====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
חנה נוימאַן (#1)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל 

[איבערגעקוקט און אויסגעבעסערט פון שרה ברייטמאַן]

1. אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

נאָמען

חנה נוימאַן

2

נומער

01

3 

געבוירן דאַטע

12טן יולי, 1900

4

וואו געבוירן

בוקאַרעשט, רומעניע

5

וואו געלעבט

דער עיקר ניו-יאָרק (לעצטע 6 יאָר)

6

הויך

1.35

7

וואָג

40 קילאָ

8

קאָליר אויגן

ברוין

9

קאָליר האָר

ברוין

10

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

גלײַכע האָר

2. קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

שווימען

ניין

2

ספּאָרט

איך האָב ליב צו לויפן און קלעטערן אויף ביימער

3

מוזיק

ניין

4

קונסט

האָב ליב צו צייכענען

5

טאַנץ

ניין – איך וויל פּרובירן

6

טעאַטער

ניין

7

פּרעסע

ניין

8

פּאָעזיע

ניין

9

פּראָזע

ניין

10

קאָכן

אַ ביסל

11

אַגריקולטור

ניין

12

חיות

איך האָב ליב קעץ

13

שפּראַך - 1

ייִדיש

14

שפּראַך - 2

ענגליש

15

שפּראַך - 3

רומעניש


3. משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אדער ברירה

1

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

- דער טאַטע איז אַ שוסטער (אַרבעט פון דער היים), אָבער ניט אַלעמאָל האָט ער קליענטן, דעריבער בין איך אַרויס אַרבעטן, אפילו וואָס איך בין אַזוי יונג, כּדי אַרויסצוהעלפן די משפּחה.

----------

פעטערס – דאַכט זיך צוויי

מומעס – פיר מומעס

קוזינס – ווייס ניט. אַלע לעבן אין רומעניע

2

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

- די מאַמע האָט יונג חתונה געהאַט (איז נאָך יונג), און איצט שוואַנגער, דאַכט זיך מיט נאָך אַ מיידעלע. זי אַרבעט ניט.

----------

פעטערס – פינף

מומעס – זעקס מומעס

קוזינס – ווייס ניט וויפל – אָבער צוויי פעטערס געפינען זיך אין שיקאַגע

3

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער: צוויי יינגערע ברידערלעך (5 און 6)

 

שוועסטער: איין ייִנגער שוועסטערל (3)

 

4

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן:        – נאָך צו יונג

קינדער: 0

4. פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

האָסט ליב/פײַנט

 

איך האָב ליב קעצעלעך, און צו שפּילן מיט מײַנע ברידערלעך. איך פלעג האָבן אַ ליאַלקע, האָב איך עס אַוועקגעגעבן מײַן שוועסטערל. איך בין שוין אַ גרויסע, – איך ווער באַלד 12 – שוין אַ גאַנצע מויד...

2

וועגן זיך

 

ניטאָ קיין סך צו דערציילן – די גאַנצע וועלט ליגט פאַר מיר

3

דערצייל וועגן צילן און חלומות

איך וויל חתונה האָבן און האָבן אַ גרויסע שטוב מיט אַ סך באַדינערס, ווײַל איך וועל האָבן אַ סך קינדער, אָבער וויל ניט זײַן אָרעם ווי מײַנע עלטערן.

4

ווילסט באַזוכן

איך וויל אוודאי זען די וועלט, אָבער דאָס איז ניט אַזוי וויכטיק, ווײַל איך בין זיכער, אַז ס'איז פאַראַן נאָך אַ סך, אַ סך צו זען אין און אַרום ניו-יאָרק שטאָט. איך וואָלט אָבער יאָ געוואָלט באַזוכן אין זאָאָלאָגישן גאָרטן, און דאַכט זיך מע האָט דערציילט אַז פאַראַנען געפונענע ביינער פון גרויסע חיות פון אַמאָל, וואָס מע רופט זיי (דאַכט זיך) "דינאַצאָרעס" ווײַל זיי פלעגן אַלצדינג צעשטערן. דאָס אינטערעסירט מיר זייער: יעדעס ביין, זאָגט מען, איז גרעסער פאַר אַ מענטש! (קען דאָס טאַקע זײַן? איך ציטער, בלויז טראַכטנדיק פון דעם ....)


ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל