====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
שלום, איך הייס
חנה אַלטמאַן (#14)
דאָס איז מ
ײַן וועבזײַטל

1.  אַלגעמיינע אינפאָרמאַציעס און געזונט

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.   

נאָמען

חנה אַלטמאַן

2.   

נומער

14

3.   

געבוירן דאַטע

20סטן פעברואַר, 1891

4.   

וואו געבוירן

לעמבערג, פּוילן

5.   

וואו געלעבט

לעמבערג ביז 1899, נאָך דעם אין ענגלאַנד ביז 1905, און נאָך דעם אין ניו-יאָרק

6.   

הויך

1.46

7.   

וואָג

60 קילאָ

8.   

קאָליר אויגן

ברוין

9.   

קאָליר האָר

שוואַרץ

10.        

געקרײַזלטע / גלײַכע האָר

געקרײַזלטע האָר

2.  קענטשאַפטן און פעיקייטן

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.   

שווימען

ניין

2.   

ספּאָרט

ניין

3.   

מוזיק

ניין

4.   

קונסט

ניין

5.   

טאַנץ

האָב ליב צו טאַנצן

6.   

טעאַטער

ניין

7.   

פּרעסע

ניין

8.   

פּאָעזיע

ניין

9.   

פּראָזע

ניין

10.        

קאָכן

זייער גוט.

11.        

אַגריקולטור

ניין

12.        

חיות

מיר פלעגן אויפהאָדעווען הינער און גענדז

13.        

שפּראַך - 1

ייִדיש – גאַנץ גוט.

14.        

שפּראַך - 2

ענגליש – זייער גוט. אויך לייענען און שרײַבן.

3.  משפּחה פּרטים

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.   

דערצייל וועגן טאַטן און זײַן משפּחה

מײַן טאַטע האַנדלט מיט לעדער

----------                

פעטערס: 5  

מומעס: 2

קוזינס: 12

2.   

דערצייל וועגן מאַמען און איר משפּחה

די מאַמע איז געבוירן אין אוקראַינע – און דאָרט געלעבט ביז איר טאַטע האָט זיך איבערגעקליבן קיין לעמבערג. דאָרט האָט זי זיך באַקענט מיטן טאַטן מײַנעם.

----------

פעטערס: 4

מומעס: 1

קוזינס: 20

3.   

דערצייל וועגן ברידער און שוועסטער און זייערע משפּחות

ברידער און שוועסטער: איך האָב פֿיר ברידער און צװײ שװעסטער: שלום, יחיאל, ישׂראל, יעקבֿ, שפרה, און שׂרה. קײן אײנע פֿון זײ האָט נאָך ניט חתונה געהאַט.

4.   

דערצייל וועגן אייגענער משפּחה

מאַן: נאָך ניט. איך האָב געמײנט אַז איך גײ באַלד חתונה האָבן מיט אַ בחור – אָבער צום גליק אױסגעפֿונען אין צײַט, אַז דער בחור איז ניט געװען קײן ערנסטער. ניט קײן געטרײַער. ער האָט צוגעזאָגט נאָך מײדן אַז "בלױז דו ביסט מײן אײנציקע".

4.  פּערזענלעכס

#

טעמע

אויפקלערונג אָדער ברירה

1.   

האָסט ליב/פײַנט

 

איך האָב פֿײַנט מענטשן װאָס זײַנען ניט קײן געטרײַע. סײַ בחורים װאָס זאָגן צו דעם טעלערל פֿון הימל, און סײַ מײדן װאָס קענען ניט בלײַבן מיט אײן בחור, און גנבֿענען דיר צו אַ געטרײַען חבֿר.

2.   

וועגן זיך

 

איך פֿיל, אַז איך מוז אַלץ װיסן. װען איך בין געװען אַ קלײנע, האָט מײַן מאַמע מיר געזאָגט, "חנה, אײדער דו טוסט עפּעס װאָס מע הײסט דיר טאָן, געפֿין אױס גענױ אין װאָס דו גײסט באַלד אַרײַנפֿאַלן". איך מײן, אַז זי האָט געמײנט װעגן זיך. און כאָטש מיר זײַנען אַ גאַנץ פֿרײלעכע משפּחה – מע צעװיצלט זיך, און העלפֿט אײנעם דעם צװײטן, האָב איך קײנמאָל ניט געזען װי טאַטע-מאַמע זאָלן זיך פֿירן עפּעס קוטשעניו-מוטשעניו. און ניט בלױז דערפֿאַר װאָס זײ זײַנען פֿרומע. דאַכט זיך אַז זײ האָבן חתונה געהאַט דורך אַ שידוך – אַ ניט קײן געלונגענע, מײן איך. זעלטן װי זײ קריגן זיך, אָבער זעלטענער נאָך װי זײ רײדן עפּעס צום צװײטן אַ חוץ פֿאַר די פּשוטסטע טאָג-טעגלעכע זאַכן. זעלטן אױך, איך זאָל אַמאָל זען עפּעס אַ שמײכל בײַ דער מאַמען אױף איר שײנעם פּנים.

איך װיל ניט אַזאַ לעבן. דערפֿאַר פֿרעג איך זיך אַלץ נאָך, און נאָכאַמאָל, אױב נױטיק. איך דאַרף אַלץ גענױ װיסן אײדער איך נעם עפּעס אָן. איך װיל ניט קײן טרױעריק לעבן װי בײַ מײַן מאַמען.

3.   

דערצייל וועגן צילן און חלומות

איך האָף צו געפֿינען דעם ריכטיקן מאַן – אַ מאַן װאָס װעט זיך זאָרגן ניט בלױז פֿאַר דער "משפּחה", נאָר װאָס װעט זיך זאָרגן פֿאַר מיר. פֿאַר מיר פּערזענלעך. און װאָס װעט רײדן צו מיר. אָפֿענערהײט. אָן קײן ליגנס, און ניט אײַנהאַלטן צי באַהאַלטן זאַכן פֿון מיר.

 װאו געפֿינט מען אַן אָרנטלעכן חתן?

איך האָב זיך אָנגעשלאָסן אין די ציוניסטן, װײַל בײַ זײ גײט אין לעבן ניט נאָר רײדן װעגן אַ בעסער װעלט נאָר טאַקע אין אױספֿירן – אין ריזיקירן און פֿאָרן קײן ארץ ישׂראל, אונטער די טערקן, און באַמיִען זיך צו טאָן עפּעס דאָרט, און דאָרט אױפֿהאַלטן דעם ייִדישן ישוב. איך װײס ניט צי איך האָב אַזאַ כּוח צו װאױנען דאָרט (און פֿאַרלאָזן אַלץ װאָס ס'איז דאָ אין אַמעריקע) – אָבער אַזעלכע בחורים, אידעאַליסטן, װי די יעניקע אינעם זעלבסט-שוץ אַרגאָן "השומר" – פּונקט אַזעלכע בחורים פֿאַראינטערעסירן מיר זײער.

4.   

ווילסט באַזוכן

איך האָב אַלעמאָל געחלומט װעגן זען ראָמאַנטישע ערטער, װי שפּאַצירן אין פּאַריז, אָדער פֿאָרן אױף אַ שיף צו די קאַריבײער אינדזלען, אָדער מער עקזאָטישע ערטער װי אין דער װײַטער אָריענט און די פּאַציפֿישע אינדזלען.

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל