====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב  
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 8

8.4 שווער צו באַשליסן

צוריק צו: 8.3 לימודים – V – די וועלט פון 1948 ביז

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 8

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "כ'וויל נישט אַזאַ חתן"

********

(18:00)

די מײדלעך פֿאַרענדיקן די לעצטע צוגרײטונגען אױף שבת. עס האַלט באַלד פֿאַר ליכט בענטשן. אַ טײל זײַנען שױן פֿאַרטיק, און זײ זיצן און רײדן בײַ אַ גלעזל טײ, ביז די אַנדערע קומען אָן.

– "ליבע, פֿאַרװאָס האָסטו, אײגנטלעך, באַשלאָסן צו פֿאַרבלײַבן? װאָס איז געװען די סיבה װאָס דו האָסט נעכטן מסכּים געװען צו די תּנאָים?" רופֿט זיך אָפּ סאָסיע טײטלבױם [#15], צו איר חבֿרטע ליבע סאָבאָל [#21].

– "איך און מינדל (אײדלשטײן [#2]) האָבן קײן ברירה ניט. מיר בלײַבן, כאָטש מיר זײַנען ניט אינגאַנצן צופֿרידן (אָדער בעסער געזאָגט, רואיק) מיט אונדזער באַשלוס," רופֿט זיך אָפּ מינדל.

– "װאָס הײסט, איר מוזט בלײַבן? דער פּאַסטעך האָט אײַך געצװאונגען?" רופֿן זיך אָפּ רײזל טשאַרנעס [#22] און זיסע װײַנבערג [#26]. 

– "דאָס איז דערפֿאַר װאָס מיר זײַנען בײדע שװאַנגער. דער פּאַסטעך האָט אונדז אױפֿגעקלערט, אַז עס קען זײַן אַ סכּנה פֿאַרן עופהלע און אַפֿילו פֿאַר אונדז גופֿא, אױב מיר װעלן טראַנספּאָרטירט װערן אַנדערשװאו אין אונדזער מצבֿ. דעריבער מוזן מיר פֿאַרבלײַבן. אין אַ יאָר אַרום – װעט מען װידער זען..."

פֿרײדל װײַצמאַן [#28] און סאָניא װעכטער [#29] קומען צו צו דער קלײנער גרופּע מײדלעך װאָס באַהאַנדלט די מעלות און חסרונות פֿון פֿאַרבלײַבן.

– "איך װאָלט צוגעגעבן נאָך אַ זאַך,– אָבער איך בעט אײַך, זאָגט עס פֿאַר קײנעם ניט אױס. איך בין יונג, און פּונקט װי מינדל, שװאַנגער. פֿאַראַן אָבער אַן אונטערשײד. איך מײן, אַז זי איז אַלץ אײנס גרײט צו פֿאַרבלײַבן, װײַל זי װאָלט געװאָלט האָבן אַ טאַטן פֿאַר איר קינד. איך װײס ניט צי זי װאָלט געקענט האָבן דעם קינד און עס אַלײן אױפֿהאָדעװען. אױף װיפֿל איך האָב פֿאַרשטאַנען האָט זי אין ניו-יאָרק ניט קײן נאָענטע קרובֿים װעלכע װאָלטן איר געקענט אַרױסהעלפֿן מיטן קינד. איר שטרענגער טאַטע װעט זי זיכער אַרױסװאַרפֿן פֿון שטוב, און ס'איז אַ סבֿרה, צי די מאַמע אירע װאָלט זיך אָנגענומען פֿאַר איר. – דערצו, װעט דער פּאַסטעך זי אַפֿילו ניט צוריקשיקן אַהין. און װער, זאָגט מיר, װאָלט עס דען חתונה געהאַט מיט אַ שװאַנגערער פֿרױ, אָדער אַ יונגער פֿרױ מיט אַ קינד װאָס האָט גאָר קײן טאַטן ניט... איר װײסט דאָך װאָס איך מײן... זי װיל זיכער אַ פֿאָטער פֿאַר איר קינד, און דער פּאַסטעך גיט איר גלײַך אַן אױסװעג..."

– "אָבער ניט דאָס בין איך אױסן. איך װיל, חס וחלילה ניט רײדן קײן שלעכטס װעגן מינדלען. זי געפֿעלט מיר דװקע. זינט מיר זײַנען דאָ, מײן איך אַז זי איז געװאָרן אַ בעסער מענטש, און דער מצבֿ אירן איז דאָך ניט איר שולד. איך װיל דװקא זיך אָפּרײדן פֿון האַרצן װעגן זיך..."

זי קוקט זיך אַרום, נעמט אַרײַן אַן אָטעם, און רעדט װײַטער:

– "װען איך האָב חתונה געהאַט מיט מײַן מאַן, הערשל (מיט אַן ערך אַ יאָר צוריק), זײַנען מיר אַזױ גליקלעך געװען. צװײ יונגע מענטשן, װי פֿאַרליבטע טײַבעלעך – די װעלט אָפֿן פֿאַר אונדז. װי נאָר איך האָב אָבער אָנגעהױבן צו פאַרשװענגערן, האָב איך געפֿילט, אַז מײַן (העראָלד, הערשל הײסט עס) האָט צוביסלעך אָנגעהױבן זיך צו דערװײַטערן פֿון מיר. סײַ גײַסטיש און סײַ פֿיזיש. ער האָט מיר עפּעס ניט פֿאַרשטאַנען. אין שטוב, פּריװאַט, און אַפֿילו אין בעט, האָט ער זיך אָנגעהױבן דערװײַטערן... אַז מיר האָבן שױן אין די לעצטע צװײ חדשים ניט ... איר װײסט דאָך װאָס איך מײן... און קױם אַ גוט װאָרט, און קײן טוליען זיך, קײן גלעט די האָר אַפֿילו ניט. עס פֿעלט מיר זײער אױס צו זײַן פֿיזיש מיט אים. איך האָף, אַז דער פּאַסטעך װעט בעסער פֿאַרשטײן די באַדערפֿענישן װאָס אַ שװאַנגערער פֿרױ האָט..."

פֿון דער גרופּע מײדן, האָבן סאָסיע טײטלבױם [#15], פֿרײדל װײַצמאַן [#28], סאָניאַ װעכטער [#29]רײזל טשאַרנעס [#22], און זיסע װײַנבערג [#26] נאָך ניט באַשלאָסן װאָס זײ טוען: צי פֿאַרבלײַבן אָדער ניט. זײ דיסקוסירן װײַטער צװישן זיך און עצהן זיך מיט ליבען, װאָס איז שױן אַ חתונה געהאַטע, און האָט כאָטש אַ ביסל מער דערפֿאַרונג פון זײ. אַחוץ פֿאַר פֿרײדלען, װאָס איז 27 יאָר אַלט, זײַנען די אַנדערע ניט מער װי 17 און 18 יאָר אַלט, און האָבן גאָר װײניק דערפֿאַרונג אין לעבן.

– "איך בין זײער אַ פּראַקטישע," זאָגט סאָסיע טײטלבױם [#15]. "איך האָב ליב צו אַרבעטן. און דװקע בײַ געזונטער אַרבעט, אין דרױסן, אונטערן פֿרײַען הימל. דאָ געפֿעלט מיר זײער, און איך מײן אַז איך װעל דאָ טאַקע פֿאַרבלײַבן. איך מײן אַז איך קען דאָ בײַטראָגן..."

– "און איך און רײזל," זאָגט זיסע װײַנבערג [#26] װעגן זיך און רײזל טשאַרנעס [#22], "האָבן זיך גאַנץ ערנסט באַטראַכט, און אױסגערעכנט, אַז ס'װעט אונדז זײַן גאַנץ שװער צו אַװאַנסירן אין דער דרױסנדיקער װעלט. מישטײנס געזאָגט אין דער מאָדערנער װעלט. איך װיל לערנען מעדיצין און װערן אַ דאָקטאָרשע..."

– "און איך," רײַסט זיך אַרײַן רײזל טשאַרנעס [#22], "װיל װערן אַן אַרכיטעקטין. דאָס װעט ניט זײַן לײַכט צו דערגרײכן, כּל זמן מיר האָרעװען װי נעבעכדיקע און פֿאַרשקלאַפֿטע נײטאָרינס. ביז װאַנען מיר װעלן אָנזאַמלען גענוג געלט אױף דעם... װעלן מיר שױן זײַן אַלטע מײדן. און װאָס װעט זײַן, טאָמער פֿאַרשיקט אונדז דער פּאַסטעך אין אַן אָרט און אין אַ צײַט װאו מיר װעלן גאָר ניט קענען אַלײן באַשליסן און אַלײן אַװאַנסירן? ... נײן, די בעסטע מעגלעכקײטן פֿאַר אונדז זײַנען דװקע דאָ."

– "יאָ. לױט די זאַכן װאָס מיר האָבן געהערט און געזען פֿון דעם פּאַסטעך אין שײַכות מיט װיסנשאַפֿט און טעכנאָלאָגיע – װאָלטן מיר דאָ געקענט אַ סך לערנען און זיך אַנטװיקלען. קײן בעסערע מעגלעכקײטן זעען מיר ניט. מיר בלײַבן דאָ," באַשליסט זיסע װײַנבערג [#26].

– "איך בין צופֿרידן דאָס צו הערן. איר געפֿעלט מיר בײדע," זאָגט ליבע סאָבאָל [#21]. "און װאָס איז מיט אײַך?"

– "איך קען ניט רײדן פֿאַר סאָניען," זאָגט פֿרײדל װײצמאַן [#28], "אָבער איך מײן אַז איך קען דאָ געפֿינען אַ גוט אָרט פֿאַר זיך. זײַן אַ נײטאָרין מײַן גאַנץ לעבן זעט מיר ניט אױס צו זײַן אַ גוטע צוקונפֿט. איך בין אױך ניט קײן יונגע. איך בין עלטער פֿאַר אײַך, און האָב אַ ביסל טועם געװען פֿון דעם ביטערן לעבן. מיר װאָלט ניט געװען אַזױ לײַכט צו געפֿינען אַ פּאַסיקן מאַן. דער פּאַסטעך זעט אױס צו זײַן אַן אײדעלער, און אַן אינטעליגענטער מענטש. אַ געבילדעטער. מיר געפֿעלט אַזאַ מאַן, און איך מײן אַז איך קען דאָ אַ סך לערנען פֿון אים. ער האָט אױף מיר געמאַכט אַ גוטן רושם. – איך בלײַב אױך!"

די אַנדערע מײדלעך דרײען זיך אױס צו סאָניאַ װעכטער [#29].

– "און װאָס האָסטו באַשלאָסן, סאָניא?" פֿרעגט איר  ליבע סאָבאָל [#21].

– "װאָס קען איך אײַך זאָגן? איך װעל אײַך דאָ פֿאַרלאָזן אַלײן? װי אַזױ װעט איר זיך אַן עצה געבן אָן מיר? װער װעט דאָ זײַן צו האַלטן אַן אױג אױף רײזלען? װער װעט דיר אױסלערנען טאַנצן, סאָסיע...? װער װעט דיר אַרױסהעלפֿן מיט דײַן קינד, ליבע...? איך װיל דאָ בלײַבן מיט אײַך אַלעמען. איך האָב אײַך אַלעמען זײער האָלט און װיל אײַך ניט פֿאַרלאָזן..." זאָגט סאָניאַ װעכטער [#29] מיט גרױס עמאָציע, און זײ נעמען זיך אַלע אַרום און צעקושן זיך.

אױף אַן אַנדער אָרט, זיצן די צװײ עלטסטע. דאָס זײַנען חנה זאַנד [#24] און חיה גרין [#17], און רעדן זיך אַראָפּ פֿון האַרצן, פֿאַרװאָס יעדע האָט באַשלאָסן פֿאָרט צו פֿאַרבלײַבן. און כאָטש בײדע זײַנען חתונה-געהאַטע און אלמנהס דערצו, זעט יעדע אײנע די זאַך אַנדערש.

חנהן פֿעלן טאַקע אױס אירע 5 קינדער, און כאָטש זי איז נאָך גאַנץ יונג (30 יאָר אַלט), איז זי ניט זיכער צי זי װיל נאָך קינדער, געדענקענדיק װי שװער דאָס איז געװען אױפֿצוהאָדעװען און דערציִען אירע אײגענע 5... פֿון דער אַנדער זײַט, טראַכט זי אױפֿן קול – רײדנדיק מיט חיהן, מיט איר דערפֿאַרונג, װײסט זי, אַז טאַקע אין אַזאַ אָרט, מיט גוטע חבֿרטעס, װעט זי האָבן סײַ די פֿיזישע און סײַ די גייסטישע הילף אױף צו ברענגען אױף דער װעלט נאָך קינדער, און זײ געהעריק דערציִען.

– "חוץ אַ מעשׂה, אַז איך האָב זיך שױן גוט אַרײַנגעטראַכט אין דעם, האָב איך אײַנגעזען אַז מײַנע דאגות װעגן האָבן נאָך קינדער זײַנען, אײגנטלעך, געװען איבערגעטריבענע. װאָס איז דאָס דען אַזאַ בײז-װאונדער פֿון האָבן 5 קינדער, צי מער? – מײַן אײגענע מאַמע, זי זאָל געזונט זײַן, האָט דאָך געהאַט 9 קינדער (איך אַלײן, בין די 7טע). מײַנע עלטערע שװעסטערס האָבן אַלע צו 10-12 קינדער, און אַפֿילו דאָס ייִנגסטע שװעסטערל מײַנע גײט שױן באַלד האָבן איר 7טן קינד...", און זי װישט דערבײַ אױס אַ טרער פֿון אױג, דערמאָנענדיק זיך אין איר מאַמען, און אין אירע שװעסטערס.

חיה הערט אױס חנהס מײנונגען און קװענקלענישן, און דריקט זיך דערנאָך אױס פֿאַרװאָס עס איז איר אַזױ װיכטיק טאַקע דאָ צו פֿאַרבלײַבן. זי האָט כּמעט ניט געהאַט געטראַכט אַז זי זאָל גאָר דאָ ניט פֿאַרבלײַבן. פֿאַרקערט, עס איז איר זײער װיכטיק װאָס דער פּאַסטעך האָט געזאָגט. ער האָט איר גלײַך איבערגעצײַגט, מיט דעם װאָס עס זײַנען דאָ גוטע מעגלעכקײטן (דורך נײַע טעכניקן, און אַװאַנסירטע מעדיצינישע קענטשאַפֿטן, טעכנאָלאָגיע, און אַנטװיקלונגען) אַז זי זאָל פאַרשװענגערן, – אַפֿילו אינעם עלטער פֿון 38 יאָר...

– "װען איך האָב געהערט פֿון אים, אַז אין זײַן צײַט זײַנען פֿאַראַן אַ סך פֿרױען װאָס האָבן געהאַט זײער ערשטן קינד אין די פֿריִע 40-ער יאָרן, איז דאָס פֿאַר מיר געװען אַ חידוש. אמת, עס איז ניט קײן נײַעס פֿאַר אַ פֿרױ צו זײַן אַ מאַמע צו 40 יאָר, אָבער גיכער איז זי שױן אַ באָבע אױך, נאָך מיט עטלעכע אײניקלעך... מיר איז אָבער אַזױ גוט געװאָרן אין האַרצן: עס האָט זיך אין מיר אױפֿגעװעקט אַן אַלטער כּמעט פֿאַרגעסענער חלום פֿון אַלײן װערן אַ מאַמע, – אַ האָפֿענונג װאָס איך האָב געמײנט איז שױן לאַנג טױט און באַגראָבן. עס האָט װידער גענומען ברױזן בײַ מיר אין האַרצן, און איך האָב גלײַך געװאוסט אַז איך מוז דאָ פֿאַרבלײַבן..."

דערװײַלע קומען אָן נאָך מײדלעך. די װאָס האָבן נאָך ניט באַשטימט, פֿרעגן אױס בײַ די אַנדערע װאָס האָבן שױן יאָ באַשטימט און אין דער נעכטיקער צערימאָניע שױן אַדורכגעפֿירט די תּנאָים, װאָס איז זײער מניע געװען בײַם באַשליסן צו פֿאַרבלײַבן און חתונה האָבן מיטן פּאַסטעך, אין אַזעלכע משונהדיקע אומשטענדן, און אין אַ פֿרעמדן אָרט, אָפּגעשײדט פֿון אַלץ און אַלעמען, און נאָך מיט אַ פֿרעמדן מענטשן װאָס זײ קענען אים קױם 5-6 טעג.

בלומקע זיסמאַן [#23] איז די ערשטע זיך אױסצודריקן.

– "מיר געפֿעלט זײער דעם אָרט. איך בין אַ פּשוטע דאָרפֿס-מײדל, מיט פּשוטע באַדערפֿענישן. אין ניו-יאָרק, מיט איר טומל, טאַראַראַם, שמוץ, און כּסדרדיקער יאָגעניש, האָב איך זיך געפֿילט פֿרעמד און אומבאַקװעם. איך האָב געאַרבעט און אָפּגעשפּאָרט געלט, כּדי װאָס פֿריִער צו קענען אַנטלױפֿן פֿון דאָרט. איך האָב טאַקע געטראַכט זיך איבערצוקלײַבן קײן מערבֿ, אין די גרעסערע, שטילערע קאַנטן, װאו עס איז ברײט דער הימל, און די שטחים זײַנען גרױסע, און עס איז ניט ענג, װאו מע קען פֿרײַ אָטעמען, און פֿרײַער טראַכטן..."

– "מיר געפֿעלט דאָ זײער. עס איז שטיל. װען איך קוק אַרױף בײַנאַכט אין הימל אַרײַן, קען מען זען שטערן אָן אױפֿהער. איך מײן, אַז איך פֿאַרליב זיך אין דעם אָרט. דאָס פּאַסט פֿאַר מיר זײער, – און אַז גאָט װעט געבן, – פֿאַר מײַנע צוקונפֿטיקע קינדער. װער װײסט װאו אַהין דער פּאַסטעך װאָלט מיר נאָך געקענט פֿאַרשיקן, טאָמער איך װאָלט באַשלאָסן ניט צו פֿאַרבלײַבן. מיר געפֿעלט דאָ די רױקײט און שײנקײט פֿון דער נאַטור, און דעם אַרױסרוף פֿון קענען דאָ מאַכן אַ רושם, אַן אײַנדרוק, און פֿירן מײַן אײגענעם לעבן. מיר בױען דאָ ניט בלױז אַ שטעטל, מיר בױען דאָ אױף אַ װעלט. און איך װיל זײער זײַן אַ טײל פֿון דעם."

– "און דו, חנה" רופֿט זיך אָפּ צילע גאָלדין [#9] צו איר חבֿרטע חנה שעכטערמאַן [#25], פֿאַרװאָס האָסטו באַשלאָסן דאָ צו פֿאַרבלײַבן?"

– "צילע. חבֿרטעס. עס איז מיר שװער צו זאָגן. אפֿשר עפּעס אַן ענלעכן געפֿיל װי בלומקע האָט עס אױסגעדריקט: עס איז דאָ רואיק, שטיל. און איך האָב אײַך אַלע דאָ מיט מיר (אַחוץ פֿאַר די װאָס װעלן אפֿשר באַשטימען צו פֿאַרלאָזן). איך װײס ניט צי איך װאָלט געקענט אַװעקגײן ערגעץ אין אַ פֿרעמדן אָרט און אָנהײבן פֿון דאָס נײַ. דאָ זײַנען מיר ניט אַלײן, נאָר קענען העלפֿן אײנע דער צװײטער. און אױב איך מעג אײַך אױסזאָגן אַ שטיקל סוד, דער פּאַסטעך געפֿעלט מיר. איך בין ניט קײן אַלטע, װי איר װײסט, ערשט 18 יאָר אַלט געװאָרן מיט אַ פּאָר חדשים צוריק, אָבער איך בין געװען מיט מענער. איך מײן אַז איך פֿאַרשטײ שױן אַ ביסל און בין אַװדאי װײניקער נאַיװ װי מיט אַ פּאָר יאָרן צוריק. און כאָטש דער פּאַסטעך זעט מיר אױס צו זײַן מיט אַ צאָל יאָרן עלטער פֿאַר מיר, מישטײנס געזאָגט, מײן איך אַז מיט אַן עלטערן מאַן איז בעסער. ער האָט דאָך מער דערפֿאַרונג. דער פּאַסטעך זעט אױס צו זײַן אַ ראַפֿינירטער און אינטעליגענטער מאַן, און איז גאָר ניט קײן מיאוסער. פֿיזיש, זעט ער אױס בסדר, מײן איך, און ער זעט אױס צו האָבן ... מעגלעכקײטן..."

אַ צאָל מײדלעך צעלאַכן זיך.

אַנדערע דרײען זיך אױס צו דאָראַ װאַסערהאָלץ [27#].

– "און װאָס האָסטו צו זאָגן װעגן דעם?" פֿרעגט איר צילע גאָלדין [#9].

– "איר װײסט דאָך װי אַ מאַן קוקט אױף אַ פֿרױ,... און איך זע אַז ער, דער פּאַסטעך, הײסט עס, קוקט אָפֿט אױף מיר..." הײבט דאָראַ אָן צו רײדן, און בלומקע זיסמאַן [#23]  רײַסט זי באַלד איבער:

– "דו װײסט דאָך, דאָראַ, מן-הסתּם אַװאו ער קוקט..."

אַ צאָל מײדלעך צעלאַכן זיך װידער (װי עס איז אַ שטײגער בײַ מײדלעך װען מען רעדט װעגן מענער און אַזעלכע זאַכן).

דאָראַ צערױטלט זיך, אָבער רעדט װײַטער.

– "װאָלסט געװען צופֿרידן בלומקע, צו האָבן װאָס איך האָב... אָבער לאָז צורו, ניט װעגן דעם װילט איר אַװדאי הערן, נאָר פֿאַרװאָס איך בין אײַנשטימיק געװען צו פֿאַרבלײַבן... און אפֿשר טאַקע צוליב מײַנע גרױסע בריסט – אָבער ניט בלױז דערפֿאַר. עס איז אמת, אַז מענער קוקן אױף אַ פֿרױ פֿון אונטן ביז אױבן, אָבער די גרעסטע אַטראַקציע איז פֿאַר זײ די בריסט, און איך שעם זיך גאָרניט צו זאָגן אַז איך בין געבענטשט מיט אַ שײנע פּאָר אַזעלכע. און כאָטש דער פּאַסטעך קוקט... װאָלט נאָך ערגער געװען װען ער קוקט גאָר ניט. איך מײן אַז עס איז נאַטירלעך פֿאַר אַ מאַן צו קוקן אױף אַ פֿרױ, און אױב זי האָט אױף װאָס צו קוקן... איז אַדרבא."

– "דער פּאַסטעך, אָבער, זעט מיר אױס צו זײַן אַנדערש פֿון אַנדערע מענער. ער קוקט מיר אױך אַרײַן אין די אױגן װען ער רעדט מיט מיר. איך װאָלט געהאָפֿט, אַז װען ער קוקט טאַקע אױף מײַנע בריסט, קוקט ער אױך טיפֿער, און הינטער זײ – אין מײַן האַרץ אַרײַן. ביז אַהער, װען ער באַציט זיך צו מיר, פֿירט ער זיך אױף ריכטיק, מיט דרך-ארץ. ער באַהאַנדלט מיר װי מיט אַ גלײַכן. ניט נאָר ער רעדט, נאָר ער הערט אױך אױס װאָס איך און אַנדערע האָבן צו זאָגן. ביז אַהער, האָט ער זיך אױפֿגעפֿירט זײער אײדל מיט אונדז. עס האָט דאָך געקענט אױך אַנדערש זײַן, און ער האָט געקענט אַפֿילו מיט כּוח אַרױפֿצװינגען זײַן װילן אױף אונדז. די מעגלעכקײטן האָט ער דאָך, װען ער זאָל נאָר װעלן דאָס טאָן."

– "פֿאַרקערט. ער האָט דאָך אָפּגעגעבן פֿון זײַן אײגענער צײַט מיט אונדז צו לערנען, צו אַרבעטן מיט אונדז, צו געבן דירעקציע. ער האָט – אױף װיפֿל מיר װײסן, – גאָרניט ניט באַהאַלטן פֿון אונדז, מיט גאָרניט ניט אָפּגענאַרט, נאָר געװען אױפֿריכטיק און אָפֿן מיט אונדז. ער האָט אַפֿילו זיך באַמיט אײַנצופֿלאַנצן אין אונדז דעם געדאַנק אַז ער שענקט אונדז דאָ אַ נײַעם לעבן, אַ נײַעם אָנהײב. ער האָט אונדז דאָך צוגעזאָגט, אַז מיר װעלן דאָ קענען פֿירן אונדזער אײגענעם לעבן, און ער װעט זיך װײניק אַרײַנמישן, – אַחוץ פֿאַר געװיסע יסודותדיקע כּללים װאָס שײַך פֿירן אַ ייִדיש לעבן און אַ געהעריק מענטשלעך לעבן. איך קען לעבן מיט דעם רואיק. און כאָטש עס איז ניט גענױ געװען אין מײַן דערציִונג, בין איך גרײט צו אַדאַפּטירן זיך צו אַ נײַער ראָלע אין לעבן."

– "און אַז מיר דערמאָנען שױן ראָלעס, האָט ער מיר צוגעזאָגט, אַז ער גיט מיר אַ פֿרײַע האַנט, און װעט שטיצן מײַן גרינדן דאָ אַ טעאַטער. פֿון אָנהײב, מיט װער עס װעט האָבן די צײַט, פֿון צװישן אונדזערע חבֿרטעס. איך שטעל זיך פֿאָר אַז דאָס װעט מסתּמא זײַן אַ מין קלײן-קונסט טעאַטער. ער זאָגט אָבער צו, אַז װי נאָר עס װעלן דאָ צוקומען און אױסװאַקסן קינדער, מײַנע און אײַערע פֿרישע נשמהלעך, װעל איך קענען שאַפֿן אַ קינדער טרופּע, און פֿון דעם װעט קענען אױסװאַקסן אַן אמתן טעאַטער. – װאו װאָלט איך אַזאַ גלענצענדע געלעגנהײט געהאַט אין ניו-יאָרק? און װער װײסט װאו אַהין ער װאָלט מיך בכלל אַװעקגעשיקט, טאָמער איך װאָלט באַשלאָסן ניט חתונה צו האָבן מיט אים...?"

דאָראַ, און די אַנדערע װאָס האָבן שױן תּנאָים געמאַכט, רײדן װײַטער, און די אַרומיקע מײדלעך שטעלן װײַטער פֿראַגעס, אָדער זאָגן זײער מײנונג װעגן דעם מצבֿ אין װעלכן זײ געפֿינען זיך.

אַנדערע מײדלעך, הערנדיק די רײד פֿון די װאָס האָבן באַשלאָסן צו פֿאַרבלײַבן, – און טײל פֿון זײ װאָס דערמאָנען זיך אין די צוגרײטונגען פֿאַר זײערע אײגענע חתונות, אָדער די פֿון באַקאַנטע, צי קרובֿים, – באַקלאָגן זיך, אַז זײ װאָלטן אפֿשר געװען גרײט חתונה צו האָבן, נאָר עס פֿאַרדריסט זײ, װאָס זײ האָבן ניט גענוג קײן צײַט אױפֿצונײען אַ חתונה קלײד.

דער פּאַסטעך, װאָס איז פּונקט אָנגעקומען, הערט זיך אונטער אַ ביסל צו די טענות און באַקלאָגענישן פֿון די מײדן, אָבער זאָגט גאָרניט. ער רופֿט אַלעמען צונױף. מע דאַרף בענטשן ליכט, גײן דאַװנען מנחה-מערבֿ, און מאַכן קבלת שבת.

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 8.3 לימודים – V – די וועלט פון 1948 ביז

פאָרויס צו: 8.5 אַ חזנדל אויף שבת

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 8

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל