====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 10

10.5 אַרום דער וועלט אין 130 מינוט מיט 25 כּלהס און 2 מיידן

(10.5.15-10.5.10 די מיידלעך #13-#18 פון דער בלויער הויז)

צוריק צו: 10.4 שֹמחה

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 10

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "עפנט דעם טויער"

********

עס ווערן דאָ באַשריבן די פּאַסירונגען בעת די טענץ און דעם התבודדות מיטן פּאַסטעך פאַר די מיידן פון דער בלויער הויזאײדל יאַקאָבזאָן [13#] חנה אַלטמאַן [#14]סאָסיע טײטלבױם [#15]מירל פּערלמאַן [16#], חיה גרין [#17], און רבֿקה יודלמאַן [#18].

============

10.5.10 איידל יאַקאָבזאָן (13#)

די קומענדיקע צו פֿאַרװײַלן מיטן פּאַסטעך איז אײדל יאַקאָבזאָן [13#]. עס געדױערט ניט לאַנג נאָך דעם װי דער פּאַסטעך פֿירט זײַן יונג 19 יעריק װײַבל אין געצעלט, װי עס הערט זיך אַ שײנעם סאָפּראַנאָ-קול פֿון אינעװײניק. דער פֿאָרהאַנג עפֿנט זיך באַלד, און אײדל פֿליט אַרױס אַ צופֿרידענע זינגענדיק און טאַנצנדיק מיט דעם פּאַסטעך. זי האַלט אים בײַ די הענט און װאַלצעט אַרום, זינגענדיק הױך אױפֿן קול.

דאָס ליד, – פֿון די באַקאַנטע איטאַליענישע אַריעס, – קלינגט שײן און לוסטיק און קאָנקורירט מיט די הינטערגרונט קלעזמער מוזיק פֿון דער חתונה שׂמחה. עטלעכע פֿון די מײדן װאָס טאַנצן אונטער, שטעלן אָפּ זײער אַרומשװעבן, און קומען צו לױפֿן כּדי צו הערן מיט װאָס אײדל פרײדט זיך אַזױ.

אײדל שטעלט זיך באַלד אָפּ, קוקט זיך אַרום, און זעט װי עס האָבן זיך אָנגעקליבן אַ טוץ חבֿרטעס װאָס רינגלען זײ אַרום. זי לאָזט אָפּ דעם פּאַסטעכס הענט און פֿרעגט:

– "װאָס אי'? איר האָט קײנמאָל ניט געהערט אָפּערע-זינגען?" זאָגט אײדל.

– "איך האָב אַמאָל געהערט... אַ ביסל..." זאָגט נחמה ראָזענצװײַג [#20]. "דער שכן פֿלעג שפּילן אױף זײַן גראַמאָפֿאָן."

– "װאָס האָט מען בײַ אים געהערט?" פֿרעגט מלכּה געגערמאַן [#8], מיט נײַגער.

– "טאַקע מאָדנע... איך בין ניט קײן ספּעציאַליסט אױף מוזיק, אָבער דאַכט זיך, אַז ער האָט געזאָגט אַז דאָס איז עפּעס ייִדיש. איך בין זיכער אַז ער האָט ניט געװאוסט װאָס ער רעדט. ער איז דאָך אַ גױ געװען – אַן איטאַליענער... אױ אַנטשולדיק, לוטשיאַנאַ, איך האָב גאָרניט געמײנט דערבײַ..."

– "װאָס? אַ גױ זאָל שפּילן ייִדישע לידער?" פֿרעגט איצט אײדל אַלײן. "װי קען דאָס זײַן? װאָס אַזױנס האָט ער געשפּילט?"

– "ער האָט מיר געזאָגט, אַז עס הײסט: די אָפּערע אַ-ייִד!"

– "פֿאַרשטאָפּטע קאָפּ, אײנע," זאָגט חנה אַלטמאַן [#14], שטופּנדיק זיך אַרײַן צװישן די מײדן. "ניט אַ-ייִד, נאָר אַייִדאַ, מײנסטו, מסתּמא."

– "און איך האָב דאָס ערשט געהערט זינגען אין רױם, אין דרױסן, אין אַ גרױסן אָפּערע-פּלאַץ, אונטער דעם פֿרײַען הימל," זאָגט אײדל, און זינגט אַרױס עטלעכע שורות פֿונעם ליד, און דערנאָך רעדט װײַטער. "נאָר פֿריִער (און אױך נאָך דעם) האָבן מיר צוזאַמען באַזוכט אין פֿאַרשײדענע קאָנסערװאַטאָריעס און געגאַנגען אױף קאָנצערטן פֿון חזנים און אױך כאָרן... איך בעט אײַך, זײַט פֿאָרזיכטיק מיט מײַנע קאַסטנס און פּעק. אַ חוץ פֿאַר 2 װאַליזעס מיט קלײדונג, ברענג איך צוריק אַ צאָל מוזיקאַלישע אינסטרומענטן און אױך אַ סך לידער ביכער, נאָטן און מוזיק טאַשמעס (דאַכט זיך אַז אַזױ רופֿט מען זײ) און אַ סך דיסקן ..."

============

10.5.11 חנה אַלטמאַן (14#)

– "דאַכט זיך, אַז ס'איז איצט מײַן רײ," זאָגט חנה אַלטמאַן [#14] מיט שטאָלץ, אָבער גלײַך גײט זי אַריבער צו איר נאָרמאַלער פֿירעכץ פֿון אַלעמען נודיען, און פּרובירן אַלץ גענױ װיסן.

"װאו װעט ער מיר נעמען, מײנסטו, סאָסיע? אפֿשר אַ שפּאַציר איבער די גאַסן פֿון פּאַריז? אָדער אױף אַ שיפֿל, אױף דער װאָלגאַ טײַך? אָדער אפֿשר אין װענעציע אָדער עפּעס אַן אַנדער ראָמאַנטישן אָרט אין איטאַליע...?" װענדט זי זיך מיט אירע פֿראַגעס צו סאָסיע טײטלבױם [#15].

ניט װאַרטנדיק אױף קײן ענטפֿער, דרײט זי זיך באַלד אױס צו חיה גרין [#17], און רעדט װײַטער.

– "... אָדער אפֿשר גאָר אין עפּעס אַ גן-עדן אינדזל אין פּאַציפֿישן אָקעאַן, װאו מיר װעלן דאָרט בײדע פֿאַרברענגען... אַלײן? ... װאָס זאָגסטו צו דעם, חיה?"

אָבער אײדער זי קען װײַטער דרײען אַ קאָפּ די אַרומיקע מײדלעך, קומט דער פּאַסטעך אָן צו איר, נעמט איר בײַ דער האַנט, און ציט זי אין דער ריכטונג פֿון זײַן געצעלט.

– "גענוג מיט די פֿראַגעס, חנה. באַלד װעסטו האָבן אַלע ענטפֿערס, און װען דו װעסט צוריקקומען, װעסטו שױן אַלצדינג אַלעמען קענען דערצײלן."

עס גײט ניט אַדורך מער װי פֿינף מינוט – פּונקט װי מיט די פֿריִערדיקע, און דער פּאַסטעך איז שױן צוריק מיט חנהן. זי איז טונקל-אָפּגעברענט פֿון דער זון און אַפֿילו אַ ביסל צו פֿיל אָפּגעברענט אין געװיסע ערטער, דער עיקר אַרום דער נאָז אירער. אָנגעטאָן איז זי אין סאַנדאַלן און אַ גאַנץ קורצער קלײד, און אַ לײַכטע בלוזקע.

– "אױ," זאָגט חיה, "צי איז דאָס ניט ... אַ ביסל צו קורץ?" און צײַגט אַן אין חנהס קלײדל.

– "קורץ? בכלל ניט. דאָרט װאו איך בין געװען, גײט מען אַפֿילו נאָך קירצער. ס'איז דאָרט אַזױ די מאָדע. חוץ פֿאַר דעם, איז געװען גאַנץ הײס. די זון ברענט דאָרט שטאַרק, װי דו קענסט זען פֿון מײַן רױטן, אָפּגעברענטן נאָז..." זאָגט חנה.

– "און װאו ביסטו עס טאַקע געװען?" פֿרעגט חנה נױמאַן [#1] מיט נײַגער.

– "דאָרט װאו מיר װאָלטן אַלע געװאָלט זײַן..." ענטפֿערט זי.

– "װאָס אין גן-עדן?" זאָגט די קליינע חנה מיט שטױנונג.

– "אַװדאי ניט, דו נאַריש מײדעלע! װאָס, איך זע דיר דען אױס, אַ גײענדיקער מת!? אין ישׂראל בין איך געװען. – אין מדינת ישׂראל אינעם יאָר 2007! קומט העלפֿט מיר מיט די פּעק און זאַכן װאָס איך האָב צוריקגעבראַכט, װעל איך אײַך אַלץ דערצײלן... איך האָב אױך פֿאָטאָגראַפֿיעס. װאַרט ביז איר װעט זען װי מען טוט זיך אָן (אָדער אױס) בײַם באָדן זיך בײַם ים ... און די בחורים דאָרט... אױ, שיִער ניט פֿאַרגעסן אַז איך בין איצט אַ חתונה געהאַטע... נו קומט. כ'װעל אײַך אַלץ װײַזן... נחמה, דו אױך. איך האָב אַפֿילו געבראַכט אַ מתּנהלע דיר צו שענקען..." און אַ 5-6 מײדן לױפֿן איר נאָך, אָנגעלאָדן מיט פּעק און זעק און װאַליזעס, אין דער ריכטונג פֿון דער בלאָער געצעלט.

============

10.5.12 סאָסיע טייטלבוים (15#)

סאָסיע טײטלבױם [#15] שטײט כּמעט אינגאַנצן אַלײן. אַ טײל פֿון די מײדן לױפֿן נאָך חנה אַלטמאַן [#14], און אַ טײל קערט זיך צוריק צום טאַנצן. עס קומען אָבער אָן אַנדערע מײדן, סאָסיעס חבֿרטעס, און צװישן זײ די באַנײַטע גיטל גערשנזאָן [#3] װאָס קומט צו גאַנץ נאָענט צו איר און זאָגט אַזױ:

– "נו, זעט אױס אַז דאָס ביסטו די קומענדיקע װאָס גײט פֿאַרװײַלן מיטן פּאַסטעך. פֿאַרגעס ניט װאָס איך האָב דיר אָנפֿאַרטרױט ... די ספּעציעלע ליכט..." און זי גיט סאָסיען דערבײַ אַ זעץ אין די פּלײצעס װאָס װאָלט אַן אַנדער מױד אַװעקגעלײגט אױף דר'ערד.

סאָסיע װערט רױט אין פּנים – ניט פֿון דעם זעץ, נאָר גאָר פֿון גיטלס רײד. זי גײט אָפּ מיטן פּאַסטעך, נאָר פּונקט פֿאַרן אַרײַנגײן מיט אים אין געצעלט, דרײט זי זיך אױס צו איר חבֿרטע.

– "פֿאָלג מיך. ס'װעט דיר ניט פֿאַרדריסן. װעסט זען – קומסט צוריק אַ נײַ מענטש! מע װעט דיר גאָר ניט דערקענען," זאָגט גיטל, און פֿאָכעט מיט דער האַנט צו סאָסיען, װי זי גײט אַרײַן.

װען דער פּאַסטעך מיט סאָסיע באַװײַזן זיך אין אַ קורצער צײַט שפּעטער, איז סאָסיע טאַקע ניט צו דערקענען. אַרײַן אין געצעלט איז זי אַן אױסגעפּוצטע, מיט אַ שײנעם און רײנעם חתונה קלײד, אָנגעטאָן אין שײנע יום-טובדיקע שיך, און די קאָפּ באַקרױנט מיט בלומען גירלאַנדן. װען די אַלע װאָס שטײען מיט גרױס נײַגער אַרום דעם פּאַסטעכס געצעלט זעען װי זי קומט אַרױס, הײבן זײ גאָר אָן צו לאַכן, און גלײַך הײבט זי אָן מיט זײ צו לאַכן אױך. אָבער די װאָס לאַכט אַמשטאַרקסטן איז גיטל.

– "ניט דאָס האָב איך געמײנט – אַ נײַ מענטש..."

און זײ לאַכן טאַקע, װײַל סאָסיע איז אָנגעטאָן װי אַ בױ-אַרבעטער מיט שװערע דזשינס-הױזן װאָס באַדעקן זי פֿון אונטן און ציט זיך ביז אױבן, אונטער דער האַלדז.

אַ חוץ פֿאַר סאָסיען (און מסתּמא אױך דער פּאַסטעך אַלײן), איז די אײנציקע װאָס קען אַרױסהעלפֿן סאָסיען מיט אירע גאָר שװערע פּעק און קאַסטנס איז די הױכע און שטאַרקע גיטל.

– "װאָס האָסטו דאָ, סאָסיע? װאָס װעגט אַזױ שװער? גאָלד?" זאָגט גיטל און זי צעלאַכט זיך.

– "בעסער װי גאָלד," רופֿט זיך אָפּ סאָסיע. "דאָס זײַנען, – אַ חוץ פֿאַר אַ ביסל נײַע קלײדער (דער עיקר אַרבעטס-קלײדער) פֿאַרשײדנאַרטיקע אַרבעטס מכשירים."

============

10.5.13 מירל פּערלמאַן (16#)

– "מירל פּערלמאַן איז גרײט אױף אַלץ!" טראַכט צו זיך מירל פּערלמאַן [16#], און חזרט איבער, "מירל פּערלמאַן איז אױף אַלצדינג גרײט... מירל פּערלמאַן שרעקט זיך פֿאַר קײנעם – פֿאַר גאָרניט!... מירל פּערלמאַן האָט ניט... האָט ניט... מורא. ... יאָ... זי האָט..."

מירל פּערלמאַן האָט טאַקע מורא ... אָבער פֿון װאָס?

װען זי איז געװען אין די פֿאָדערשטע רײען פֿון די פֿאַרשײדענע פּראָטעסט מאַרשן אין ניו-יאָרק, מיט הונדערטער שטרײַקנדיקע אַרבעטערס װאָס פֿאָלגן זי נאָך, האָט זי דעמאָלט ניט מורא געהאַט, און זי האָט נאָך פֿעסטער און העכער געהאַלטן די רױטע פֿאָן און געגאַנגען נאָך גיכער פֿאָרױס.

װען זײ זײַנען אָנגעקומען צו דער פּאָליצײ בלאָקאַדע פֿאַר די פֿאַבריקן – האָט זי אױך ניט מורא געהאַט. אױף אַ מאָמענט בלױז זיך אָפּגעשטעלט און זיך אױסגעדרײט צו אירע מיטשטרײַקערינס. נאָך העכער אַרױסגעזונגען די באַקאַנטע אַרבעטער לידער, און צוריק גענומען שפּאַנען אין פאָראױס.

װען דער װאַנט פֿון פּאָליציסטן האָט זיך געשפּאָלטן און 15 גרױסע, שװערע פֿערד זײַנען אַרױסגעשפּרונגען איר אַנטקעגן מיט פּאָליציאַנטן אױף זײ, – האָט זי אַפֿילו דעמאָלט ניט מורא געהאַט, נאָר אָנגעהױבן לױפֿן זײ אַנטקעגן, און אױפֿן קול אַרױסגעשריגן די װערטער פֿון אַבֿרהם רײזענס ליד:

 "זאָל יעדערער צולייגן פעסטער זײַן האַנט,

   מיר וועלן די הויכע, די פינצטערע וואַנט –

   צעברעכן, צעברעכן די וואַנט!"

אַפֿילו בעת דער פֿײַער אין טרײַענגל פֿאַבריק האָט זי פֿון אָנהײב ניט אַזױ מורא געהאַט, װי זיך געזאָרגט פֿאַר אירע חבֿרטעס און מיטאַרבעטערס....

און איצט?

– "מירל פּערלמאַן! מירל! מירעלע!" הערט מען שרײַען פֿון אַלע זײַטן. אירע חבֿרטעס זוכן איר. דער פּאַסטעך זוכט איר. עס איז איר רײ – און זי שטײט בײַם אַרײַנגאַנג פֿון דער בלאָער געצעלט, ביז עמעצער זוכט איר דאָרט אָפּ, און פֿירט זי צום פּאַסטעך צו.

– "מירל, װאו ביסטו געװען? ביסט ניט געװען בײַם טאַנצן, און אױך ניט אָפּגעװאַרט לעבן מײַן געצעלט. צי איז אַלץ אין אָרדענונג?" זאָגט דער פּאַסטעך פֿאַרזאָרגט. "דו זעסט אױס אַ ביסל בלאַס."

– "אָ, ס'איז גאָרניט... ס'עט אַריבער," זאָגט מירל. "לאָמיר שױן אַרײַן צו דיר אין פֿײַער ... איך מײן אין געצעלט..."

דער פּאַסטעך נעמט מירלען בײַ דער האַנט און פֿירט איר צו צו זײַן געצעלט. דערװײַלע טוען עטלעכע מײדלעך איבערזאָגן, לאַכנדיק, מירלס לעצטע װערטער: "אין פֿײַער...אין פֿײַער ..."

װען זײ קומען צוריק, װאַרט אױף זײ אַ גרױסע גרופּע מײדן (כּמעט קײנער טאַנצט ניט).

– "נו, װי איז געװען?" באַפֿאַלט מען איר. "װאו זײַט איר געװען? װאָס האָט איר געזען? װאָס האָסטו צוריקגעבראַכט?..."

– "געװען, דאָרט װאו איך האָב, מן הסתּם, באַדאַרפֿט זײַן – געזען, מן הסתּם, דאָס װאָס איך האָב באַדאַרפֿט זען... און צוריקגעבראַכט, מן הסתּם, דאָס װאָס איך האָב באַדאַרפֿט צוריקברענגען..." זאָגט זי מיט אַ שמײכל. "קומט, װער סע װיל. העלפֿט מיר מיט מײַנע זאַכן, און כ'װעל אײַך דערצײלן."

============

10.5.14 חיה גרין (17#) 

די קומענדיקע צו פֿאַרװײַלן מיטן פּאַסטעך איז די געװעזענע אַלמנה, פֿרױ לײזער ראָזענצװײַג, װאָס איז איצט און אױף װײַטער חיה גרין [#17].

דאָראַ װאַסערהאָלץ [#27] און חנה זאַנד [#24] – אירע צװײ עדות, זײַנען די אײנציקע דאָרט זי צו באַגלײטן צום פּאַסטעכס געצעלט. ער נעמט איר אַרײַן צו זיך, אָבער װען זײ באַװײַזן זיך מיט װײניקער פֿון 5 מינוט שפּעטער, װאַרט זי בלױז אָפּ חנה.

– "װי איז געװען? װאָס האָסטו צוריקגעבראַכט?" פֿרעגט חנה, װען זי זעט אַז חיה האָט גאָר װײניק זאַכן מיטגעבראַכט.

– "האָפֿענונג!" זאָגט חיה מיט אַ ברײטן שמײכל.

============

10.5.15 רבקה יודלמאַן (18#)

עס קומען צו גײן די צװילינג שװעסטער, רבֿקה [#18] און לאה יודלמאַן [#19]. בײדע זײַנען אָנגעטאָן ענלעך: סײַ די חתונה קלײדער, סײַ די שיך, און אַפֿילו די בלומען-קרענץ אין די האָר – נאָר בײַ אײנע איז געקעמט אױף רעכטס, און בײַ דער אַנדערער, אױף לינקס. אַ חוץ פֿאַר דער דאָזיקער, כּלומערשטער אָפּשפּיגלונג. זײַנען זײ גלײַך. די הױך, די פֿיגורן, די קאָליר האָר, און די פּנימער אַלײן זײַנען גלײַך אױף גלײַך – צװײ אינגאַנצן ענלעכע צװילינג-שװעסטער.

– "קום, רבֿקה," גײט דער פּאַסטעך צו צו די אױף זײַן רעכטס, "לאָמיר גײן. און דו, לאה," רעדט ער צו דער אַנדערער, "גײ ניט אַװעק װײַט, װײַל מיר קומען שױן צוריק."

– "און װי אַזױ װײסטו אַז דו האָסט קײן טעות ניט?" פֿרעגט די צװילינג-שװעסטער װאָס אױף רעכטס. "אַז דאָס בין איך טאַקע, רבֿקה, און ניט לאה...?"

– "קודם כּל, בין איך דאָך דער פּאַסטעך... און װעלכער אָנשטענדיקער פּאַסטעך קען דען ניט זײַנע שעפּסעלעך?..."

– "אָבער דאָך," זאָגט די צװײטע, "װי קענסטו אַזױ זיכער זײַן, אַז איך בין די װעלכע דו מײנסט, און ניט די אַנדערע?"

– "טאָמער איך מאַך אַ טעות – װעט דאָך אײנע פֿון אײַך מיך זאָגן. און װײַטער, װעל איך אײַך באַלד גוט און אינטים קענען – װעל איך אַ צװײטן מאָל זיכער קײן טעות ניט מאַכן..." און ער פֿירט זי אַרײַן צו זיך אין געצעלט.

די ערשטע פֿון די צװילינגס קומט באַלד אָן צוריק מיטן פּאַסטעך, אָנגעלאָדן מיט װאַליזעס און קלײדונג און פֿאַרשײדענע סואװענירן (אָנדענק-אָביעקטן) פֿון די ערטער װאָס זי האָט באַזוכט.

  *************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 10.4 שֹמחה

10.5.4-10.5.1 די מיידלעך #3-#6 פון דער גרינער הויז

10.5.9-10.5.5 די מיידלעך #7-#12 פון דער רויטער הויז

פאָרויס צו:

10.5.20-10.5.16 די מיידלעך #19-#24 פון דער געלער הויז

10.5.25-10.5.21 די מיידלעך #25-#29 פון דער ברוינער הויז

10.5.26 די איבעריקע מיידלעך #1, #2, #8, #21

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 10

 = = = = = = = = = = = =  = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל