====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 10

10.5 אַרום דער וועלט אין 130 מינוט מיט 25 כּלהס און 2 מיידן

(10.5.20-10.5.16 די מיידלעך #19-#24 פון דער געלער הויז)

צוריק צו: 10.4 שֹמחה

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 10

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "עפנט דעם טויער"

********

עס ווערן דאָ באַשריבן די פּאַסירונגען בעת די טענץ און דעם התבודדות מיטן פּאַסטעך פאַר די מיידן פון דער געלער הויזלאה יודלמאַן [#19]נחמה ראָזענצװײַג [#20]רײזל טשאַרנעס [#22]בלומקע זיסמאַן [#23], און חנה זאַנד [#24].

==============

10.5.16 לאה יודלמאַן (19#)

– "קום, לאה," גײט דער פּאַסטעך צו צו דער אַנדערער צװילינג, לאה יודלמאַן [#19]. "קום. עס איז דאָך איצט דײַן רײ," און ער נעמט איר בײַ דער האַנט און שלעפּט איר שיִער ניט, אַרײַן צו זיך אין געצעלט.

די צװילינג שװעסטערס האָבן אַפֿילו ניט די מעגלעכקײט אַרױסצורײדן צװײ װערטער אײנע מיט דער אַנדערער.

װי נאָר זײ קומען צוריק, לױפֿט רבֿקה צו צו איר שװעסטער לאה, און זײ נעמען זיך װאַרעם אַרום און צעקושן זיך, מיט טרערן אין די אױגן.

– "ס'איז דיר געװען גוט? װאו ביסטו געװען? װאָס האָסטו געטאָן?" און זײ הײבן אָן דערצײלן אײנע דער אַנדערער װאו, װאָס, און װען.

װײַזט זיך אַרױס, אַז דער פּאַסטעך האָט לאהן געפֿירט פּונקט אין די זעלבע ערטער װי איר שװעסטער – ער האָט געװאָלט זען װי זײ פֿירן זיך אױף און רעאַגירן ענלעך, צי גאָר אַנדערש, אין ענלעכע אומשטענדן און סטימול... אַפֿילו די פּעק, אַ חוץ װאָס זײ זײַנען אַנדערש נומערירט, זעען זײ אױס פּונקט ענלעך – פּונקט װי צװילינגס.

==============

10.5.17 נחמה ראָזענצווײַג (20#)

ס'איז איצט נחמה ראָזענצװײַגס [#20] רײ, און זי באַגלײט דעם פּאַסטעך צו זײַן געצעלט. נאָר אײדער זײ גײען אַרײַן, האַלט זי אים אָפּ בײַם אַרײַנגאַנג צום געצעלט.

– "װאַרט אַ מינוט. איך האָב װאָס צו זאָגן..."

זי דרײט זיך אױס אױף צוריק, און קוקט אױף אירע חבֿרטעס װאָס זײַנען געקומען זי באַגלײטן. זי זאָגט צו זײ אַזױ:

– "איך האָב אײגנטלעך ניט װאָס צו טאָן דאָרט – אין דער אַלטער װעלט (אַזױ צו זאָגן). איר האָט דאָך אַלע געהערט װאָס איך בין אַדורך אין מײַן קורצן לעבן. עס איז געװען דאָרט פֿאַר מיר אַ מין גיהנום. איך האָב דאָרט ספּעציעל ניט װאָס צו זוכן. עס איז דאָרט אַ מאַנס װעלט. מײַן אָרט איז דאָ, מיט אײַך. איך װיל אַז איר זאָלט דאָס אַלע פֿאַרשטײן."

– "דער פּאַסטעך האָט מיר אָבער אײַנגערעדט יאָ מיטצוגײן מיט אים – צוריק – אַהין. איך האָב ניט געװאָלט, װײַל איך האָב זיך שױן געהאַט אָפּגעזאָגט פֿון דאָרט װידער אַריבערצוטרעטן. האָב איך דעריבער אָפּגערעדט מיטן פּאַסטעך – נעכטן אין אָװנט, װען מיר האָבן זיך געטראָפֿן אונטער פֿיר אױגן – אַז איך גײ מיט אים ניט אַזױ צו פֿאַרװײַלן, כאָטש עס קומט מיר אױך דאָס, מײן איך... נאָר צו זען און הערן און טאָן געװיסע זאַכן, און צוריקברענגען געװיסע זאַכן..., נו, איך װעל אײַך אַלץ דערצײלן װען איך קום צוריק..."

נאָר אײדער זי קען אַרײַנגײן מיטן פּאַסטעך, רופֿט זיך אָפּ חנה אַלטמאַן [#14].

– "װאַרט, נחמה!" און זי לױפֿט צו, נעמט איר אַרום, און צעקושט זיך מיט איר. "מיר גלײבן אין דיר – טו װאָס דו דאַרפֿסט, טו װי דו מײנסט. מיר װאַרטן דאָ אױף דײַן גיכער צוריקקום."

בײדע זי און נחמה, און נאָך עטלעכע אַרום, װישן אָפּ די טרערן פֿון די אױגן.

װען נחמה קומט צוריק, װערט זי אױפֿגענומען מיט גרױס פֿרײד ניט נאָר פֿון אירע נאָענטע חבֿרטעס, נאָר אױך פֿון אַ סך אַנדערע מײדן װאָס זײַנען ספּעציעל געקומען איר מקבל פּנים זײַן.

נחמה שטײט בײַם אַרײַנגאַנג פֿונעם געצעלט, מיט טרערן אין די אױגן, װען זי זעט װיפֿל מײדן האָבן זיך אָנגעזאַמלט זי אָפּצואװאַרטן. אין האַנט האַלט זי בלױז אײן קלײנע װאַליזקע פֿון קלײדונג װאָס זי האָט צוריקגעבראַכט פֿון איר האָניק רײַזע.

– "דאָס איז אַלץ װאָס דו האָסט צוריקגעבראַכט?" פֿרעגט זי מינדל אײדלשטײן [#2]. "װען איך װאָלט געקענט גײן װאָלט איך צוריקגעקומען מיט כאָטש 20 װאַליזעס פֿול מיט קלײדער," לאַכט זי, און עטלעכע מײדן לאַכן איר נאָך.

– "איך האָב געבעטן דעם פּאַסטעך, אַז ער זאָל ליבער אױסנוצן די האָניק-רײַזע מתּנה-געלט צו שטיצן די אינסטיטוציעס װאָס דער פּאַסטעך האָט מיר געפֿירט זען, װאָס העלפֿן פֿרױען װאָס... װערן גערודפֿט, און עקספּלואַטירט – װי איך בין געװען."

– "איך האָב צוריקגעבראַכט צװײ זאַכן," זאָגט זי, און נעמט עפּעס אַרױס פֿון אַ קעשענע פֿון דער װאַליזע. "אַ מתּנה פֿאַר חנהן, װײַל זי האָט געגלײבט אין מיר. נאַ דיר, חנה," און זי גײט צו צו חנה אַלטמאַן [#14] און זײ נעמען זיך װידער אַרום.

– "און װאָס איז די צװײטע זאַך?" פֿרעגט מינדל, נײַגעריק.

– "מײַן כּבֿוד... אָבער קומט, איך װיל אַרײַנכאַפּן נאָך אַ טאַנץ, װײַל איך דאַרף צוריקגײן דערגאַנצן מײַנע דרײַ שעה װאַך מיט רבֿקהן (רבֿקה יודלמאַן [#18]), און איך האָב געבעטן איר שװעסטער לאה (לאה יודלמאַן [#19]) זי זאָל מיר אױף אַ פּאָר מינוט פֿאַרטרעטן. אױב איר װילט, קענט איר נאָך דעם קומען צו מיר, װעל איך אײַך אַלצדינג דערצײלן."

און זי לױפֿט אָפּ צוזאַמען מיט אַ גרױסער טײל פֿון די מײדן, צוריק צום טאַנץ-אָרט.

==============

10.5.18 רייזל טשאַרנעס (22#)

היות װי זי איז שװאַנגער, קען ליבע סאָבאָל [#21] ניט מיטגײן מיטן פּאַסטעך אױף איר האָניק-רײַזע מיט אים. זי װעט עס טאָן נאָכן קינדלען. "בײַ דער ערשטער געלעגנהײט," – האָט דער פּאַסטעך איר צוגעזאָגט. גײט זי דעריבער אױך מיט נחמהן צום טאַנץ אָרט.

בלײַבט רײזל טשאַרנעס [#22] מיטן פּאַסטעך. זײ גײען אַרײַן אױף די באַשטימטע 5 מינוט – װאָס געדויערט באמת 5 טעג, – און קומט באַלד צוריק מיט אַ צאָל קאַסטנס ביכער און אַ פּאָר װאַליזעס.

– "כ'האָב שטאַרק הנאָה געהאַט, פּאַסטעך. אַ דאַנק. ס'האָט מיר געעפֿנט די אױגן. פֿאַראַן אַזױ פֿיל לו לערנען. אַזױ פֿיל צו טאָן..." און מיט דעם, לױפֿט זי אָפּ מיט די װאַליזעס אין דער ריכטונג פֿון איר געלער געצעלט, לאָזט זײ דאָרט איבער, און קומט גלײַך צו לױפֿן צוריק כּדי אַריבערצופֿירן די קאַסטנס ביכער. זי בעט אַפֿילו בײַ קײנעם ניט קײן הילף, נאָר איז צופֿרידן דאָס אַלײן צו טאָן – פֿאַר זיך.

בײַם צװײטן קעסטל, שטעלט איר אָפּ איר גוטע חבֿרטע בלומקע זיסמאַן [#23] װאָס װאַרט אױף איר רײ (װאָס דאַרף איצט פֿאָרקומען), צו גײן מיטן פּאַסטעך אױף איר האָניק-רײַזע.

– "רײזל, װאו זײַנען דײַנע ברילן? האָסטו זײ פֿאַרלױרן?" פֿרעגט זי.

– "נײן," ענטפֿערט זי בלומקען. "ניט פֿאַרלױרן, – נאָר גאָר געביטן אױף עפּעס נײַ: קאָנטאַקט לענטעס רופֿט מען זײ... אָבער דו דאַרפֿסט דאָך גײן איצט מיטן פּאַסטעך. איך װעל דיר שפּעטער װײַזן," און זי לאָזט אַראָפּ דעם קעסטל און צעקושט זיך מיט בלומקען. "פֿאַרברענג גוט."

זי הײבט װידער אױף דעם קעסטל און לױפֿט װידער אָפּ אַ צופֿרידענע מיט אירע אוצרות צום געלן געצעלט.

==============

10.5.19 בלומקע זיסמאַן (23#)

בלומקע זיסמאַן [#23] קװענקלט װעגן גײן מיטן פּאַסטעך.

– "װאָס דאַרף איך אַ האָניק רײַזע? װאָס װעל איך טאָן אױף אַ האָניק רײַזע? קלײדער ספּעציעלע דאַרף איך ניט. דאָס װאָס איך האָב, אָדער װאָס איך קען אַלײן צונײען איז מיר גענוג. און ביכער, – װי רײזל (רײזל טשאַרנעס [#22]) האָט צוריקגעבראַכט – װער דאַרף עס? פֿאַר מיר איז אַפֿילו אײן בוך צופֿיל..."

– "קום," זאָגט צו איר דער פּאַסטעך. "קום. איך זאָג דיר צו, אַז עס װעט דיר גאָרניט פֿאַרדריסן..." און זײ גײען צוזאַמען אַרײַן אינעם געצעלט.

װען זי באַװײַזט זיך װידער, האַלט בלומקע אין האַנט אַ מאָדנע װאַליזע פֿון מעטאַל. אײדער דער פּאַסטעך באַװײַזט זיך פֿון אינעװײניק, הערט זיך אַ שטאַרקע קװאַקען און פֿון געצעלט לױפֿט, שפּרינגענדיק אַרױס אַ גאַנדז. פֿעדער פֿליִען אין איר גאַנג...

– "אױ װײ," שרײַט אַרױס דער פּאַסטעך, באַװײַזנדיק זיך מיט אַ שטײַג מיט אַן אָפֿענעם טירל אין אײן האַנט, און אַ צװײטע שטײַג מיט עטלעכע הינער אינעװײניק, אין דער אַנדער האַנט. "אַנטשולדיק, בלומקע, דאָס טירל האָט זיך פּלוצעם צעעפֿנט, און זי איז אַרױסגעשפּרונגען. װעסט זי דאַרפֿן גײן כאַפּן..."

– "נישקשה, איך דאַרף איר גאָרניט נאָכיאָגן. װאו האָט זי דען צו גײן? אַז זי װעט הונגעריק װערן, װעט זי אונדז אַלײן שױן אָפּזוכן," טרײסט זיך בלומקע. "און װאָס װעט זײַן מיט די קי און ציגן און שעפּס װאָס דו האָסט מיר צוגעזאָגט? װען װעסטו זײ קענען אַהער ברענגען?"

– "דאָס װעט נאָך געדױערן אַ װײַלע. איך װעל זײ דאַרפֿן צוגרײטן מיט אײַנשפּריצונגען קעגן געװיסע קראַנקײטן און װעל פֿריִער פּרובירן זײ פֿירן אין פֿאַרשײדענע אַנדערע תּקופֿות, כּדי צו זען װי אַזױ זײ רעאַגירן צו ...שפּאַנען איבער צײַט און אָרט."

– "אױ," רופֿט אַרױס חנה שעכטערמאַן [#25] װאָס שטײט דאָרט דערבײַ, װײַל עס איז באַלד איר רײ, נאָך חנה זאַנד [#24]. "דאָס איז אַזאַ װאונדערלעכע געדאַנק. פֿאַרװאָס האָב איך פֿריִער ניט געטראַכט פֿון דעם...? איצט װײס איך װאָס איך װעל צוריקברענגען פֿון דער האָניק-רײַזע..."

נאָר אײדער בלומקע קען אױספֿאָרשן די מיסטעריע, הערט זיך אַ געשרײ פֿון צװישן די טאַנצנדיקע מײדן: "אױ װײ – אַן אָדלער... העלפֿט אונדז..."

זי גיט איר מאָדנע װאַליזע צו חנה שעכטערמאַן [#25].

– "היט דאָס אָפּ, און זײַ פֿאָרזיכטיק. זע עס זאָל ניט װערן צעקלאַפּט. דאָ ליגן קאַטשקע און הינער אײער..." און זי לױפֿט אָפּ אין דער ריכטונג פֿון די געשרײען, "ראַטעװען" די טענצערינס פֿון דעם "שרעקלעכן אָדלער".

==============

10.5.20 חנה זאַנד (24#)

– "ביסטו זיכער?" װענדט זיך חנה זאַנד [#24] (די געװעזענע פֿרױ, חנה שטערן) צום פּאַסטעך. "פּונקט װי דו האָסט מיר צוגעזאָגט? ניטאָ קײן סכּנה, חלילה?"

– "יע, פּונקט װי איך האָב דיר צוגעזאָגט," ענטפֿערט ער זי. "און דו קענסט אַפֿילו מיטנעמען דײַן פֿאָטאָ-אַפּאַראַט."

– "אַ דאַנק, אַ דאַנק!" זאָגט זי, און זײ גײען באַלד אַרײַן אין דעם פּאַסטעכס געצעלט.

ווען חנה באַװײַזט זיך ווידער, טאַנצט זי אַרױס פֿונעם געצעלט מיט עטלעכע װאַליזעס, לאָזט זיי באַלד פאַלן אויף דר'ערד, און זי כאַפּט אַרום דאָס ערשטע מענטש װאָס זי זעט – װאָס דאָס איז זיסע װײַנבערג [#26], – און הײבט אָן טאַנצן מיט איר.

– "װאָס ביסטו אַזױ צופֿרידן? װאָס האָסטו צוריקגעבראַכט?" פֿרעגט זי חנהן.

– "אָ, פֿאַרשײדענע קינדער קלײדער..." ענטפֿערט חנה.

– "און גאָרניט פֿאַר דיר?"

– "אַװדאי, פֿאַר מיר אױך! און פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון מײַנע קינדער װאָס זײַנען שױן זײדעס און באָבעס, און זײערע קינדער און אײניקלעך װאָס זײַנען מײַנע אײניקלעך און אור-אײניקלעך, און אַפֿילו אור-אור-אײניקלעך... אַזעלכע טײַערע, טײַערע קינדער. איך קװעל פֿון זײ. נחת אָן אַ שיִער," און לױפֿט מיט איר פֿאָטאָ-אַפּאַראַט אַלעמען װײַזן די בילדער.

– "זי האָט זײ געזען? גערעדט מיט זײ?" פֿרעגט זיסע דעם פּאַסטעך.

– "ניט מיט די קינדער אירע. זײ, האָט זי געזען, דער עיקר פֿון דער װײַטנס. טײל פֿון זײ װאָלטן זי מסתּמא אַלץ אײנס ניט דערקענט. זײ זײַנען שױן גאַנץ אַלט געװען און שױן שװאַך געזען און געהערט. װיכטיקער איז געװען זי זאָל זען די אײנקלעך אירע. די אײניקלעך װאָס זי האָט אַפֿילו ניט געװאוסט אַז זי װעט האָבן... עס קלינגט טאַקע פֿאַנטאַסטיש, – נײן? נו, די צײַט זאַך איז דאָך אַ ביסל קאָמפּליצירט. דער עיקר אַז זי זאָל זײַן צופֿרידן..."

– " און װאָס טוט מען דערװײַלע מיט אירע װאַליזעס מיט די קינדער קלײדער?" פֿרעגט חנה שעכטערמאַן [#25].

– "זאָרג זיך ניט. זײ װעלן דאָך ניט גײן פֿאַרפֿאַלן. אַז זי װעט ענדיקן דערצײלן אַלעמען און באַװײַזן אַלעמען די הונדערטער פֿאָטאָגראַפֿיעס, װעגן אירע 21 אײניקלעך און 102 אור-אײנקלעך ... – אין אפֿשר אַ צען יאָר אַרום – װעט זי זיך דערמאָנען אין אירע זאַכן ... נו װעמענס רײ איז איצט?"

– "מײַן רײ," רופֿט זיך אָפּ חנה.

  *************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 10.4 שֹמחה

10.5.4-10.5.1 די מיידלעך #3-#6 פון דער גרינער הויז

10.5.9-10.5.5 די מיידלעך #7-#12 פון דער רויטער הויז

10.5.15-10.5.10 די מיידלעך #13-#18 פון דער בלויער הויז

פאָרויס צו:

10.5.25-10.5.21 די מיידלעך #25-#29 פון דער ברוינער הויז

10.5.26 די איבעריקע מיידלעך #1, #2, #8, #21

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 10

 = = = = = = = = = = = =  = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל