====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
דאָראַ וואַסערהאָלץ (#27)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל  

1. אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס און געזונט

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

נאָמען

דאָראַ וואַסערהאָלץ

2.

נומער

27

3.

געבוירן דאַטע

2טן מערץ, 1890

4.

וואו געבוירן

ניו-יאָרק, פֿאַראייניקטע שטאַטן

5.

וואו געלעבט

אין ניו-יאָרק

6.

הויך

1.53

7.

וואָג

55 קילאָ

8.

קאָליר אויגן

בלוי

9.

קאָליר האָר

בלאָנדע

10.

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

געקרײַזלטע האָר

2. קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אדער ברירה

1.

שווימען

יאָ

2.

ספּאָרט

יאָ

3.

מוזיק

איך קען שפּילן אויף עטלעכע אינסטרומענטן – האַרף, פּיאַנע, פֿלייט

4.

קונסט

יאָ

5.

טאַנץ

איך האב ליב צו טאַנצן

6.

טעאַטער

איך בין כּמעט ווי אויפֿגעוואַקסן אין טעאַטער – און אַליין געשפּילט

7.

פּרעסע

איך לייען נאָר די רובריקן וועגן קולטור אָדער ליטעראַטור – אָבער ניט די פּאָליטישע נײַעסן.

8.

פּאָעזיע

איך האָב אַ ביסל געשריבן. איך קען אויך גוט רעציטירן.

9.

פּראָזע

איך האָב ליב צו לייענען. פֿאַראַן אַ פּאָר ביכער און מעשׂהס וואָס איך וואָלט געוואָלט זיי אינסצעניזירן פֿאַרן טעאַטער.

10.

קאָכן

איך קען זייער גוט קאָכן

11.

אַגריקולטור

ניין

12.

חיות

ניין

13.

שפּראַך - 1

ייִדיש – גאַנץ גוט.

14.

שפּראַך - 2

ענגליש – זייער גוט

15.

שפּראַך - 3

דײַטש – זייער גוט. געלערנט, אַלס קינד

16.

שפּראַך - 4

איטאַליעניש – געלערנט, אַלס קינד

3. משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

דער טאַטע, איז אָנגעקומען אין אַמעריקע מיט קנאַפּע 30 יאָר צוריק, פֿון בודאַפּעשט, אונגאַרן. אין אַ קורצער צײַט, האָט ער זיך אױפֿגעאַרבעט און געװאָרן אַ גאַנץ רײַכער מאַן. ער מיט זײן ברודער זײַנען די באַלעבאַטים פֿון אַ דערפֿאָלגרײַכן קלײדער-פֿאַבריק אין ניט-יאָרק. ער איז לאַנגע יאָרן באַקאַנט װי אַ "פּאַטראָן" – אַ שטיצער, – פֿון דער הױכער קולטור: טעאַטער, מוזיק, שרײַבערס, פּאָעטן.

----------                

פעטערס:1  

מומעס:2

קוזינס: 9 –1 מומע מיט אירע 5 קינדער, און דער פֿעטער מיט זײַנע 2 קינדער זײַנען שױן אין אַמעריקע. די מומע מיט איר משפּחה טראַכטן צו אימיגרירן אױך, אָבער האָבן נאָך ניט באַשטימט אױף הונדערט פּראָצענט.

2.

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע שטאַמט פֿון אַ פּשוטער משפּחה אין רומעניע. זי האָט זיך באַקענט מיטן טאַטן דאָ אין לאַנד. זי האָט געאַרבעט אין אײנע פֿון זײַנע ערשטע קלײדער-פֿאַבריקן, און װען ער האָט איר געזען צװישן זײַנע נײטאָרינס, האָט ער זיך גלײַך פֿאַרליבט און זי פֿאָרגעלײגט אַזאַ "געשעפֿטל" (אַזױ דערצײלט די מאַמע) װאָס האָט זי אינגאַנצן צעטומלט – און געזאָגט האָט ער עס נאָך אין פֿאָרנט פֿון אַלע אַרבעטערס: "דאָ, בײַ מיר, װעסטו ניט אַרבעטן..." די מאַמע האָט זיך דערשראָקן אַז אפֿשר האָט זי ניט געאַרבעט גוט אָדער עפּעס באַלײדיקט דעם באַלעבאָס. "דאָ װעסטו ניט אַרבעטן, אָבער אױב דו װילסט, קענסטו זײַן מײַן באַלעבאָסטע".

פֿאַרשטײט זיך, אַז װי נאָר זי האָט געכאַפּט אַז ער װיל איר ניט אַנטזאַקן, נאָר מיט איר חתונה האָבן – ער האָט זיך פֿאַרליבט גאָר פֿון ערשטן בליק, האָט זי אָנגענומען. ער איז בכלל אַ שײנער מאַן, און װעלכע יונגע נײַע אימיגראַנטקע קײן אַמעריקע װאָלט ניט אױסגעכאַפּט אַזאַ געלעגנהײט. צוביסלעך, מיט זײַן הילף, האָט זי גוט אײַנגעלערנט די ענגלישע שפּראַך, און מיטן טאַטן צוזאַמען, געװאָרן אַקטיװ אין פֿאַרברענגען און אױך שטיצן די פֿאַרשײדענע קולטור-קרײַזן אין שטאָט – אױף װיפֿל סע האָט זיך געלאָזט, װײַל די גױים איז ניט אַזױ געפֿעלן ייִדן – אָבער ייִדישע געלט יאָ.

----------

פעטערס: 2

מומעס: 1

קוזינס: 7  – אַלע נאָך אין רומעניע, כאָטש אײניקע פֿון מײַנע קוזינעס האָבן בדעה צו אימיגרירן. איך קען זײ גאָרניט, אָבער איך װעל זײ פּרובירן העלפֿן אױף װיפֿל איך קען.

3.

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער און שוועסטער: איך בין איינע אַליין – אַן איינציק קינד.

4.

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן: איך װײס נאָך ניט װען איך װעל חתונה האָבן – דאָס איז אַ גרױסע פֿאַראַנטװאָרטלעכקײט. איך האָב זיך באַקענט מיט פֿאַרשײדענע בחורים, – דװקא װאױלע יונגען – אָבער איך זע ניט אַז זײ זאָלן זײַן גוטע מאַטעריאַל פֿאַר אַן ערנסטער משפּחה-לעבן.

4. פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.

האָסט ליב/פײַנט

איך האָב ליב דעם טעאַטער, און טראַכט צו מאַכן דאָס פֿאַר אַ קאַריערע.

2.

וועגן זיך

 

איך בין אױפֿגעװאַקסן אין צװײ װעלטן: די װעלט פֿון מסחר (דער עיקר פֿון קלײדונג) און די קולטור װעלט פֿון טעאַטער און קאָנצערטן, קונסט און ליטעראַטור. איך װײס נאָך ניט אין װעלכער װעלט איך װיל בעסער זײַן. פֿון אײן זײַט, בין איך אַ פּראַקטישער מענטש. איך קען זײער לײַכט אַרײַנדרינגען אין מײַן טאַטנס װעלט פֿון קלײדונג און פֿאַבריקן – און האָבן אַ גוט לעבן. פֿון דער אַנדער זײט, ציט דװקא שטאַרקער די טעאַטער װעלט.

3.

דערצייל וועגן צילן און חלומות

איך פֿיל אַז איך בין פעאיק אױף אָנצופֿירן, אױף אױפֿבױען עפּעס. אַזױ װי מײַן טאַטע. איך שטרעב צו געפֿינען מײַן אָרט אין לעבן, און װיל זײער צילן דאָס צו טאָן אין דער קולטור װעלט – גיכער װי אין דער װעלט פֿון מסחר. אפֿשר שאַפֿן אַ טעאַטער – אָבער ניט װעגן אײַנאָרדענען נאָך אַ טרופּע – נאָר טאַקע אױפֿבױען אַ טעאַטער – אַ בנין מיט אַ בינע און אַ זאַל – אַ פּערמאַנענטער הײם פֿאַר װאַנדערנדיקע שטערן.

4.

ווילסט באַזוכן

איך ווייס ניט. אפֿשר כינע, אַ לאַנד פֿון קולטור און געשיכטע.

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל