====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 10

10.5 אַרום דער וועלט אין 130 מינוט מיט 25 כּלהס און 2 מיידן

(10.5.4-10.5.1 די מיידלעך #3-#6 פון דער גרינער הויז)

צוריק צו: 10.4 שֹמחה

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 10

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "עפנט דעם טויער"

********

עס ווערן דאָ באַשריבן די פּאַסירונגען בעת די טענץ און דעם התבודדות מיטן פּאַסטעך פאַר די מיידן פון דער גרינער הויז: גיטל גערשנזאָן [#3]שׂרה ברײטמאַן [#4]וועראָניקאַ דעל-מאָנטע [#5], און לוטשיאַנאַ דעל-מאָנטע [#6]

============

10.5.1 גיטל גערשנזאָן (3#)

צוערשט פֿירט דער פּאַסטעך גיטלען אַרײַן צו זיך אין געצעלט, און לאָזט אַראָפּ דעם פֿאָרהאַנג איבערן אַרײַנגאַנג. די מוזיק שפּילט דורך די הילכערס און די מערסטע מײדלעך נעמען זיך אַרום אין אַ קרײַז און הײבן אָן טאַנצן. עטלעכע פֿון גיטלס נענטערע חבֿרטעס װאַרטן איר אָפּ בײַם אַרײַנגאַנג צום פּאַסטעכס געצעלט.

אין אַ קורצע פֿינף מינוט שפּעטער, עפֿנט זיך די אַרײַנגאַנג צום פּאַסטעכס געצעלט, און עס קומען אַרױס חתן-כּלה. דער חתן, אָנגעטאָן אין זײַן רעקל, אבער מיט אַ נײַער העמד און קראַװאַט, און די כּלה ... די חבֿרטעס שטײען אינגאַנצן דערשטױנט צו זען פֿאַר זײ אַ נײַ מענטש – אַ ריז װי שטענדיק, אָבער גאָר פֿאַרשענערט, מיט אַ נײַעם פֿריזור, און געפֿאַרבטע-אױף-בלאָנד האָר. און די קלײדער װאָס זי טראָגט, פֿון די שענסטע און טײַערסטע מאַטעריאַלן. אַרום דער האַלדז אַ פֿוטערן שאַליק. אױף די דיקע פֿיס, ספּעציעל צוגעפּאַסטע פֿאַר איר שײנע שיך מיט הױכע קנאַפֿל... די חבֿרטעס דערקענען זי קױם, און װײסן ניט װאָס צו זאָגן.

– "קומט העלפֿט מיר," זאָגט גיטל און דרײט זיך אױס צוריק צום אַרײַנגאַנג פֿונעם געצעלט. זי הײבט אױף די פֿאָרהאַנג, און מע זעט אַז דאָרט שטײען װאַליזעס און קאַסטנס. "קומט העלפֿט מיר דאָס אַרײַנשלעפּן צו זיך אין מײַן גרינער געצעלט..."

דערװײַלע קומען אָן צו לױפֿן נאָך מײדלעך, אָבער אַלע שטײען מיט די מײַלער אָפֿן, און קענען ניט פֿאַרשטײן װי אַזױ די "נאָרמאַלע" און ניט ספּעציעל שײנע (מישטײנס געזאָגט) גיטל איז אַרײַן אין געצעלט מיטן פּאַסטעך, און אין װײניקער פֿון 5 מינוט קומט אַרױס אַ ריז אַ קראַסאַװיצע, – אָדער כאָטש אַן אַנדער מענטש, אָנגעטאָן װי אַ מלכּה...

חנה נױמאַן [#1], די ייִנגסטע, שעמט זיך גאָרניט, גײט צו צו גיטלען, און שטרעקט אַרױף איר דאַר הענטל און גלעט גיטלען דעם פּנים.

– "דײַן פּנים איז אינגאַנצן גלאַט... ניט װי פֿריער ..."

אַנדערע מײדן קומען אױך צו, באַטאַפּן גיטלען, און באַקוקן זי װי עפּעס אַ בײז-װאונדער.

– "װי אַזױ? װי קען דאָס זײַן? ביסט גאָר אַ נײַ מענטש געװאָרן. בעסער. שענער װי געװען – און אַלץ אין פֿינף מינוט..."

– "פֿינף מינוט?" רופֿט אױס גיטל און צעלאַכט זיך הױך אױפֿן קול, מיט איר באַקאַנטער טיפֿער און שװערער מענערשער שטים.

– "און טאַקע... דײַן פּנים..." לײגט שׂרה ברײטמאַן [#4] איר האַנט אויף גיטלס ליפּן, און טאַפּט דאָרט אָן. דערנאָך פֿילט זי גאָר אירע אײגענע ליפּן..."װאו איז די האָר װאָס איז דאָרט געװען...?"

– "פֿינף מינוט?" זאָגט גיטל װידער, דרײט זיך אױס צום פּאַסטעך, און גיט אים אַ גוטמוטיקן אָבער פֿעסטן זעץ אין די פּלײצעס, און זאָגט מיט אַ געלעכטער: "ניט 5 מינוט, נאָר גאַנצע 5 טעג!"

און דעמאָלט, פֿאַרשטײען אַלע, אַז דער פּאַסטעך, אױף זײַן משונהדיקן, אייגנאַרטיקן אופֿן, האָט גענומען גיטלען אױף אַ האָניק רײַזע װאָס האָט געדױערט 5 טעג, אין דער צײַט װען בײַ זײ איז אַדורך ניט מער װי 5 מינוט.

============

10.5.2 שרה ברייטמאַן (4#)

גיטל גײט צו צו שׂרה ברײטמאַן [#4] און שושקעט איר עפּעס אין אױער אַרײַן. שׂרה װערט אינגאַנצן רױט. גיטל לאָזט איר אָפּ, און צוזאַמען מיט נאָך עטלעכע חבֿרטעס, הײבן זײ אָן שלעפּן קאַסטנס מיט קלײדער און נאָך זאַכן צו גיטלען אין געצעלט אַרײַן.

– "שׂרה, װאָס האָט זי דיר אַרײַנגעשושקעט אין אױער?" פֿרעגט חנה אַלטמאַן [#14] מיט נײַגער.

– "זי האָט געזאָגט, אַז ס'איז פֿאַראַן אַ נײַע טעכניק – װאָס זי רעקאָמענדירט עס פֿאַר מיר אױך, – מיט עפּעס ספּעציעלע ליכט, װאו מע קען אָפּברענען האָר אױפֿן פּנים און נאָך ערטער אױפֿן גוף... און דערפֿאַר זעט זי אױס שענער, און פֿילט זיך אױך בעסער."

– "אָבער װאָס אַזױנס האָט זי דיר געזאָגט, אַז זי האָט דיר געמאַכט פֿאַררױטלען זיך?"

– "זי האָט געזאָגט, אַז ניט נאָר אין פּנים און אונטער די אָרעמס האָט מען זי אַראָפּגענומען די האָר..."

– "טאָ װאו נאָך?" פֿרעגט חנה מיט נײַגער.

– "דו װילסט ניט װיסן..." זאָגט שׂרה ערנסט, אין אַ סאָרט באַס-קול, אָבער שטילערהײט.

– "אָבער איך װיל טאַקע יאָ װיסן..."

– "...נײן,.. איך מײן אַז דו װילסט טאַקע ניט װיסן...אָבער קום צו נאָענט, װעל איך דיר פֿונדעסטװעגן אױסזאָגן..."

און שׂרה זאָגט חנהן אױס, שטיל, אין אױער... און חנהס בײדע אױגן עפֿענען זיך גאָר ברײט, זי פֿאַררױטלט זיך באַלד אױך, און גלײַכצײַטיק גיט זי אַרױס אַ הױכן געשרײ פֿון געלעכטער...

דערװײַלע, דערנעענטערט זיך דער פּאַסטעך צו שׂרהן, װאָס זי איז די צװײטע װאָס דאַרף מיט אים זײַן. זי זעט אים, אַנטשולדיקט זיך פֿאַר חנהן, פֿאַרלאָזט זי באַלד, און לױפֿט צו – אױף װיפֿל עס לאָזט זיך מיט דער שװערער, ברײטער און אומגעלומפּערטער אָבער שײנער חתונה קלײד.

דער פּאַסטעך גײט מיט שׂרהן אַרײַן צו זיך אין געצעלט. עס גײען ניט אַדורך קײן 5 מינוט, און פּונקט װי מיט גיטלען, קומט שׂרה באַלד אַרױס, אָנגעטאָן אַנדערש, פֿריש, געמונטערט, און צופֿרידן.

דאָרט װאו גיטל איז געװען אָנגעטאָן אַריסטאָקראַטיש, מיט טײַערע קלײדער און צירונג, איז שׂרה גאָר אַנדערש געקלײדט און באַפּוצט. קודם כּל, איז איר העלער הױט איצט אָפּגעברענט ברױנלעך װי פֿון דער זון. װײַטער, טראָגט זי אין שײנעם קאָנטראַסט צו איר פֿאַרטונקלטער הױט, אַ שטאַרק װײַסע און אָפֿענע בלוזקע און אַרום קאָפּ און האַלדז און לענדן, קאָלירפֿולע זאַשקעס און שאַליקלעך פֿון שטאָף – אַזעלכע װי מע געפֿינט בײַ אַפֿריקאַנער פֿרױען, צי גאָר אין די קאַריבײער אינדזלען. די פֿיס, באָרװעס, און אַרום אײן פֿיסל: אַ בענדל פֿון ים-מולטערלעך.

הינטער איר, בײַם אַרײַנגאַנג צום פּאַסטעכס געצעלט, שטײען װידער אױסגעשטעלטע קאַסטנס און װאַליזעס מיט זאַכן, און די חבֿרטעס קומען איר באַגריסן און העלפֿן אַריבערטראָגן די זאַכן צו שׂרהן אינעם גרינעם געצעלט.

============

10.5.3 וועראָניקאַ דעל-מאָנטע (5#)

די קומענדיקע צו װערן אײַנגעלאַדן צום פּאַסטעך אין געצעלט איז די שײנע איטאַליענישע ברױן-האָריקע וועראָניקאַ דעל-מאָנטע [#5]. דער פּאַסטעך זוכט זי אָפּ צװישן די טאַנצנדיקע מײדן, נעמט זי אײדל אַרום, און פֿירט זי צו צו איר קוזינע לוטשיאַנאַ דעל-מאָנטע [#6]. ער זאָגט זײ בײדע אױף איטאַליעניש, אַז ער װעט וועראָניקאַן האַלטן טײַערער פֿון אַלץ. אַז לוטשיאַנאַ זאָל ניט דאגהן, און אַז זי (וועראָניקאַ) זאָל זיך אױך ניט זאָרגן.

לוטשיאַנאַ באַגלײט זײ צום געצעלט, און מיט טרערן אין די אױגן צעקושט זי זיך מיט איר ייִנגערער קוזינע, װי זי װאָלט דאָ אַװעקגעגעבן אַן אײגענער טאָכטער... אָדער װי זי װאָלט זיך אױף אײביק, אָדער כאָטש אױף אַ לענגערער צײַט, זיך געזעגנט מיט אַ שװעסטער אָדער בעסטער פֿרײַנט.

וועראָניקאַ איז זײער נערװעז. סײַ װײַל זי איז גאָר יונג – אײנע פֿון די פֿינף 17 יעריקע װאָס האָבן הײַנט חתונה, און סײַ װײַל די גאַנצע װאָך צײַט װאָס זי געפֿינט זיך אין פּאַנגײע (בראשית), איז זי געװען װי צוגעקלעפּט און אָפּהענגיק אין איר עלטערער קוזינע. זי האָט מורא, – ניט געקוקט אױף דעם װאָס לוטשיאַנאַ האָט איר אַלץ גוט און קלאָר אױפֿגעקלערט װאָס זי דאַרף װיסן און װאָס זי דאַרף טאָן בנוגע חתן און כּלה, מאַן און פֿרױ.

– "סאַראַ טוטאָ בענע – נאָן טי פּראָאָקופּאַרטי" (ס'װעט אַלץ זײַן גוט, זאָרג זיך ניט) – זאָגט זײ דער פּאַסטעך, און גײט מיט וועראָניקאַן אַרײַן אין געצעלט.

װען זײ באַװײַזן זיך װידער, – אין קורצע 5 מינוט שפּעטער, – דערקענט גלײַך לוטשיאַנאַ אַז כאָטש עס איז אַװעק אַ קלײן און יונג פלאַנצל, איז גאָר צוריקגעקומען אַ שטאָלצער און יונגער בױם. דאָס מײדל איז װי מיטאַמאָל אױפֿגעװאַקסן. דער פּאַסטעך גיט לוטשיאַנאַן אַ װאונק, אַזױ צו זאָגן "זעסט װאָס איך האָב געטאָן מיט דײַן קוזינע. װאַרט נאָר, װעסטו זען װאָס װעט זײַן מיט דיר".

לוטשיאַנאַ קען זיך ניט אײַנהאַלטן פֿון לאַכן און זיך פֿרײען, און נעמט ליבלעך אַרום איר ייִנגערער קוזינע. זי לאָזט איר באַלד אָפּ מיט אַ "פּיו-טאַרדי מי ראַקאָנטעריַי" (שפּעטער װעסטו מיר דערצײלן), כאַפּט דעם פּאַסטעך בײַ דער האַנט און שלעפּט אים גאָר אַרײַן צו זיך אין געצעלט. – עס איז דאָך איצט איר רײ, און זי האָט ניט קיין געדולד...  

============

10.5.4 לוטשיאַנאַ דעל-מאָנטע (6#)

לוטשיאַנאַ דעל-מאָנטע [#6] איז אַ לעבעדיקע פֿלאַם. אַ פֿרױ װאָס סע ברענט בײַ איר אינעװײניק אַ הײסער פֿײַער, און זי דאַרף אַז דער נײַער מאַן אירער, זאָל איר װאָס פֿריִער אױסלעשן דעם פֿײַער.

װען זײ באַװײַזן זיך װידער, נאָך קנאַפּע 5 מינוט, זעט מען װי מיד און אױסגעמוטשעט עס זעט אױס דער פּאַסטעך. די האָר איז בײַ אים צעשױבערט, און די קראַװאַט ליגט אים אױך ניט גלײַך. ער איז ניט אָפּגערעזירט, און אונטער די אױגן זעט מען פאַרמאַטערטקײט, פּונקט װי ער װאָלט װײניק געהאַט געשלאָפֿן.

לוטשיאַנאַ איז די ערשטע פֿון די מײדן מיט װאָס דער פּאַסטעך האָט ביז אַהער חתונה געהאַט, װאָס האָט שױן געהאַט פֿריִערדיקע דערפֿאַרונג מיט מענער – זי איז אַ געגטע פֿרױ – און זי איז צו דעם אַ הײס-בלוטיקע איטאַליענישע ייִדישע טאָכטער. אַ גאַנצע קאָכלעפֿל.

און טאַקע פּאַסט זיך גוט צו צו איר די באַשרײַבונג "קאָכלעפֿל", װײַל זי קומט צוריק, װײַזט אױס – לױט דעם װאָס איז אַרױפגעשטעמפּלט אױף די פּעק און קעסטלעך, – מיט געװירצן און מעל און אָליװן, בױמל און אױך אַ קעסטל אָנגעצײכנט מיט דער האַנט "קאָך-ביכער". פֿון די אַנדערע פּעק און קאַסטנס, דערהערט מען קלאַנגען פֿון טעפּ און אַנדערע מעטאַלענע כּלים.

  *************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 10.4 שֹמחה

פאָרויס צו:

10.5.9-10.5.5 די מיידלעך #7-#12 פון דער רויטער הויז

10.5.15-10.5.10 די מיידלעך #13-#18 פון דער בלאָער הויז

10.5.20-10.5.16 די מיידלעך #19-#24 פון דער געלער הויז

10.5.25-10.5.21 די מיידלעך #25-#29 פון דער ברוינער הויז

10.5.26 די איבעריקע מיידלעך #1, #2, #8, #21

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 10

 = = = = = = = = = = = =  = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל