====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
מירל פּערלמאַן (#16)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל

1.   אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס און געזונט

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.      

נאָמען

מירל פּערלמאַן

2.      

נומער

16

3.      

געבוירן דאַטע

3טן יולי, 1891

4.      

וואו געבוירן

זאַמעשטש, פּוילן

5.      

וואו געלעבט

וואַרשע ביז 1902, נאָך דעם אין ניו-יאָרק

6.      

הויך

1.75

7.      

וואָג

60 קילאָ

8.      

קאָליר אויגן

ברוין

9.      

קאָליר האָר

ברוין

10.             

געקרײַזלטע /  גלײַכע האָר

גלײַכע האָר

2.   קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.      

שווימען

יאָ

2.      

ספּאָרט

ווינטער אײַז-גליטשן און זומער פעלד-האָקי

3.      

מוזיק

ניין

4.      

קונסט

ניין

5.      

טאַנץ

ניין

6.      

טעאַטער

אין מיטלשול אַ ביסל פּרובירט

7.      

פּרעסע

ניין

8.      

פּאָעזיע

איך האָב אַ ביסל געשריבן – אינספּירירט פון די גרויסע סאָציאַליסטישע דיכטערס

9.      

פּראָזע

ניין

10.             

קאָכן

גאַנץ גוט

11.             

אַגריקולטור

ניין – איך בין אַ שטאָטישע מיידל

12.             

חיות

ניין

13.             

שפּראַך - 1

ייִדיש – זייער גוט.

14.             

שפּראַך - 2

ענגליש – גאַנץ גוט.

15.             

שפּראַך - 3

פּויליש – גוט.

16.             

שפּראַך - 4

לשון קודש (עברית) און אַראַמעיש. איך קען לייענען און פאַרשטיין

3.   משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.      

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

מײַן טאַטע איז אַ רב, און אַרבעט אינעם בית-דין.

----------                             

פעטערס: 1  

מומעס: 2

קוזינס: 6

2.      

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע איז אַ ליטװישע. זי האָט זיך באַקענט מיטן טאַטן װען זי איז געװען אױף אַ באַזוך אין װאַרשע. דער טאַטע איז פּונקט אין יענער צײַט געװען מחוץ זאַמעשטש, און איז אַרײַנגעפֿאָרן אין װאַרשע אין אַ שבת. דער שדכן האָט גלײַך אײַנגעזען אַז ער האָט דאָ אַ מציאה, און באַײַנפלוסט די עלטערן פֿון בײדע צדדים אײַנצושטימען צו דעם שידוך.

----------

פעטערס: 2

מומעס: 2

קוזינס: 10

3.      

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער און שוועסטער: איך האָב איין ברודער, ייִנגער פֿאַר מיר. ער לערנט אין אַ ישיבה.                                

4.      

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן:  נאָך ניט.

4.  פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.      

האָסט ליב/פֿײַנט

 

איך האָב פֿײַנט מענטשן װאָס זײַנען ניט אָרנטלעך. און אױך די װאָס נוצן אױס אַנדערע, ספּעציעל צו טאָן זײער אַרבעט, אָדער צו פֿאַרדינען אױף זײער חשבון. דאַקעגן, האָב איך ליב אָרנטלעכע, אַרבעטנדיקע מענטשן. ערנסטע, אָבער גלײַכצײַטיק מיט לעבנסלוסט און האָפֿענונג פֿאַר אַ בעסער װעלט.

2.      

וועגן זיך

 

איך בין אױפֿגעהאָדעװעט געװאָרן אין אַ פֿרומער הײם. דער טאַטע, אַ באַקאַנטער רבֿ און תּלמוד חכם, און די מאַמע – אַ טאָכטער פֿון אַ לאַנגער ליניע מכובדים, מלמדים, דרשונים און תּלמידי חכמים.

און מיט דעם גאַנצן יחוס – זײַנען זײ אײגנטלעך געװען זעראָ. זעראָ אין די אױגן פֿון דער מאה דעה – די מיט די געלט, און די מיט דער פּאָליטישער מאַכט. נאָך פֿון קינדװײַז אָן, האָב איך זיך געשעמט מיט מײַן טאַטן, װאָס ער איז געװען אונטערטעניק די רײַכע פּרנסים פֿון דער קהילה – װאָס די מערסטע זײַנען זײ עם-הארצים און קרום און קאַרג אין זײער אױפֿפֿירונג צום פּשוטן מענטשן.

אונטער דער אײַנפֿלוס פֿון דעם טאַטן און זײַנע באַקאַנטע רבנים און געלערנטע ייִדן, האָב איך געלערנט װעגן די נבֿיאים, װעגן מצװת און הלכות פֿון װי מענטשן דאַרפֿן זיך אױפֿפֿירן אײנעם צום צװײטן. אָבער תּכלית האָב איך דאָס ניט געזען אױסגעפֿירט בפּועל. אָפֿט איז פּונקט דער היפּוך פֿאָרגעקומען.

 צו אָפֿט זײַנען די נביאימס רײד און באַװאָרענישן געװען אָפּגעשפּיגלט בײַ אונדז אין שטאַט – און די דאָזיקע גײַסטישע מנהיגים – װאו זײַנען זײ געװען? די װאָס האָבן געקענט און מאָראַליש באַדאַרפֿט עפּעס טאָן אױסצוגלײַכן די קרומע פירענישן – דװקא זײ, און מײַן "חשובֿן" טאַטן – אײנע פֿון די הױפּט רבנים פֿון דער געגנט – דװקע זײ האָבן פֿאַרמאַכט די אױגן צו דעם אמת װאָס טוט זיך אַרום זײ. דװקא ער, און זײ האָבן ניט געטאָן װאָס זײ האָבן געפּרעדיקט.

און טאָמער האָב איך זיך אױסגעדריקט, קריטיקירט, צי גאָר געפֿרעגט "פֿאַרװאָס", פֿלעגט מײַן טאַטע אַראָפּקוקן אױף מיר און פֿאַרענטפֿערן מיט: "נאַרישע מײדל – ביסט נאָך צו יונג צו פֿאַרשטײן", אָדער "װאָס װײסט דען אַ נקבֿה", און נאָך אַזעלכע זילזול-רײד.

 אָבער איצט, האָב איך געפֿונען אין דער אַרבעטער באַװעגונג – און מיט מײַנע קאָ-אַרבעטערס אַ בשותּפֿותדיקן לשון. אַ גלײַכע און אָרנטלעכע װעג װאָס װעט דערפֿירן צו שאַפֿן אַ בעסערע װעלט – װײַט פֿון דער פֿינצטערער רעליגיע פֿון שקלאַפֿנדינסט. װײַט און אפּגעטרײסלט פֿון די עבֿודות-רײַכטימער װאָס, װי דער אָפּגאָט מולך, פֿאַרשקלאַפֿט און צעפֿרעסט דעם פּשוטן מאַן, פֿרױ, און קינד.

דאָס איז מײַן װעג איצט – אָן דעם גאָט פֿון געלט, אָן דעם קנעכטמײַסטער װאָס פֿאַרשקלאַפֿט די שװאַכערע און הילפֿלאָזע.

3.      

דערצייל וועגן צילן און חלומות

איך ציל פֿאַר אַ בעסערע װעלט, װאו מאַן און פֿרױ זײַנען גלײַכע. װאו מענטשן זײַנען ניט בעסער אײנער פֿאַר דעם אַנדערן (און פֿירן זיך אױף מיט אַזאַ צוגאַנג).

װאו הילפֿלאָזע װערן געשיצט, װאו פֿרױען און קינדער װערן באַהאַנדלט מיט דרך-ארץ און ניט מיט אױסנוצערײַ.

4.      

ווילסט באַזוכן

איך האָב ניט קײן גרױסן אינטערעס ערגעצװאו צו באַזוכן. איך פֿיל אַז עס איז גענוג צו באַזוכן מײַנע חבֿרים – די אַרבעטערס און אַרבעטערינס װאָס װערן אַזױ שלעכט באַהאַנדלט און װערן אױסגענוצט ביז צום לעצטן טראָפּן בלוט. איך פֿיל, אַז זײ דאַרפֿן מיר – און איך זײ – און אַז איך מוז זײַן מיט זײ כּדי זײ אױפֿצומונטערן – עפּעס װי אין מאָריס ראָזענפעלדס ליד "מײַן רוע פּלאַץ"...


 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל