====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
גיטל גערשנזאָן (#3)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל

1. אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

נאָמען

גיטל גערשנזאָן

2

נומער

03

3

געבוירן דאַטע

28טן נאָוועמבער, 1889

4

וואו געבוירן

אָדעס, אוקראַינע

5

וואו געלעבט

אָדעס, ביז 16. אַריבער מיט משפּחה קיין מאָנטפּעליע, פראַנקרײַך, ביז 20 יאָר אַלט. ניו-יאָרק (לעצטע 2 יאָר)

6

הויך

1.84

7

וואָג

85 קילאָ

8

קאָליר אויגן

ברוין

9

קאָליר האָר

שוואַרץ

10

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

גלײַכע האָר

2. קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

שווימען

ניין

2

ספּאָרט

ניין. אַ ביסל אומגעלומפּערט.

3

מוזיק

ניין

4

קונסט

ניין

5

טאַנץ

ניין. אַ ביסל אומגעלומפּערט

6

טעאַטער

ניין

7

פּרעסע

ניין

8

פּאָעזיע

ניין

9

פּראָזע

ניין

10

קאָכן

יאָ

11

אַגריקולטור

אַ ביסל. פלעג אָפט אַרויסהעלפן די מענער.

12

חיות

קען רײַטן אויף אַ פערד.

13

שפּראַך - 1

ייִדיש (ריידן, אָבער ניט לייענען און שרײַבן)

14

שפּראַך - 2

אוקראַיניש (ריידן, אָבער ניט לייענען און שרײַבן)

15

שפּראַך - 3

פראַנצויזיש (ריידן, אָבער ניט לייענען און שרײַבן)

16

שפּראַך - 4

ענגליש (גאַנץ שוואַכלעך)


3. משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

דער טאַטע האָט געאַרבעט ווי אַ שמיד בײַ אַ פּויער אין אַ דאָרף. איך האָב אים ניט געקענט. ער איז פרי געשטאָרבן. [זען וועגן מאַמען]

----------

פעטערס – ווייס ניט – די מאַמע האָט קיינמאָל ניט דערציילט

מומעס – ווייס ניט – די מאַמע האָט קיינמאָל ניט דערציילט

קוזינס – ווייס ניט – די מאַמע האָט קיינמאָל ניט דערציילט

2

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאמע איז געווען 6 חדשים שוואַנגער מיט מיר ווען דער טאַטע איז געשטאָרבן. האָט זי פאַרלאָזן דעם דאָרף צוזאַמען מיט מײַנע 2 שוועסטער און 4 ברידער – און מיר געהאַט, אין אָדעס בײַ איר מאַמען (מײַן באָבען) אין שטוב. קורץ נאָך דער אָדעסער פּאָגראָם פון 1905 (עס זײַנען דאָרט אויך געווען פּאָגראָמען פאַר דעם – אָבער איידער איך בין געבוירן געוואָרן), איז זי געפאָרן אין פראַנקרײַך צו אַ מומען. זי איז דאָרט ביז הײַנט צו טאָג מיט מײַנע עלטערע ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות (אַ חוץ פאַר לאהן, די עלטסטע, וואָס איז אין קעשענעוו מיט איר מאַן און 7 קינדער).

----------

פעטערס – צוויי

מומעס – צוויי

קוזינס – אַ סך פון מאַמעס זײַט, און ווער ווייסט – אפשר אַ סך פון טאַטנס זײַט

 

3

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער: פיר עלטערע ברידער – צוויי פון זיי שמידן, –  אַלע פאַרהייראַטע און וואוינען אין פראַנקרײַך. זיי זײַנען אָבער אַלע עלטער פאַר מיר, און איך האָב ווייניק קאָנטאַקט מיט זיי.

 

שוועסטער: צוויי עלטערע שוועסטער, פאַרהייראַטע. חיה וואוינט אין פראַנקרײַך, לאה איז אין קעשענעוו מיט איר מאַן און 7 קינדער. ביידע אַ סך עלטער פאַר מיר (אויך עלטער פאַר די יונגען) – און איך האָב ווייניק קאָנטאַקט מיט זיי

4

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן: – נאָך ניט

קינדער: 0

4. פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1

האָסט ליב/פײַנט

 

איך האָב ליב צו אַרבעטן און זיך פיזיש פאַרמעסטן מיט שווערע זאַכן. דערפאַר אָבער, לויט דער מאַמעס עצה, האָב איך זיך געלערנט שנײַדערײַ, און קען נייען און העפטן ניט ערגער פאַר אַנדערע.

איך האָב פײַנט מענער וואָס מיינען אַז נאָר זיי קענען.

איך האָב פײַנט מענער וואָס שרעקן זיך פאַר מיר. כ'האָב דאָך געמיינט, אַז מענער זײַנען אַלע "שטאַרק", טאָ פאַר וועמען האָבן זיי מורא – בלויז ווײַל איך בין גרעסער פאַר זיי? זיי קענען אפילו ניט אַרויסריידן אַ וואָרט ווען זיי זײַנען לעבן מיר...

איך האָב פײַנט... ניין, ניט פײַנט, מײַן ריזיקן קערפּער, אָבער איך וויל אַז מענטשן זאָלן פאַרשטיין אַז איך האָב אויך אַ גוט האַרץ – אַז איך בין ניט ערגער פאַר זיי.

2

וועגן זיך

 

איך האָב אַלעמאָל געהאַט שוועריקייטן אין מאַכן פרײַנד – סײַ צווישן די מיידלעך, און סײַ צווישן די ייִנגלעך. די ייִנגלעך האָבן בכלל געהאַט מורא פאַר מיר – ספּעציעל יענע וואָס איך פלעג דאַרפן אַמאָל "אויסגלײַכן", טאָמער זיי האָבן פון מיר אָפּגעלאַכט, אַז איך בין אַ הויכע, און אַן אומגעלומפּערטע.

די מערסטע מיידלעך האָבן זיך געשעמט זיך צו באַווײַזן מיט מיר (צי גאָר אפילו שטיין לעבן מיר), טאָמער שרעקט דאָס אָפּ אַ פּאָטענציאַלן חתן.

3

דערצייל וועגן צילן און חלומות

איך האָב ניט ספּעציעל קיין צילן, אַחוץ אפשר פאַרן געפינען אַ פּאַסיקן מאַן. איך מיין אַז דאָס וועט אָבער זײַן שווער. איך דאַרף אַ הויכן, פעסטן בחור. אַנדערע וועלן מיך ניט נעמען צוליב מײַן גרויס. זיי ווילן אפילו ניט פּרובירן זיך צו באַקענען מיט מיר, און האָבן מורא זיך צו דערנענטערן. די דרייסטערע, ווי נאָר זיי דערהערן מײַן שטאַרקן און טיפן קול, אַנטלויפן זיי ווי דערשראָקענע העזעלעך.

הלוואי איך זאָל קענען זיך פירן מער איידל, מער מיידלעריש – אָבער איך ווייס אפילו ניט וואָס דאָס הייסט. אין קליידונג פאַרשטיי איך ניט. מיט בחורים האָב איך קיין דערפאַרונג ניט – און מיט אַנדערע מיידלעך האָב איך זיך כּמעט ניט געחברט.

אין חלום זע איך זיך ווי אַ דאַרינקע, נידעריק מלאכל – אפשר אַ דריטל פון וואָס איך בין איצט, און אַלע רינגלען מיר אַרום, און די בחורים פאַלן איבער די פיס זיך צו דערנענטערן און באַקענען זיך מיט מיר... אָבער איך ווייס אַז דאָס איז אַלץ אַ חלום... איין טאָג, זאָגט מײַן מאַמע (וואָס איז אויך אַ גרויסע – כאָטש ניט אַזוי ווי איך), וועל איך געפינען דעם באַשערטן, פּונקט ווי זי האָט, און פּונקט ווי מײַנע עלטערע שוועסטער האָבן דאָס געטאָן.

4

ווילסט באַזוכן

איך טראַכט ניט צו אָפט וועגן דעם. כ'וואָלט אָבער וועלן אַמאָל באַזוכן אין אַן אָרט וואו אַנדערע פרויען זײַנען אויך גרויסע ווי איך. דאַכט זיך, אַז איך האָב געהערט אַז אין די סקאַנדינאַווישע לענדער איז אַזוי.

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל