====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 10

10.5 אַרום דער וועלט אין 130 מינוט מיט 25 כּלהס און 2 מיידן

(10.5.25-10.5.21 די מיידלעך #25-#29 פון דער ברוינער הויז)

צוריק צו: 10.4 שֹמחה

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 10

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "עפנט דעם טויער"

********

עס ווערן דאָ באַשריבן די פּאַסירונגען בעת די טענץ און דעם התבודדות מיטן פּאַסטעך פאַר די מיידן פון דער ברוינער הויזחנה שעכטערמאַן [#25] זיסע װײַנבערג [#26]דאָראַ וואַסערהאָלץ [#27]פריידל װײַצמאַן [#28], און  סאָניע װעכטער [#29].

=================

10.5.21 חנה שעכטערמאַן (25#)

חנה שעכטערמאַן [#25] איז זײער אָנגעצױגן, און װיל שױן מיטגײן מיטן פּאַסטעך. זי כאַפּט אים אָן בײַם אַרבל און ציט אים אין דער ריכטונג פֿון דעם געצעלט.

– "װאָס אײַלסטו זיך אַזױ?" פֿרעגט דער פּאַסטעך אַ ביסל דערשטױנט פֿון איר ענטוזיאַזם.

– "פֿריִער האָב איך געמײנט, אַז איך װײס װאָס איך װיל – אָבער איצט װײס איך אַז איך װיל נאָך עפּעס.... נו קום שױן. איך קען קױם װאַרטן," און זײ גײען אַרײַן אינעם געצעלט.

װען זײ באַװײַזן זיך װידער, זעט מען אַז אַ חוץ אַ פּשוטן קלײדל, טראָגט חנה שפּאָגל נײַע, שײַנענדיקע שיך, און זי שלעפּט אַרױס פֿון געצעלט צװײ הױכע פּעק פֿון אַרום 20 שיך-קעסטלעך אַרומגעבונדן מיט אַ שטריק.

– "װאָס, בלױז שיך האָסטו געבראַכט?" פֿרעגט זי זיסע װײַנבערג [#26] װאָס װאַרט אױף איר רײ.

– "הער. איך האָב אױך צוריקגעבראַכט אַ ביסל קלײדונג," ענטפֿערט זי. "אָבער דאָס איז ניט אַלץ..."

נאָר אײדער זי גײט װײַטער, באַװײַזט זיך דער פּאַסטעך, אָנגעלאָדן מיט נאָך אַ צאָל פֿאַרשײדענע פּעק און קעסטלעך שיך און זעקלעך מיט װאָס זעט אױס צו זײַן טײַערע קלײדער.

– "דו דאַרפֿט פֿאַרשטײן, זיסע," זעצט זי פֿאָר די רײד, "אַז איך בין אױפֿגעהאָדעװעט געװאָרן דער עיקר צװישן בנים. זײַענדיק צװישן די קלענסטע, פֿלעג איך כּסדר "ירשענען" (און דאַרפֿן טראָגן) מענערשע שיך פֿון מײַנע עלטערע ברידער. אין ניו-יאָרק בין איך נאָך געװען צו אָרעם צו קענען קױפֿן שײנע פֿרױען שיך,– זײ זײַנען צו טײַער געװען, – אָבער איך האָב אַלעמאָל געחלומט וועגן זײ..."

– "אָבער דאָס איז ניט אַלץ. װען איך האָב געזען די גענדז, און דערהערט װעגן די בהמות װאָס דער פּאַסטעך דאַרף נאָך אַהער ברענגען, איז מיר אױך אײַנגעפֿאַלן אַ נײַעם געדאַנק, װאָס נאָך מיטצוברענגען. בין איך מיט אים געפֿאָרן אין ניו-יאָרק אָפּזוכן די צװײטע זאַך װאָס אױף דעם האָב איך אָפֿט געחלומט – נאָכצוטאָן טאַטע-מאַמע אין זײער פֿאַך. זײַן אַ שוחטע, און כ'האָב דאָ צוריקגעבראַכט די מעסערס און שאַרפֿע שנײַד-מכשירים װאָס אַ שוחט און אַ קצבֿ באַדאַרף האָבן."

=================

10.5.22 זיסע ווײַנבערג (26#)

– "אָ... אַ דאַנק דיר, זײער, חנה. איצט האָב איך אַ גוטע געדאַנק אױך," – זאָגט זיסע װײַנבערג [#26] צו חנה שעכטערמאַן [#25]. "איך װיל דיר זײער באַדאַנקען. איך װײס איצט װאָס איך װיל צוריקברענגען."

זיסע גײט צו צום פּאַסטעך און שושקעט אים עפּעס אַרײַן אין זײַן אױער.

– "װאָס, באמת? איך האָב פּלאַנירט עפּעס אינגאַנצן אַנדערש."

– "דו װײסט װאָס?" זאָגט זיסע, "מאַך מיר אַ סורפּריז. נעם מיך דאָרט װאו דו האָסט געװאָלט גײן מיט מיר. אָבער גלײַכצײַטיק, פֿאַרגעס ניט אין מײַן בקשה."

בײדע, זיסע און דער פּאַסטעך, גײען אַרײַן אינעם געצעלט, און פּונקט װי בײַ די אַנדערע, באַװײַזן זײ זיך מיט אַן ערך 5 מינוט שפּעטער.

זיסע רופֿט צו עטלעכע חבֿרטעס איר צו העלפֿן אַרױסשלעפּן גרױסע קאַסטנס, װאָס אױף זײ זײַנען דאָ גרױסע רױטע מגן-דודס.

– "װאָס איז דאָס?" פֿרעגט חנה נױמאַן [#1], װאָס כאַפּט זיך אַלע װײַלע צו, אַ שמעק צו טאָן, זען װאָס די מײדן ברענגען צוריק. "דאָס זײַנען קאָסטיומען פֿאַר אַ שפּיל װעגן דוד המלך? אָדער גאָר – לא עלינו – עפּעס צו טאָן מיט דער חבֿרה-קדישא? תּכריכים, חלילה? – דאָס ברענגסטו צוריק פֿון אַ האָניק רײַזע??!!" זאָגט זי דערשטױנט.

– "װאָס רעדסטו? אַװדאי ניט. איך האָב דאָך אַרומשפּאַצירט מיטן פּאַסטעך אין פֿאַרשײדענע שײנע שטעט, און מיט אים פֿאַרבראַכט אין געלונגענע טוריסטן ערטער. װאָס מיר, די חבֿרה-קדישא? – אָבער ער האָט מיר יאָ צוליב געטאָן, און מיט מיר אױך געגאַנגען באַזוכן און אױספֿאָרשן אַ זאַך װאָס איז מיר נאָענט צום האַרצן: מעדיצין. איך האָב יאָ מיטגעבראַכט פֿון דאָרט אַ קאָסטיום – פֿון אַ מעדיקער, װי אױך ביכער און אינפֿאָרמאַציעס װעגן געזונט, װי אױך כּלערלײ זאַכן – װאָס איך האָף אַז מיר װעלן זיך דאָך ניט נײטיקן אין זײ. דערפֿאַר אָבער, פֿאַר אונדזער געזונט-װעזן, איז בעסער זײ זאָלן זײַן צוטריטלעך: פּלאַסטערן, באַנדאַזשן, פֿאַרשײדענע געשמירעכצן, און פּשוטע מעדיצינען װי, למשל, פֿאַר קאָפּ אָדער בױך װײטיקן. אײן טאָג, האָף איך, – עס איז מײַן חלום, – װעל איך זיך לערנען זײַן אַ דאָקטאָרשע ..."

=================

10.5.23 דאָראַ וואַסערהאָלץ (27#)

– "האַ," רופֿט זיך אָפּ דאָראַ וואַסערהאָלץ [#27]. "דו רעדסט װעגן קאָסטיומען. איצט איז דאָך מײַן רײ. לאָמיר זען, צי איך קען אים אױך אײַנרײדן, װי דו זיסע, װעגן מײַנע אינטערעסן," און זי גײט צו צום פּאַסטעך, און צוזאַמען גײען זײ אַרײַן אינעם געצעלט.

װען דאָראַ קומט צוריק, טראָגט זי אױף איר פּנים אַ גרױסן, ברײטן, שמײכל. הינטער איר שלעפּט דער פּאַסטעך אַרױס עטלעכע גרױסע אָבער ניט קײן שװערע קאַסטנס.

– "אָט האָסטו זײ, דאָראַ," זאָגט דער פּאַסטעך. "אפֿשר קען עמעצער מיר העלפֿן מיט דעם, און דאָס אָפּטראָגן פֿאַר דאָראַן צו איר אָרט אין דער ברױנער געצעלט? עס װעגט גאָר ניט שװער. דאָס זײַנען דער עיקר קאָסטיומען און מאַטעריאַלן פֿאַר אױספֿירן טעאַטער פּיעסעס. אױך אַ צאָל ביכער – מאַנוסקריפּטן פֿון טעאַטער שפּילן און נאָך."

עטלעכע מײדן קומען צו לױפֿן צום געצעלט, און מיט גרױס חשק טראָגן זײ אָפּ די זאַכן צו דאָראַן אין איר ברױנעם געצעלט.

=================

10.5.24 פריידל ווײַצמאַן (28#)

– "נו, סאָניע. עס איז דײַן רײ איצט, נײן?" זאָגט דער פּאַסטעך צו סאָניע װעכטער [#29].

– "נײן... איך בין נאָך פֿרײדלען," ענטפֿערט סאָניע, און גײט צו איר חבֿרטע פריידל װײַצמאַן [#28], און נעמט איר װאַרעם אַרום.

סאָניע באַגלײט דעם פֿרײלעכן פּאָרל (דעם פּאַסטעך מיט פֿרײדלען), און געזעגנט זיך מיט זײ בײַם געצעלטס אַרײַנגאַנג, מיט אַ "זײַט מצליח", און "האָט הנאָה!"

װען זײ קומען צוריק, זעט מען הינטער פֿרײדלען – דורך דעם אַרײַנגאַנג פֿון געצעלט, אַז זי האָט צוריקגעבראַכט אַ ביסל קלײדונג, אָבער דער עיקר, אַ סך קאַסטנס מיט ביכער.

װען עטלעכע מײדן פּרובירן אַרױסהעלפֿן, שלעפּן די קעסטלעך און קאַסטנס, באַקלאָגן זײ זיך אַז ס'איז זײ שװער.

– "איך האָב פֿרײדלען טאַקע געװאָרנט װעגן דעם, – אַז מע דאַרף גאָר ניט שלעפּן קײן ביכער. די נײַע טעכנאָלאָגיע פֿון מײַן צײַט דערמעגלעכט אַרױפצוקריצן אױף דיסקן גאַנצע ביבליאָטעקן... האָט זי אָבער געטענהט, אַז זי װיל בעסער ביכער װאָס זי זאָל זײ קענען האַלטן אין דער האַנט – אַדורכבלעטערן. עס איז ניט די זעלבע זאַך, בײַם לײענען, זאָגט זי, – כאָטש זי האָט בלױז עטלעכע געלעגנהײטן געהאַט זיך צו באַקענען מיט דער עלעקטראָנישער מעדיע אױפֿן קאָמפּיוטער – און װי קען מען דען לײענען פֿון קאָמפּיוטער אין אַ שבת, צי יום-טובֿ – האָט זי צוגעגעבן, – ס'איז דאָך מוקצה ..."

=================

10.5.25 סאָניע וועכטער (29#)

דער פּאַסטעך נעמט איצט  סאָניע װעכטערן [#29] בײַ דער האַנט.

– "עס איז דײַן רײ. איך האָף אַז דו ביסט ניט צו פֿאַרמאַטערט פֿונעם טאַנצן. איך האָב דיר געזען פֿון דער װײַטנס, אַז דו ביסט זײער אַרײַנגעטאָן געװען אין דעם."

– "נישקשה. גאָרניט פֿאַרמאַטערט. פֿאַרקערט. אינגאַנצן אָנגעצױגן און געשפּאַנט אױף װאו מיר װעלן גײן."

– "זאָרג זיך ניט. עס װעט דיר זיכער געפֿעלן," באַרואיקט ער איר, און זײ גײען בײדע אַרײַן אין דעם פּאַסטעכס געצעלט אױף די באַשטימטע פֿינף מינוט.

װען זײ באַװײַזן זיך װידער, זעט מען אַז זי האָט צוריקגעבראַכט נײַע ספּאָרט קלײדער און מכשירים.

– "ס'איז ניט גענוג צו טראַכטן, צי אַפֿילו רײדן װעגן געזונט," זאָגט זי. "מע דאַרף אױך טאָן."

  *************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 10.4 שֹמחה

10.5.4-10.5.1 די מיידלעך #3-#6 פון דער גרינער הויז

10.5.9-10.5.5 די מיידלעך #7-#12 פון דער רויטער הויז

10.5.15-10.5.10 די מיידלעך #13-#18 פון דער בלויער הויז

10.5.20-10.5.16 די מיידלעך #19-#24 פון דער געלער הויז

פאָרויס צו:

10.5.26 די איבעריקע מיידלעך #1, #2, #8, #21

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 10

 = = = = = = = = = = = =  = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל