====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 10

10.5 אַרום דער וועלט אין 130 מינוט מיט 25 כּלהס און 2 מיידן

(10.5.9-10.5.5 די מיידלעך #7-#12 פון דער רויטער הויז)

צוריק צו: 10.4 שֹמחה

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 10

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "עפנט דעם טויער"

********

עס ווערן דאָ באַשריבן די פּאַסירונגען בעת די טענץ און דעם התבודדות מיטן פּאַסטעך פאַר די מיידן פון דער רויטער הויזחנה דיכטער [#7]צילע גאָלדין [#9]פײגע-הינדע גאָלדבערג [#10], מאַשע לעװין [#11], און חנה לעװינסאָן [#12].

===========

10.5.5 חנה דיכטער (7#)

נאָך לוטשיאַנאַ, װערט פֿאַרבעטן פֿונעם פּאַסטעך אין זײַן געצעלט חנה דיכטער [#7].

נאָך די געהעריקע 5 מינוט אינעם געצעלט, באַװײַזט זיך דער פּאַסטעך װידער װי פֿריִער: שײן אָנגעטאָן און פֿריש, און גײט אױסזוכן דער װײַטערדיקער מױד.

דערװײַלע קומט חנה אַרױס אַ צופֿרידענע, בעט אירע חבֿרטעס זי צו העלפֿן אַרױסשלעפּן אירע קאַסטנס און װאַליזעס, נאָר זאָגט זײ דאָס צו לאָזן אין דער זײַט, אַז שפּעטער װעלן זײ דאָס צושלעפּן אין איר געצעלט אַרײַן. אַנשטאָט דעם, נעמט זי זײ, און שלעפּט זײ מיט איר צוריק אַרײַן אין די טענץ, װאָס ביז אַהער האָט זי קײנמאָל קײן גרױס אינטערעס אָדער קענטשאַפֿט אין טאַנצן ניט געהאַט. װי עס בײַטן זיך מענטשן...

===========

10.5.6 צילע גאָלדין (9#)

נאָך איר, לױטן סדר, איז צילע גאָלדין [#9]. דאָס איז אַ מױד װאָס געװײנטלעך האָט זי אַ סך װאָס צו זאָגן, און װאָס רעדט אָן אױפֿהער. בעת דער חופּה (און בעת דער חתונה צערימאָניע), האָט זי כּמעט די גאַנצע צײַט געשװיגן און געהאַלטן די אױגן אַראָפּגעלאָזט. נאָך דעם, האָט זי אַפֿילו ניט אָנטײלגענומען אינעם טאַנצן, און קײן ביס ניט גענומען צו עסן – בלױז זיך דערנענטערט צו די משקאָות און אַ גלעזל בראָנפֿן געטרונקען, און נאָך דעם נאָך אײנס, און נאָך אײנס. און נאָך אײנס.

דער פּאַסטעך, װאָס איז אַרומגעגאַנגען איר אָפּזוכן, געפֿינט זי שטײענדיק אין דער זײַט – שטום. ער קומט גאָר נאָענט צו איר, און רעדט צו איר אַרײַן אין אױער, זי זאָל אים הערן איבער דער טומל פֿון די מוזיק און פֿרײלעכן טאַנצן.

זי באַגלײט אים צו זײַן געצעלט – שטומערהײט. בלױז די אױגן רעדן. אױסערלעך, זעט מען ניט קײן גרױסע ענדערונג אין איר געמיט. זי גײט פּאַמעלעך. שטיל. אין די אױגן אירע, זעט מען זאָרג, צי פּחד. זי גײט מיט אים אַרײַן אין געצעלט, פּונקט װי מע װאָלט געפֿירט אַ באַשדולדיקטן אױף טױט שטראָף, אױף זײַן לעצטן װעג.

װי נאָר זײ באַװײַזן זיך װידער, באַמערקט מען, אַז כאָטש צילע שװײַגט װײַטער, איז איר בליק אַנדערש. איצט קוקן אירע אױגן װײַט, גאָר װײַט, װי זי װאָלט געגאַנגען אין איר שלאָף, אַ פאַרחלמטע. די גוטע חבֿרטעס װאָס װאַרטן איר אָפּ זײַנען טיף באַזאָרגט – דאָס איז ניט נאַטירלעך פֿאַר צילען. זי האָט זיך אַפֿילו באַװיזן אָן קײן פּעק, און אָן קײן װאַליזעס.

אירע חבֿרטעס, באַזאָרגטע, רינגלען זי אַרום. נאָר פּלוצלונג, װעקט זי זיך אױף, װאַרפֿט זיך אױף זײ, און הײבט אָן פּלאַפּלען אָן אױפֿהער – װי עס איז איר טבֿע. עס גײט בײַ אַלעמען אַראָפּ אַ שטײן פֿון האַרצן. זײ לאָזן זיך גײן אין אַ זײַט, װאו זי דערצײלט זײ אַלץ װאָס איז מיט איר פֿאָרגעקומען...

דער פּאַסטעך רופֿט זײ נאָך, אָבער צוליב דער שטאַרקער מוזיק, הערט מען ניט. ער דרײט זיך אױס, גײט אױף אַ מינוט צוריק אַרײַן אין געצעלט, און קומט באַלד אַרױס, שלעפּנדיק צילעס װאַליזעס און געקױפֿטע קלײדונג ... און לאָזט זײ איבער לעבן די זאַכן פֿון חנה דיכטער [#7].

===========

10.5.7 פייגע-הינדע גאָלדבערג (10#)

די קומענדיקע װאָס דאַרף באַגלײטן דעם פּאַסטעך איז פײגע-הינדע גאָלדבערג [#10]. זי האַלט זיך אָבער צוריק, און װיל מיט אים בשום אופֿן ניט אַרײַנגײן אין זײַן געצעלט.

– "װאָס איז, פײגע-הינדע? אַלע, ביז אַהער, זײַנען צוריקגעקומען לעבעדיקע, גאַנצע," װיצלט זיך דער פּאַסטעך מיט איר, פּרובירנדיק זי אײַנשטילן, באַרואיקן. "דװקע דו, זאָלסט מורא האָבן? אױב עמעצער דאַרף דאָ מורא האָבן, בין איך דאָך דער... געדענקסטו ניט װי דו האָסט מיר אַזױ גיך און לײַכט אַראָפּגעװאָרפֿן אױף דר'ערד יענע װאָך, פֿאַר אַלעמען אין די אױגן? איך בין דאָך דער װאָס דאַרף זיך זאָרגן אַרױסצוקריכן פֿון דעם אַ לעבעדיקער...װאָס איז בײַ דיר דער פּחד? פֿון װאָס האָסטו מורא?"

– "דו פֿאַרשטײסט נאָך אַלץ ניט," ענטפֿערט זי אים. "בלױז דאָ, פֿיל איך זי פֿרײַ, פֿיל איך זיך זיכער. איך װיל דאָ ניט פֿאַרלאָזן. אױף קײן מינוט ניט..." און זי שושקעט אים שטיל אין אױער, מיט אַ ציטער אין איר קול, "איך האָב מורא פֿאַר זײ... דו װײסט דאָך... יענע װאָס..."

– "איך פֿאַרשטײ דיר גוט, פײגע-הינדע. אָבער דו קענסט ניט לעבן דײַן גאַנץ לעבן מיט דעם פּחד – אַפֿילו זײַענדיק דאָ, װאו זײ װעלן ניט קענען דערגײן צו דיר. קום מיט מיר. פֿאַרטרױ מיך. איך װײס װאָס דו דאַרפֿסט."

פײגע-הינדע שטאַרקט זיך אַ ביסל, און לאָזט זיך אײַנרײדן. ער פֿירט זי אַרײַן צו זיך אין זײַן געצעלט.

די חבֿרטעס אירע שטײען אַרום פֿאַרן אַרײַנגאַנג פֿונעם געצעלט, סײַ נײַגעריק, סײַ אַ ביסל פֿאַרזאָרגט, זעענדיק װי פײגע-הינדע גײט אַרײַן אין געצעלט מיטן פּאַסטעך מיט שרעק אין די אױגן. אין קורצע פֿינף מינוט אַרום, קומען זײ אַרױס, שױן ניט אין די שײנע חתונה קלײדער, נאָר אין גאָר אַנדערע, פּשוטערע קלײדער. דערצו, באַװײַזט זיך דער פּאַסטעך מיט אַ צעבײַלט פּנים און זײַן לינקער אָרעם איז צעבלוטיקט און פּראָסט פאַרבאַנדאַזשירט מיט צעריסענער שטאָף.

פײגע-הינדען איז אױך ניט אין קײן בעסערן מצבֿ. זי קומט אַרױס מיט אַ צעריסענעם העמד (װאָס מיט דעם האָט זי װײַזט אױס דעם פּאַסטעך פאַרבאַנדאַזשירט דעם אָרעם), און מיט צעשױבערטע האָר, און אַ לאַנגער שניט מיט קױם פֿאַרטריקנטער בלוט אױף איר שײנעם יונגן פּנים.

אין דער הינטערגרונט הוליעט מען און מען טאַנצט, אָבער די עטלעכע חבֿרטעס װאָס װאַרטן אָפּ פײגע-הינדען מיטן פּאַסטעך גיבן אַלע אַרױס אַ געשרײ פֿון זאָרג און דערשטױנונג:

– "אױ! װאָס איז געשען מיט אײַך בײדן?" שרײַט אַרױס זיסע װײַנבערג [#26], "עס גײט בײַ אײַך בלוט. גיך! מע דאַרף זײ העלפֿן. איך ברענג װאַסער, פֿרישע באַנדאַזשן..." דערשרעקט זי זיך, און לױפֿט אָפּ צו זוכן די מעדיצינישע ערשטע-הילף קעסטל װאָס דער פּאַסטעך האָט זי מיט אַ פּאָר טעג פֿריִער באַװיזן – פּונקט פֿאַר אַזעלכע נױט-פֿאַלן.

– "װאָס איז געשען? װאָס האָט מען געטאָן צו אײַך? װער האָט עס געטאָן?" רופֿט אױס מלכּה געגערמאַן [#8].

עמעצער פֿאַרלעשט די מוזיק. די אַנדערע מײדן הערן באַלד אױף צו טאַנצן און קומען אַלע צו לױפֿן.

דער פּאַסטעך באַרואיקט זײ, און קלערט פֿאַר זײ אױף:

– "אַ חוץ פֿאַר פײגע-הינדעס קלײן װאונד אױף איר באַק – און איך האָף אַז ס'װעט זיך אױסהײלן אָן קײן איבערגעבליבענע סימנים – זעט די זאַך אױס ערגער װי זי איז... די זאַך איז אַ פּשוטע, און פײגע-הינדע װעט עס אײַך מסתּמא דערצײלן, אױב זי װיל, און װען זי װעט זײַן גרײט דעראױף..."

– "אָבער װאָס איז געשען? װאו זײַט איר געװען?" פֿרעגט װײַטער מלכּה.

דער פּאַסטעך ענטפֿערט מיסטעריעז: "אַלץ װאָס איך מעג זאָגן איז, אַז כאָטש דאָס איז ניט די פּאַסיקסטע אָרט צו זײַן אױף אַ האָניק-רײַזע, זײַנען מיר געװען... אױף אַ לװיה... און װײַטער קען פײגע-הינדע אײַך אױפֿקלערן װאָס איז פֿאָרגעקומען."

אַלע קוקן אױף פײגע-הינדען. זי שװײַגט אָבער, און װיל גאָרניט זאָגן. זיסע נעמט דערװײַלע און רײניקט איר דעם װאונד אױפֿן פּנים, שמירט איר אַרױף אַ מעדיצין, און באַנדאַזשירט איר באַק, פֿרעגנדיק זי: "איז עס געװען װערט, דעם װאונד אױף דײַן שײנעם פּנים?"

– "יאָ." ענטפֿערט זי.

דערװײַלע שאַרט זיך צו חנה נױמאַן [#1] צום פּאַסטעכס געצעלט, כאַפּט אַ גיכן קוק אַרײַן, און דרײט זיך אױס צו אַלעמען:

– "זי האָט אפילו גאָרניט צוריקגעבראַכט, װי די אַנדערע..."

– "ניט אמת." ענטפֿערט איר פײגע-הינדע. "דרײַ זאַכן האָבן איך צוריקגעבראַכט: מײַן פֿרײַהײט, מײַן שטאָלץ, און מײַן רו... קומט, לאָמיר גײן טאַנצן... מאָרגן װעל איך אײַך אַלץ דערצײלן..." און זי שלעפּט מיט אירע חבֿרטעס צום טאַנץ אָרט, ניט געקוקט װאָס זי איז אינגאַנצן צעשױבערט און אָנגעטאָן אין פּראָסטע און טײלװײַז צעריסענע קלײדער.

עטלעכע פֿון די װאָס האָבן שױן ביז אַהער אַדורכגעמאַכט די האָניק-רײַזע, רעדן זיך דערװײַלע צונױף און העלפֿן חנה דיכטער [#7] און צילע גאָלדין [#9] אָפּצוטראָגן זײערע װאַליזעס און פּעק װאָס זײַנען געלעגן אין דער זײַט, צו זײער רױטער געצעלט.

דערװײַלע צינדט מען װידער אָן די מוזיק, און דאָס טאַנצן און פֿרײען זיך גײט אָן װי פֿריִער.

===========

10.5.8 מאַשע לעווין (11#)

– "קום, מאַשע," רופֿט זיך אָפּ דער פּאַסטעך צו מאַשע לעװין [#11]. "עס איז דײַן רײ. זײַ מיר מוחל די צעריסענע קלײדער, אָבער איך װיל דיר ניט אַנטױשן, און מיר מוזן אָנגײן מיט אונדזער פּראָגראַם. איך פֿיר דיר איצט צו באַזוכן דײַן װאונטש-אָרט, – צו שפּאַניע. מירן אָנהײבן אין באַרצעלאָנאַ. דאָרט װעל איך אײַנשאַפֿן נײַע פֿרישע קלײדער. דו װעסט מיר אָבער דאַרפֿן אַ ביסל אַרױסהעלפֿן, צוליב מײַן צעקלאַפּטער אָרעם."

זײ גײען בײדע אַרײַן אין דעם פּאַסטעכס געצעלט, פֿאַרװײַלן צוזאַמען, און פּונקט װי מיט די פֿריִערדיקע כּלות, קומט מאַשע צוריק מיט פֿאַרשײדענע װאַליזעס און קאַסטנס אָנגעשטאָפּט מיט פֿרישע נײַע בגדים און שיך, און נאָך פּיטשעװקעס און גוטע זאַכן.

– "נו, װי איז געװען?" פֿרעגן זי צוזאַמען, װי אין אײן אָטעם, אירע נאָענטע חבֿרטעס אײדל יאַקאָבזאָן [#13] און חנה אַלטמאַן [#14].

– "ניט געפֿערלעך..." ענטפֿערט זײ מאַשע, "ניט געפֿערלעך... אָבער העלפֿט מיר שױן מיט מײַנע זאַכן, איך װיל נאָך אַרײַנכאַפּן אַ ביסל טאַנצן. אױף מײַן ערשטער חתונה האָב איך גאָר װײניק חשק געהאַט. איצט גלוסט מיר אַ ביסל אונטערצוטאַנצן... נו שלעפּט שױן... גיכער..."

און די דרײַ מײדן לאָזן זיך גײן מיט די פּעק און װאַליזעס אין דער ריכטונג פֿון מאַשעס רױטער געצעלט.

===========

10.5.9 חנה לעווינסאָן (12#)

לױטן סדר, נאָכן צוריקקערן זיך פֿון שפּאַניע מיט מאַשע לעװין [#11], זוכט דער פּאַסטעך אָפּ חנה לעװינסאָן [#12]. װיסנדיק אַז דער פּאַסטעך איז ערשט געװען פאַרװאונדעט (מיט 5 מינוט צוריק – און פֿאַרגעסנדיק אַז פֿאַקטיש גיט ער אָפּ יעדע מײדל 5 גאַנצע טעג) פֿרעגט זי אים צװישן נערװעזע ספּאַזמען פֿון כיכען און לאַכן און כּמעט שטיקן זיך בײַם אײַנאָטעמען:

– "ביסטו ... זיכער אַז דו ביסט...כיכי-כיכי... בכּוח?" און זי כיכעט װײַטער.... "ביסט דאָך צוריקגעקומען... מיט אַ פּאָר מינוט צוריק מיט פײגע-הינדען .... אַ פאַרװאונדעטער." און זי כיכעט װײַטער.... "האָסט דאָך מסתּמא... פֿאַרלױרן אַ סך בלוט?..." און זי כיכעט װײַטער... "און דערנאָך ביסטו דאָך אַװעק מיט מאַשען פֿאַרװײַלן... און איך װײס װאָס פֿאַראַ שװער מענטש זי איז..."

– "בײַ מיר איז אַלץ אין אָרדענונג. נאַ, זעסט," און ער גײט צו, כאַפּט איר אַרום דעם דאַרן אָבער הױכן גוף, און גיט זי אַ הײב אױף, און מיט איר אין די אָרעמס, גיט זיך אַ דרײ אַרום. "מײַן װאונד איז כּמעט אינגאַנצן פֿאַרהײלט."

ער לאָזט זי אַראָפּ אױף דר'ערד און זײ גײען צוזאַמען צו צום געצעלט, און אַרײַן.

װען זײ קומען צוריק אין די באַשטימטע 5 מינוט איז חנה שײן באַפּוצט און פֿײַן אָנגעטאָן.

– "אױ, ס'איז געװען אַזױ גוט. אַלע זײַנען דאָרט געװען הױכע – װי איך, און אַפֿילו העכער גאָר,..." דערצײלט זי אירע אָפּװאַרטנדיקע חבֿרטעס.

– "אַלע? און העכער נאָך פֿאַר דיר?"

– "װי קען דאָס זײַן? וואו זײַט איר געווען?" פֿרעגן די חבֿרטעס.

– "טאַקע העכער. נו גוט. ניט אַלע, אָבער די מערסטע. איך האָב זיך געפֿילט װי אין דער הײם מיט מײַנע הױכע ברידער. נאָר איך האָב מורא, אַז דער פּאַסטעך האָט זיך געפֿילט אַ ביסל אומבאַקװעם. סײַ ער איז דאָרט געװען צװישן די נידעריקסטע (ער איז דאָך נידעריקער פֿאַר מיר) – און סײַ אַלע זײַנען דאָרט געװען בלאָנדע, בלױ-אױגיקע... ער האָט זיך אָבער געפֿירט װי דער פּערפֿעקטער דזשענטעלמאַן... נו קומט העלפֿט מיר מיט די זאַכן, און איך װעל אײַך אַלצדינג דערצײלן..."

  *************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 10.4 שֹמחה

10.5.4-10.5.1 די מיידלעך #3-#6 פון דער גרינער הויז

פאָרויס צו:

10.5.15-10.5.10 די מיידלעך #13-#18 פון דער בלאָער הויז

10.5.20-10.5.16 די מיידלעך #19-#24 פון דער געלער הויז

10.5.25-10.5.21 די מיידלעך #25-#29 פון דער ברוינער הויז

10.5.26 די איבעריקע מיידלעך #1, #2, #8, #21

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 10

 = = = = = = = = = = = =  = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל