====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לײבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב  
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 10

10.4 שׂמחה

צוריק צו: 10.3 אַ חתונה אין שטעטל

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 10

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "אַ כּשר-טאַנץ"

********

(19:00)

אַלע מײדן קומען זיך צונױף אױפֿן טרײַענגל-פּלאַץ, װאו דער פּאַסטעך האָט אױפֿגעשטעלט אַ פּלאַטפֿאָרמע, אַ מין בינע, מיט אַ חופּה װאָס באַשטײט פֿון 4 שטאַנגען און אַ ברײטער װײַסער טוך צוגעבונדן יעדן עק צו אַ סטאַנג.

– "אײדער מיר גײען צו צום פֿײַערן די גרױסע חתונה שׂמחה," הײבט דער פּאַסטעך אָן צו רײדן, "קענען מיר ניט פֿאַרגעסן, אַז טראָץ אַלעם, מוזן מיר זיך אױך פֿירן מיט פֿאַראַנטװאָרטלעכקײט. דאָס הײסט, אַז מיר דאַרפֿן װײַטער טראַכטן װעגן אַלע מעגלעכקײטן אַרײַנגערעכנט ניט אָנגענעמע. דערפֿאַר, װעל איך אײַך בעטן אַנטשולדיקונג, אָבער מחוץ די שׂמחה האָבן מיר אַ באַשטימטע טאָג אָרדענונג, און טאָרן ניט פֿאַרגעסן, אַז מיר מוזן אױך הײַנט באַשטימען 2 מײדלעך פֿאַר יעדער װאַך פֿון הײַנט בײַנאַכט, ביז צו די פֿריִע שעהן פֿון מאָרגן. דאָס װעלן זײַן:

וואַך#1 (00:00-21:00): לאה יודלמאַן [#19],           נחמה ראָזענצווײַג [#20]

וואַך#2 (03:00-00:00): זיסע ווײַנבערג [#26],          דאָראַ וואַסערהאָלץ [#27]

וואַך#3 (06:00-03:00): וועראָניקאַ דעל-מאָנטע [#5], לוטשיאַנאַ דעל-מאָנטע [#6]

דערצו, װיל איך דערמאָנען אַז כאָטש איך װעל אײַך לאָזן טאַנצן די גאַנצע נאַכט – אױב איר װילט, און אַ ביסל אײַנשלאָפֿן מאָרגן, װעלן מיר פֿונדעסטװעגן אָנהײבן אונדזערע אין-דער-פֿרי אַקטיװיטעטן מאָרגן אַזײגער 08:30 מיט דאַװנען, און נאָך דעם פֿרישטיק. ביז 13:00 װעט איר אַלע זײַן פֿרײַ צו טאָן װאָס איר װילט, און מירן דעמאָלט אַלע זיך צונױפֿקומען פֿײַערן אַ סעודה – שבֿע ברכות – מיט אַן אָפּרו-פּעריאָד ביז אַזײגער 15:00. דערנאָך װעט איר װײַטער אַלע זײַן פֿרײַ ביז אַזײגער 19:00. דערפֿאַר אָבער, װעל איך צונױפֿרופֿן אַן אַלגעמײנע פֿאַרזאַמלונג פֿון די פֿאָרשטײערס פֿון די 5 הײַזער, כּדי אַרומצורײדן פֿאַרשײדענע ענינים און באַשטימען געװיסע זאַכן װעגן װײַטערדיקן בשותּפֿותדיקן לעבן. דינסטיק, אָבער, װעלן מיר זיך צוריק נעמען צו אַ נאָרמאַלן טאָג-פּלאַן, אַרײַנגערעכנט אַרבעטן בײַם בױען אונדזערע הײמען אינעם שטעטל בראשית – װי מיר האָבן עס געטאָן יענע װאָך, און מירן אױך באַנײַען אונדזערע לימודים. פֿאַרשטײט זיך, אַז מירן װײַטער פֿײַערן אין די אָװנטן די שבֿע-ברכות סעודות."

– "איך האָף, אַז איך האָב קײנעם ניט אָפּגעשראָקן מיט דעם, אָבער מיר טאָרן ניט פֿאַרגעסן, אַז מיר זײַנען דאָ ניט אױף קײן װאַקאַציע, נאָר כּדי אָנצוהײבן אַן אמתן און פֿולן בשותּפֿותדיקן לעבן, און אַז עס זײַנען דאָ װיכטיקע זאַכן װאָס מיר דאַרפֿן צוזאַמען דערגרײכן. אָבער גענוג װעגן מאָרגן און איבערמאָרגן, לאָמיר בעסער אַרומרײדן דאָס װאָס װעט הײַנט פֿאָרקומען דאָ, אױף אונדזער גרױסער חתונה שׂמחה."

דער פּאַסטעך מאַכט אַ קורצע פּאַוזע, קוקט זיך אַרום, און הײבט אָן אױפֿקלערן דעם סדר פֿונעם אָװנט.

– "די זאַך װעט פֿאָרקומען אַזױ:

   1) אײדער די צערימאָניע הײבט זיך אָן, װעל איך מיט יעדער אײנער באַזונדער זיך אַװעקזעצן און זיך אונטערשרײַבן אױף אַ כּתובה. יעדע פֿון אײַך קען אױסקלײַבן צװײ חבֿרטעס װאָס זאָלן זײַן אירע עדות און זי אױך אַרױפבאַגלײטן אױף דער חופּה-בינע.

   2) אַגבֿ, אַ חוץ די באַקאַנטע זאַכן און התחײַבֿותן פֿון דעם מאַן (דאָס הײסט, איך), אַנטהאַלט די כּתובה אַ מין קאָנטראַקטועלע פֿאַרפֿליכטונג מצד אײַך, די מײדן, און עס װערן דאָרט אױסגערעכנט זײער דײַטלעך די פּונקטן װעגן פֿירן אַ ייִדיש לעבן, אױפֿהאָדעװען די קינדער ייִדישלעך און מענטשלעך, און אַזױ װײַטער – איר װעט עס שפּעטער זען און אױסהערן.

   3) װען אַלע כּתובהס װעלן זײַן אונטערגעחתמעט, װעל איך אַלײן אַרױפֿגײן אונטער דער חופּה און מאַכן פֿאַר אַלעמען די ברכות, און פֿאַר אײַך אָפֿיציעל פֿאָרלײענען אַ קאָפּיע פֿון דער כּתובה – װאָס פֿאַר אַלעמען איז זי, אײגנטלעך, די זעלבע זאַך.

   4)  איך װעל דאַן האַלטן אַ קורצע רעדע – איך זאָג צו, אַז עס װעט זײַן קורץ (איך האָב אױך געפֿאַסט הײַנט, און בין גאַנץ הונגעריק).

   5)  נאָך דעם, װעל איך אַרױפֿרופֿן יעדעס מײדל באַזונדער, זי זאָל האָבן איר צײַט פֿאַרן אַרומדרײען זיך 7 מאָל אַרום מיר – לױט דער אַשכּנזישער טראַדיציע, טרינקען פֿון דעם װײַן און באַקומען דעם רינג מיטן "הרי-את". פֿאַרשטײט זיך, אַז דערבײַ און אױך פֿריִער, בעתן אונטערשרײַבן זיך אױף די כּתובהס װעלן די חבֿרטעס אַלץ קענען פֿילמירן און פֿאָטאָגראַפֿירן.

   6)  נאָך דעם װי אַלע װעלן האָבן געהאַט זײער מאָמענט, װעל איך דערגאַנצן די ברכות מיט דעם "אם אשכח ירושלים", און צעברעכן די טראַדיציאָנעלע גלאָז לזכר חורבן בית שני.

   7)  ערשט װעט די אָפֿיציעלע צערימאָניע זײַן פֿאַרענדיקט, און דאָס זינגען און טאַנצן קען זיך אָנהײבן. איך װעל דערבײַ מיטנעמען יעדע אײנע פֿון אײַך – באַזונדער – אױף התבודדות אין מײַן געצעלט, אױף אַן ערך 5 מינוט.

טאָ לאָמיר טאַקע אָנהײבן מיט די כּתובהס..."

און טאַקע אַזױ הײבט זיך אָן דער אָװנט. דער פּאַסטעך טײלט אַלעמען אױס אַ כּתובה און זעצט זיך דערנאָך אַװעק מיט יעדער אײנער באַזונדער (מיט אירע עדות) און זײ שרײַבן זיך אונטער דעם פֿאָרמעלן הסכּם צװישן מאַן און פֿרױ. דער טײל פֿון דער צערימאָניע גײט רעלאַטיװ גיך, װײַל ס'איז ניטאָ קײן סך װאָס צו טאָן צי באַשטימען – אַלץ איז שױן צוגעגרײט געװאָרן אין פֿאָרױס. דערבײַ פֿילמירן און פֿאָטאָגראַפֿירן זיך די חבֿרטעס.

װען דאָס פֿאַרענדיקט זיך, שיקט דער פּאַסטעך די מײדלעך צו צו דער חופּה-בינע און הײסט זײ זיך אױסשטעלן אין צװײ רײען, ער זאָל קענען אַדורכגײן צװישן זײ. דער פּאַסטעך גײט פּאַמעלעך אַדורך, און קלעטערט דערנאָך אַרױף די צוגעגרײטע טרעפּ פֿון דער חופּה-בינע, דרײט זיך אױס און באַקוקט די אַלע שײן-אָנגעטאָנענע כּלות װאָס קומען צו נעענטער, רינגלען אַרום די בינע, און װאַרטן מיט נײגעריקייט, אַז די אָפֿיציעלע קידושין-צערימאָניע זאָל זיך אָנהײבן.

אונטער דער חופּה, הײבט ער אָן מיטן מאַכן פֿאַר אַלעמען די קידושין ברכות, װיקלט פֿונאַנדער אַ שפּאָגל נײַעם טלית און זאָגט איבער דעם די ברכה פֿאַרן אָנטאָן, צוזאַמען מיט דעם "שהחײנו", און נעמט באַלד נאָך דעם, פֿאַר אַלעמען, פאָרױסלײענען אַ קאָפּיע פֿון דער כּתובה.

– "און איצט, אַ גאָר קורצע דרשה.

מײַנע טײַערע. דער מענטש װערט ניט דערגאַנצט ביז װאַנען ער אָדער זי געפֿינט ניט דעם ריכטיקן זיװג... און װי אַזױ װײסט מען צי דאָס איז טאַקע דער ריכטיקער זיװג? נאָר אײן גאָט װײסט. מיט דער צײַט, פֿאַרשטײען בײדע צדדים װאו עס גײט דאָס צוזאַמענלעבן און צי עס גײט אױף דעם ריכטיקן װעג אָדער ניט. אַמאָל גײט זײער גוט – הלװאַי אױף אונדז אַלעמען געזאָגט. אַמאָל דאַרף מען אױפֿן װעג פֿאַרריכטן, צורעכט מאַכן, פּלאַנירן געװיסע זאַכן פֿון דאָס נײ, מאַכן ענדערונגען און קאָמפּראָמיסן. און אַמאָל – לא עלינו, איז עס ניט דאָס, און מע דאַרף זיך אָפּשײדן. זיך גטן...." ער מאַכט דאָ אַ קורצע פּאַוזע, קוקנדיק אַרום און אַראָפּ אױף זײ, און רעדט װײַטער.

– "איך װינטש יעדע אײנע פֿון אײַך אַ גליקלעכן און זיכערן לעבן.

אַ קאָלעגע מײַנע, אין אַן אָרט װאו איך האָב אַמאָל געאַרבעט, האָט איבערדערצײלט אַ קלוגע זאַך װאָס איר באָבע האָט איר געהאַט געזאָגט (דאָס איז בנוגע אַ מײדל): האָב חתונה כאָטש אײן מאָל אין לעבן. װעט עס גײן גוט – איז גוט. טאָמער ניט, װעסטו שױן שפּעטער באַשטימען צי דו װילסט װידער חתונה האָבן אָדער ניט – אָבער װאַרט ניט צו לאַנג דאָס ערשטע מאָל.

הײַנט װער איך, װי איר, "דערגאַנצט" – און אין מײַן פֿאַל, אַפֿילו אַ ביסל "איבערדערגאַנצט".

אלול-צײַט גיבן מיר צו, בעתן דאַוונען, דאָס וואָס דוד המלך זאָגט, אַז ער וויל לעבן אין גאָטס הויז, אָבער גלײַכצײַטיק באַזוכן זײַן געצעלט: "שִבְתִּי בְּבֵית יְהוָה כָּל יְמֵי חַיַּי לַחֲזוֹת בְּנֹעַם יְהוָה וּלְבַקֵּר בְּהֵיכָלוֹ" (תהילים כ"ז, ד').

זײַן מיין דערבײַ איז, אַז ער װיל זײַן פּערמאַנענט מיט גאָט, – זיצן בײַ אים אין שטוב – נאָר גלײַכצײַטיק, װיל ער זיך אױך פֿילן װי אַ טוריסט וואָס איז בלױז דאָ אױף אַ באַזוך, און װאָס זעט יעדע זאַך װי אַ פֿרישע, אינטערעסאַנטע נײַע דערשײַנונג.

אַזױ װיל איך זיך אױך פֿילן, און װינטש עס אײַך אױך:

אַז יעדן טאָג זאָלן מיר זיך פֿילן באַקװעם – אין דער הײם, – אָבער גלײַכצײַטיק זאָל יעדער טאָג ברענגען נײַע, און שײנע זאַכן פֿאַר אונדז טועם צו זײַן פֿונעם לעבן..."

מיט דעם פֿאַרענדיקט ער זײַן רײדן. די מײדן פּאַטשן בראַװאָ.

דער פּאַסטעך איז אַ ביסל רױט אין פּנים, און הײבט אָן אָפּװישן די שװײס פֿון פּנים און אַרום זײַן האַלדז. דאָס איז אָדער צוליב די שטאַרקע פּראָזשעקטאָר-לאָמפּן װאָס באַלײַכטן די בינע און דעם אַרום, אָדער צוליב זײַן אײגענער נערװעזקײט...

– "און איצט, – דער גורלדיקער מאָמענט!" רופֿט ער זיך אָפּ צו די מײדלעך, מיט אַ ברײטן שמײכל אױף זײַן שײַנענדיקער און נאָך פֿאַרשװיצטער פּנים. "איך װעל אַצינד אַרױפֿרופֿן יעדעס מײדל באַזונדער, זי זאָל האָבן איר צײַט מיט מיר אונטער דער חופּה, טרינקען פֿון דעם קידוש װײַן, און באַקומען דעם רינג מיטן "הרי-את"."

– "גוט. טאָ װער איז די ערשטע? מירן דאָס אַדורכפֿירן לױטן סדר פֿון אײַערע נומערן," רופֿט אַרױס דער פּאַסטעך מיט אַ שמײכל, און זוכט זײַן ערשטע כּלה. װען ער דערשפּירט זי, שטרעקט ער צו איר אַרױס די האַנט. "קום אַרױף אַהער, גיטל," זאָגט ער.

גיטל גערשנזאָן [#3] איז אינגאַנצן צעטומלט, און מורמלט קױם אַרױס: "... װער איך? איך בין דאָך די דריטע, ניט די ערשטע... איר מאַכט אפֿשר אַ טעות?... איך?..."

אירע צופֿרידענע חבֿרטעס מיט די צװײ עדות מונטערן זי אַרױפֿצוגײן צום פּאַסטעך. גיטל לאָזט זיך קױם צושטופּן. זײ לאַכן מיט איר מיט, און גלײַכצײַטיק אױף איר חשבון:

– "האָסט מורא, גיטל?" זאָגט אײנע. "דו? דו ביסט דאָך די גרעסטע און שטאַרקסטע פֿון אונדז אַלעמען," זאָגט אַ צװײטע. "ערשט יענע װאָך, האָסטו געװאַגט אַרײַנצושפּרינגען אין שרעקלעכסטן פֿײַער אַרױסצוראַטעװען די חבֿרטעס – און ניט אײן מאָל, נאָר עטלעכע מאָל. װאו איז דײַן גבֿורה איצט? דײַן מוט?"

– "אָבער עס איז דאָך ניט מײן רײ... איך בין דאָך די דריטע, ניט די ערשטע..." חזרט זי װידער איבער, װי אין אַ שאָק. צעטומלטערהײט, װײסט זי ניט װאָס צו טאָן, און שטײט װי פֿאַרגליװערט און געפֿינט ניט דעם מוט אַרױפֿצוגײן די טרעפּ – אַפֿילו װאָס די חבֿרטעס מונטערן איר אונטער, און פּרובירן זי אַפֿילו אַרױפֿשטופּן מיט כּוח.

– "עס איז גאָר ניט קײן טעות. חנה נױמאַן [#1] איז דאָך צו יונג, און מינדל אײדלשטײן [#2] איז דאָך שװאַנגער, און עס איז באַשטימט געװאָרן, אַז זי מיט ליבע סאָבאָל [#21] װעלן צוזאַמען חתונה האָבן מיט מיר, צום סוף פֿון דער רשימה. – ביסטו, הײסט עס, די ערשטע!"

– "טאַקע?" זאָגט גיטל און פֿאַררױטלט זיך. אָבער באַלד גיט זי אַ טרײסל מיטן גאַנצן גוף, און פּונקט װי זי װאָלט זיך אױפֿגעװעקט, װערט זי פּלוצעם באַגײַסטערט. זי כאַפּט אַרױף איר קלײד מיט בײדע הענט, לױפֿט גיך אַרױף די עטלעכע טרעפּ אין כּמעט אײן שפּרונג, און כאַפּט אױף דעם פּאַסטעך אין אירע שטאַרקע אָרעמס און קװעטשט אים צו זיך.

דער פּאַסטעך, איז פֿאַרפּלעפֿט און װערט באַלד צעקװעטשט פֿון גיטלס גוטן װילן, אָבער גלײַך איבערגעטריבענער ענטוזיאַזם. קױם װי ער הוסט אַרױס:

– "גיטל. לאָז מיך אָפּ. איך קען קױם אָטעמען. דו װילסט, חלילה װערן אַן אַלמנה, נאָך אײדער דו האָסט חתונה געהאַט? און װאָס װעלן די אַנדערע כּלהס זאָגן?..."

גיטל כאַפּט זיך, אַז זי האָט איבערגעטריבן, און לאָזט אים באַלד אָפּ, און ער פֿאַלט כּמעט פֿון די פֿיס, און הײבט אָן שװערלעך אָטעמען. גיטל כאַפּט אים װידער, אָבער דאָס מאָל כּדי אים צו העלפֿן, ער זאָל זיך אױסגלײַכן.

– "אױ, אַנטשולדיק, אַנטשולדיק..."

– "גיטל, איך האָב אַמאָל געהערט זאָגן: אַז מע האָט זיך ליב, דאַרף מען זיך קײנמאָל ניט אַנטשולדיקן..."

– "דו האָסט מיך ליב?" זאָגט גיטל, מיט דערשטױנונג... "בלױז מײַן מאַמע און מײַן הונט האָבן װען עס איז באַװיזן צו מיר אַ ליבע געפֿיל," און טרערן הײבן זיך אָן גיסן פֿון אירע אױגן.

– "ניט בלױז דיר... נאָר דיר אױך. – אַלע מענטשן האָב איך ליב, און אײַך אַלעמען, מײַנע כּלהס, האָב איך ליב. אָבער לאָמיר אַדורכפֿירן אונדזערס, און מירן רעדן װעגן ליבע שפּעטער."

דער פּאַסטעך זאָגט גיטלס צװײ חבֿרטעס װאָס זײַנען אירע עדות, אױך אַרױפֿצוקומען אױף דער חופּה-בינע. ער פֿירט דערנאָך אַדורך אַ קורצע קדושין צערימאָניע, כּדת וכדין.

מיט דעם "הרי-את", ענדיקט זיך דער דאָזיקער צװײטער טײל פֿון דער צערימאָניע פֿאַר גיטלען, און עס גײט אַרױף אַ גרױסער הוראַ, מיט געשרײען פֿון "מזל-טובֿ" און "מיט הצלחה" מצד די אַנדערע מײדלעך, װאָס עטלעכע לױפֿן אַרױף צו גיטלען און נעמען זי פֿרײַנדלעך אַרום און צעקושן זיך מיט איר.

דער פּאַסטעך שטופּט זיך צו, נעמט גיטלען בײַ דער האַנט, און זאָגט צו די אַנדערע אַזױ:

– "מיר זײַנען אַלע צופֿרידן פֿאַר גיטלען, אָבער אױב מיר װעלן ניט גײן פֿאָרױס מיט דעם פּלאַן פֿאַרן אָװנט, װעט געדױערן עטלעכע טעג מיט אַלעמען דאָ חתונה צו האָבן."

און מיט דעם, פֿירט ער גיטלען מיט די עלטעכע חבֿרטעס אַראָפּ פֿון אונטער דער חופּה, און פֿירט באַלד אַרױף די װײַטערדיקע כּלה – שׂרה ברײטמאַן [#4].

אײנע נאָך דער אַנדערער פֿירט ער די כּלהס אַרױף אונטער דער חופּה.

די צװײ שװאַנגערע פֿרױען, מינדל אײדלשטײן [#2] און ליבע סאָבאָל [#21] זײַנען די לעצטע צװײ צו װערן אַרױפֿגערופֿן חתונה צו האָבן מיטן פּאַסטעך, צוליב זײער דעליקאַטן מצבֿ.

נאָך דעם װי אַלע, מיט זײערע עדות, זײַנען געװען אונטער דער חופּה, שטײט דער פּאַסטעך אַלײן דאָרט און פֿאַרענדיקט די קידושין צערימאָניע מיטן אױסזינגען די שבֿע-ברכות איבער אַ כּוס װײַן, זאָגט נאָך דעם, דעם "אם אשכח ירושלים", און צעברעכט די טראַדיציאָנעלע גלאָז לזכר דעם חורבן.

– "מלכּה," רופֿט ער זיך אָפּ צו מלכּה געגערמאַן [#8], "זײַ אַזױ גוט, און צינד אָן די מוזיק, װי איך האָב עס דיר באַװיזן. מײדלעך, איר מעגט טאַנצן און הוליען, עסן און טרינקען. איך נעם באַלד גיטלען צו זיך אין געצעלט אױף אַ באַשײדענע פּאָר מינוט, מיר זאָלן זײַן אַלײן צוזאַמען, און װען איך בין פֿאַרטיק מיט איר, װעל איך דאָס טאָן מיט דער קומענדיקער כּלה, װאָס דאָס איז שׂרה ברײטמאַן [#4], און אַזױ װײַטער. אָבער פֿריִער, װיל איך אײַך אױסטײלן די משקה..."

די מוזיק הײבט אָן שפּילן. דאָס איז אײגנטלעך אַ פֿילם מיט מוזיק פֿון פֿאַרשײדענע אַנדערע חתונה שמחות װאָס װערט פּראָזשעקטירט אױף אַ גרױסן עקראַן װאָס דער פּאַסטעך האָט אױפֿגעשטעלט אָן אַ זײט, כּדי די מײדלעך זאָלן דאָ האָבן פֿרײלעכע חתונה מוזיק צו װאָס זײ זאָלן קענען מיטטאַנצן. דער פּאַסטעך טײלט אױס װײַן און משקה, און באַװאָרנט זײ ניט צופֿיל זיך אָנטרינקען, – זײ זאָלן ניט װערן שיכּור, – װײַל זײ האָבן דאָך געפֿאַסט דעם גאַנצן טאָג. די טישן מיטן עסן װאָס זײַנען ביז אַהער געװען צוגעדעקט, װערן אָפּגעדעקט און מע באַפֿאַלט זײ מיט גרױס אַפּעטיט.

די שׂמחה מיט די מוזיק און טאַנצן און עסן און טרינקען הײבט זיך אָן און דער פּאַסטעך גײט זיך מבודד זײַן מיט יעדער כּלה באַזונדער אין זײַן געצעלט...

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 10.3 אַ חתונה אין שטעטל

פאָרויס צו: 10.5.1 די מיידלעך #3-#6 פון דער גרינער הויז

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 10

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל