאָטש אײנע פֿון אונדז זאָל װיסן װי אױסצוקומען מיט די גױים" – פֿלעגט ער זאָגן.

איך האָב אַ גרױסע װיסנדורשט, און האָב אַ טבֿע צו פֿרעגן אַ סך פֿראַגעס. מענטשן זאָגן – אַז אַפֿילו צופֿיל. אָבער װאָס קען מען טאָן... פֿאַראַן אַזױפיל צו זען. אַזױפֿיל צו װיסן, אױף דער װעלט. טאָ פֿאַרװאָס זאָל איך ניט פֿרעגן?

3.    

דערצייל וועגן צילן און חלומות

איך האָב ניט קײן ספּעציעלע צילן אָדער חלומות. די אײנציקע זאַך פֿון װאָס איך זאָרג זיך – איז פֿאַר אַ שידוך. כּמעט אַלע יונגע לײַט (די ייִדישע, פֿאַרשטײט זיך) װאָס איך טרעף דאָ אין ניו-יאָרק, זײַנען אַלע נידעריקע – אַפֿילו גאָר נידעריק...

זײ קוקן נאָר אָן אױף מיר – אַנטלױפֿן זײ. די מאַמע האָט אַפֿילו גערעדט מיט אַ שדכנטע. מײַן מאַמע איז גאַנץ הױך – אָבער איך שטײַג אַפֿילו זי איבער. איך בין כּמעט אַזױ הױך װי מײַן טאַטע – ער זאָל לאַנג לעבן.

װען די שדכנטע האָט מיר דערזען – איז זי בלאַס געװאָרן אין פּנים. קײן פּאַסיקן שידוך פֿון צװישן אירע "קליענטן", װעל איך שױן ניט געפֿינען.

אמת, איך בין בלױז 19 יאָר אַלט. אין דער אַלטער הײם, אין לינגמיאַן, װאָלט איך זיך שױן גערעכנט פֿאַר אַן אַלטער מױד (די מאַמע, למשל, האָט חתונה געהאַט צו 16 יאָר. מײַן באָבע, אױפֿן טאַטנס זײַט, אױך צו 16 יאָר).

װאו װעל איך געפֿינען מײַן באַשערטן?

4.    

ווילסט באַזוכן

איך האָב ניט קײן ספּעציעלן װאונטש װאו צו באַזוכן. בלױז אַז עס זאָל זײַן אַ שטילע אָרט – אפֿשר מיט װײניק מענטשן, איך זאָל זיך ניט דאַרפֿן פֿילן אומבאַקװעם װאָס מע רעדט הינטער מײַנע פּלײצעס: "אױ, קוק װי הױך זי איז".

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל