====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב  
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 6

6.4 לימודים – III – תּורה און גוטע מידות

צוריק צו: 6.3 דער צווייטער אויפברויז

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 6

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "רייזעלע"

********

(15:00)

נאָך דעם אָפּרו פּעריאָד, קומען זיך צונױף די מײדלעך אױף די רעגולערע לעקציעס. אין די פֿריִערדיקע טעג זײַנען די מערסטע פֿון זײ װײניקער געװען פֿאַראינטערעסירט אין װאָס דער פּאַסטעך האָט זײ געהאַט צו לערנען, אָבער מיט די אַנטפּלעקונגען פֿון דער צײַט, װאַקסט זײער נײַגער צו װיסן "װאָס דער צוקונפֿט ברענגט."

– "הײַנט װעלן מיר אױך דאַרפֿן זיך באַגרענעצן מיט אונדזערע לימודים, און זיך פֿאַרנעמען דער עיקר מיט געשיכטע. לערנען האָבן מיר באַדאַרפֿט ענגליש, און תּורה, און מאַטעמאַטיק, אַ חוץ געשיכטע װעגן די יאָרן פֿון 1918 ביז 1932. מיר װעלן אָבער דאַרפֿן װידער אָפּלײגן די דאָזיקע לעקציעס אױף איבעראַכטאָג, װײַל עס איז גאָר װיכטיק איר זאָלט זײַן דערהײַנטיקט אין אַלע אײנצלהײטן (אױף װיפֿל עס איז מעגלעך אין דער קורצער צײַט װאָס מיר האָבן), װעגן װאָס עס קומט פֿאָר אױף דער װעלט אין די קומענדיקע (פֿאַר אײַך) יאָרן. – פֿאַר מיר, איז דאָס טאַקע געשיכטע, װאָס עס האָט פּאַסירט מיט מײַנע עלטערן, און אַפֿילו מײַנע זײדעס און באָבעס..."

– "פֿונדעסטװעגן, האָב איך געזען פֿאַר נײטיק יאָ אָפּצוגעבן אַ ביסל צײַט פֿאַר תּורה ענינים. דאָס איז דער עיקר װי אַ פּועל-יוצא פֿון אַ דיסקוסיע װאָס איז הײַנט פֿאָרגעקומען מיט אַן ערך אַ שעה צוריק בײַ מיר אין געצעלט, מיט אַ דעלעגאַציע מײדלעך..."

דער פּאַסטעך גיט איבער בצימצום אַ באַריכט פֿון װאָס עס איז דאָרט פֿאָרגעקומען.

– "װיל איך, דעריבער, איצט רײדן װעגן דער װיכטיקער ראָלע פֿון דער פֿרױ אין ייִדישן לעבן."

דער פּאַסטעך קלערט זײ אױף װעגן דרײַ הױפּט פּרינציפּן פֿון ייִדישן שטײגער לעבן, לױט װי ער האָט עס געהערט פֿון חשובֿע רבנים, אין װעלכן סײַ דער מאַן, און סײַ די פֿרױ האָבן אַ ראָלע דערבײַ. דער עיקר אָבער, קלערט ער אױף, האָט די פֿרױ די גרעסטע השפּעה: װעגן האַלטן אַ כּשרער הײם, װעגן דער װיכטיקײט פֿון היטן שבת (און יום-טובֿ), און װעגן טהרת-משפּחה (די רײנקײט פֿון משפּחה-לעבן).

ער גיט אַ בײַשפּיל װאָס זײַנער אַ באַקאַנטער האָט געדרשנט טאַקע אין שײחות מיט דער זעלבער פּרשה "ױקהל" (די שבת פּרשה פֿון װען עס איז פֿאָרגעקומען דער טראַגישער טרײַענגל פֿאַבריק פֿײַער), װעגן פֿאַרגלײַכן דעם הײליקן משכּן און שבת. געזאָגט האָט יענער, אַז כאָטש דער משכּן רעכנט זיך פֿאַר אפֿשר דער הײליקסטער אָביעקט אין ייִדישן לעבן (אַ חוץ פֿאַר דער תּורה), נעמט דער שבת מיט זײַן גײַסטיקײט דער אױב-אָן, און ניט דער גשמיותדיקער (דאָס הײסט: מאַטעריאַלער) אָביעקט, דער משכּן.

װײַטער, דערצײלט ער איבער אַ מעשׂה פֿון אַן אַנדער רבֿ, װעגן דעם כּוח פֿון דער פֿרױ אין משפּיע זײַן ניט נאָר אױף דער הײם, נאָר טאַקע אין פֿאָרמולירן דעם לעבנסגאַנג פֿון איר בן-זיװג. די מעשׂה דערצײלט װעגן אַ צדיק װאָס האָט חתונה געהאַט מיט אַ רשעתדיקער פֿרױ – װאָס מיט דער צײַט, איז ער אױס צדיק געװאָרן, און װעגן אַן אַנדער פֿאַל, װאו אַ רשע האָט חתונה געהאַט מיט אַ צדקות – איז ער גאָר געװאָרן, אַ דאַנק איר פּאָזיטיװער השפּעה, אַ גוטער און פֿרומער מענטש. דאָס איז דער פּאָטענציאַלער כּוח פֿון פֿרױען, סײַ פֿאַר גוטן, און סײַ פֿאַר שלעכטן.

– "מיר קענען לערנען פֿון אונדזערע אָבֿות, אַבֿרהם, יצחק, און יעקבֿ, װעגן זײערע גוטע מידות, װעגן חסד, קרבנות-גרײטקײט און לערנען תּורה. און אױך פֿון זײערע איבערגעגעבענע פֿרױען, אונדזערע אימהות: שׂרה, רחל, לאה, און רבֿקה, – און זײערע מידות, אַרײַנגערעכנט צניאות. דער עיקר, אָבער זעען מיר בײַ זײ, און בײַ די װײַטערדיקע העלדינס, װי אױך פּשוטע און אַפֿילו פּראָסטע ייִדישע פֿרױען, אַז זײער אױספֿירן דאָס ייִדישקײט איז געװען אַן אַקטיװע און ניט קײן פּאַסיװע לעבנסװעג. סײַ אין דער הײם האָט מען דאָס דערשפּירט, און סײַ (אָפֿט) בײַם אַרױסגײן און העלפֿן אַנדערע, אַז אױך זײ זאָלן זיך פֿירן לױט דעם אױסגעפּרואװטן ייִדישן װעג."

– "איר, יונגע כּלות, װעט לערנען אין די קומענדיקע װאָכן װי זיך צו פֿירן אין משפּחה-לעבן. איר װעט אָנהײבן מיט די "מינימאַלע זאַכן" װאָס אַ ייִדישע טאָכטער דאַרף װיסן, און צוביסלעך אױסברײטערן אײַער קענטשאַפֿט. איך װיל אונטערשטרײַכן, אַז כאָטש העלפֿן אַנדערע צו באַקענען זיך טיפֿער מיט ייִדישקײט און צו פֿאַרשטאַרקן זײער אַקטיװער ייִדישקײט איז אַ גאָר גרױסע מיצװה, – דאַרף דאָס אַװדאי געטאָן װערן אױף דעם ריכטיקן אופֿן, מיט אײדלקײט, און ניט מיט כּוח אָדער צװאַנג."

– "אײנער אַ רבֿ האָט דערצײלט די מעשׂה פֿון אַ דרשן, אַ תּלמיד-חכם װאָס איז אָנגעקומען אין אַ שטעטל װאו עס האָט געהערשט דער יצר הרע – האָט ער בעת זײַן דרשענען אַרײַנגעגעבן אַ פּאָרציע די שטעטל אײַנװאױנערס: גאָר שאַרפֿע און שטעכיקע מוסר-רײד, זײ זאָלן בײַטן זײערע פֿאַלשע װעגן. האָבן זײ אים צוליב געטאָן... און אים גלײַך אַרױסגעטריבן פֿון שטעטל. װען ער האָט דאָס איבערדערצײלט דעם רבֿ זײַנעם, דעם גרױסן חפֿץ חײם, האָט יענער אים געטאַדלט פֿאַרװאָס ער האָט אױף זײ געשריִען און איבערגעשראָקן מיט שטראָף-רײד װעגן גהינום און אַנדערע זאַכן. אַלץ, האָט דער קלוגער רבֿ געזאָגט, מוז געטאָן װערן מיט גוטע מידות (אױף אַן אײדעלן אופֿן) – כּדי ניט אָפּצושרעקן און דערװײַטערן."

– "און איצט, אײדער מיר זײַנען ממשיך מיטן לימוד פֿון װעלט געשיכטע, װיל איך אַז איר זאָלט אַלע טראַכטן װעגן דער פֿאָלגנדיקער מעשׂה (נאָך עפּעס װאָס איך האָב אַמאָל געהערט... איך האָב ליב מעשהס...):

מיר געפֿינען זיך איצט אין אַ צײַט װען מיר דאַרפֿן פֿאַרריכטן זאַכן אין אונדזער לעבן. אַ רבֿ האָט אַמאָל דערצײלט װעגן בעל-שם-טובֿ (דער בעש"ט) װאָס האָט געזאָגט צו זײַנע תּלמידים, אַז יעדן טאָג שיקט דער רבונו של עולם (רבש"ע) אַ סודותדיקע מיטטײלונג. דאָס הײסט, אַז אַלץ אַרום זײַנען דאָ װיכטיקע בשׂורות און אַנטפּלעקונגען פֿון דעם רבונו של עולם, – מע דאַרף זיך נאָר אַרומקוקן, בלױז זיך צוהערן, קען מען זײ אַנטדעקן... האָבן זײַנע תּלמידים זיך אַ נעם געטאָן יענעם טאָג זוכן און זיך צוהערן און נאָכקוקן, – אפֿשר װעלן זײ עפּעס נײַ געפֿינען, עפּעס אַ מיטטײלונג װאָס נעכטן איז ניט געװען. זײַנען זײ אַרומגעגאַנגען אין שטעטל אױספֿאָרשן, זיך צוקוקן און אױסהערן."

– "אין אַ פּאָר שעה אַרום, האָבן זײ זיך צונױפֿגענומען, און יעדער האָט דערצײלט װאָס ער האָט "געפֿונען", אפֿשר איז דאָס די מיטטײלונג פֿון דעם דאָזיקן טאָג... נאָך דעם װי יעדער האָט דערצײלט, און זײ האָבן באַהאַנדלט די אַלע געפֿינסן, זײַנען זײ נאָך פֿאַרבליבן מיט גאָרניט, ביז אײנער האָט זיך דערמאָנט, אַז בײַם אַרומדרײען זיך, האָט ער באַמערקט װי אַ גױ װאָס פֿאַרריכט זאַכן האָט מיט כּעס פֿאַרלאָזט דעם שטעטל, װאָס קײנער האָט אים ניט געװאָלט אָנשטעלן פֿאַרריכטן בײַ אים. זײ האָבן געטעהנעט, "מע דאַרף ניט" האָט ער זײ אָפּגעענטפֿערט: "ניט איר דאַרפֿט ניט, נאָר איר װילט ניט פֿאַרריכטן"... האָבן די תּלמידים פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז געװען דער אָנזאָג פֿון דעם אײבערשטן. צו אָפֿט איז טאַקע פֿאַראַן װאָס צו פֿאַרריכטן, נאָר מע גיט אַ תּירוץ "מע דאַרף ניט", װען אין דער אמתן, װיל מען גאָר ניט...'

– "און מיט דעם, גײען מיר איצט אַריבער צו דעם לימוד פֿון געשיכטע... מירן מאַכן אַן הפֿסקה פֿון אַ 10 מינוט, און מירן גײן װײַטער... זײַט מוחל, װאָס איך נעם איצט ניט אָן קײן פֿראַגעס. אין אַ געװײנטלעכער לעקציע װעל איך גערן אױסהערן און ענטפֿערן, אָבער איצט האָבן מיר קײן צײַט ניט, און ס'איז נאָך אַזױפיל פֿאַראַן װאָס איר דאַרפֿט װיסן..."

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 6.3 דער צווייטער אויפברויז

פאָרויס צו: 6.5 לימודים – III – די וועלט פון 1918 ביז 1932

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 6

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל