====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 8

8.3 לימודים - V - די וועלט פון 1948 ביז...

צוריק צו: 8.2 וואָס קאָכט זיך? 

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 8

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "דרך ירושלים"

********

(14:00) 

נאָך דער קורצער מיטאָג-איבעררײַס פֿון 13:00-14:00, קומען זיך צונױף די מײדלעך פֿאַר דער לעצטער אין דער סעריע "קאָנצענטרירטע געשיכטע לעקציעס" װאָס דער פּאַסטעך האָט זײ צוגעזאָגט.

– "אײגנטלעך," דערקלערט ער, "איז דאָס ניט די לעצטע לעקציע – נאָר בלױז די לעצטע פֿאַרקירצטע לעקציע. אָנהײבנדיק פֿון דער קומענדיקער װאָך, – פֿאַר די װאָס װעלן דאָ פֿאַרבלײַבן, פֿאַרשטײט זיך, – װעלן מיר אָנהײבן פֿון דאָס נײַ, און װידער אַדורכגײן די פֿאַרשײדענע תּקופֿות װאָס מיר האָבן ביז אַהער באַהאַנדלט, אָבער אין אַ סך מערער פּרטים. איך װעל אײַך אױך צושטעלן פֿאָרמעלע לערן מאַטעריאַלן (װי למשל, פּאַסיקע געשיכטע ביכער און עסײען, און שפּעטער אױך ענציקלאָפּעדיע-אָפּהאַנדלונגען, עדות-באַריכטן, און אַנדערע היסטאָרישע אָנװײַזונגען, אַרײַנגערעכנט קלאַנג און פֿילם אינפֿאָרמאַציעס). דערצו, װעל איך אָנהײבן אײַך צו ברענגען פֿאַרשײדענע װעלט-צײַטונגען, אין עטלעכע שפּראַכן, פֿון די יאָרן 1918 ביז צו מײַן צײַט. די נײַעסן פֿון צװישן די יאָרן 1911-1918, כאָטש װיכטיקע, װעלן מיר צומערסטנס ניט זען. דאָס איז ניט, חלילה װײַל ס'איז דאָ װאָס צו באַהאַלטן, נאָר װײַל עס איז דאָ גאַנץ װײניק װאָס עס קען אונדז פֿאַראינטערעסירן."

– "פֿאַרשטײט זיך אױך, אַז צו ברענגען אײַך 364 טאָג-צײַטונגען פֿאַר די אַלע יאָרן, און דאָס פֿאַרכּפֿלען (מולטיפּליקירן) פֿאַר עטלעכע צײַטונגען, װעט זײַן פּשוט צופֿיל צו לײענען. איך װעל, דעריבער פֿאַר אײַך פֿאָרשטעלן בלױז געװיסע צײַטונגס-נומערן װאָס באַהאַנדלען מער גורלדיקע ענינים. אױב איר װעט װעלן זען צײַטונגען פֿון ספּעציפֿישע דאַטעס (אָדער בכלל פֿון ספּעציפֿישע געשעענישן), קען איך אַראַנזשירן דאָס צו באַקומען פֿאַר אײַך. אַ חוץ פֿאַר דעם, איז שױן לאַנג פֿאַראַן אַנטװיקלט אַ ספּעציעלער אַפּאַראַט װאו מען קען זען פֿאָטאָגראַפֿירטע צײַטונגען. די דאָזיקע פֿאָטאָגראַפֿיעס זײַנען שטאַרק פֿאַרקלענערט געװאָרן כּדי עס זאָל פֿאַרנעמען װײניקער אָרט (מע רופֿט דאָס "מיקראָפֿילם"), און מיט אַ ספּעציעלן לײען-אַפּאַראַט קען מען עס זען פֿאַרגרעסערט און גאַנץ גיך אױך דורכבלעטערן."

– "טאָ לאָמיר טאַקע פֿאָרזעצן מיט דעם הײַנטיקן ספּעציעלן לימוד-פּלאַן. הײַנט װעלן מיר בקיצור איבערגײן דאָס װאָס עס קומט פֿאָר צװישן די יאָרן 1948 ביז מײַן תּקופֿה אין די אָנהײב יאָרן 2000 פֿון דעם נײַעם מילעניום – דעם 21סטן יאָרהונדערט."

– "איז עס טאַקע אמת, אַז דו קומסט צו אונדז פֿון דעם יאָר 2000?" פֿרעגט מיט וואונדער חיה גרין [#17] װאָס איז געבױרן געװאָרן אין 1873, און צו 38 יאָר אַלט, איז דאָרט די עלטסטע פֿון די פֿרױען. "איצטער פֿיל איך זיך זיכער גאָר אַלט. עס קומט אױס, אַז איך מוז זײַן קנאַפּע 100 יאָר עלטער פֿאַר דיר... דאָס איז שװער צו גלײבן..."

– "גלײבט עס יאָ, אָדער גלײבט עס ניט." זאָגט דער פּאַסטעך, "אָבער לאָמיר פֿאָרזעצן. מירן אַרומרײדן דעם פֿענאָמען בײַ אַן אַנדער געלעגנהײט."

– "און איצט, לאָמיר אײַך דערצײלן װעגן דער ייִדישער מדינה...."

דער פּאַסטעך דערצײלט גאָר בקיצור װעגן דער תּקופֿה צװישן די יאָרן 1911 און 1948 (פֿאַר דער אַנטשטײאונג פֿון דער ייִדישער מדינה). ער זעצט פֿאָר מיט װאָס עס איז פֿאָרגעקומען אין לאַנד, און דער עיקר װי די װעלט האָט זיך אױפֿגעפֿירט כּלפּי דער יונגער מדינה, און אױך אַ ביסל װעגן װי ייִדן בכלל האָבן זיך אױפֿגעפֿירט, און אױך אין ישׂראל גופֿא.

ער דערצײלט װעגן די אַלע מלחמות און שטרױכלונגען מצד די אַראַבער און זײערע שטיצערס, למשל די סאָװיעטן, און אױך װעגן די אַנדערע מדינות װאָס האָבן גאָר געהאָלפֿן ישׂראל – למשל, די פֿאַראײניקטע שטאַטן און אַפֿילו דײַטשלאַנד (װאָס איז ערשט געװען שולדיק אין פֿאַרטיליקן 1/3 פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק).

גלײַכצײַטיק, דערגאַנצט ער (גאָר בקיצור), פֿאַרשײדענע װיכטיקע װעלט פּאַסירונגען און פּעריאָדן: װעגן פֿאַרשײדענע מנהיגים און זײערע אידעאָלאָגיעס, װעגן די נאָך-מלחמהדיקע שפּאַנונג צװישן די פֿרײַע לענדער און די קאָמוניסטישע (סײַ בענין שפּיאָנאַזש, סײַ װעגן די אַטאָמישע װאָפֿנס), װעגן דער סוף פֿון דעם סאָװיעטישן טאָטאַליטאַריאַניזם, װעגן דער ענערגיע-קריזיס, װעגן דער טרױעריקער מצבֿ פֿון דער װעלט-עקאָלאָגיע, און נאָך...

– "די װעלט האָט נאָך אַלץ ניט געלערנט צו לעבן בשלום. עס זײַנען פֿאָרגעקומען נאָך אַ סך מלחמות, און עס װערן דערהרגעט מיליאָנען מענטשן אין דער פּעריאָד פֿון 1948 ביז מײַן צײַט – ניט בלױז קעגן דער ייִדישער מדינה. עס זײַנען אַפֿילו פֿאָרגעקומען נאָך ראַסיסטישע מאַסן-מאָרדן פון גאַנצע פעלקער צי שבטים – און פּונקט װי מיט דעם ייִדישן פֿאָלק, האָט די וועלט געשוויגן – אָדער גאָר ווייניק און צו שפּעט געטאָן. פֿאַראַן אין מײַן צײַט אָפּלײקענערס – צי עס איז בכלל פֿאָרגעקומען דער חורבן אױף ייִדן. עס זײַנען פֿאַראַן מנהיגים פֿון פֿאַרשײדענע לענדער װאָס רופֿן צו צעשטערן די ייִדישע מדינה און אומברענגען אַלע ייִדן דאָרט..."

דער פּאַסטעך דערצײלט זײ אָבער אױך פּאָזיטיװע זאַכן, װי למשל, װעגן אַװאַנסירטער טעכנאָלאָגיע, טעלעקאָמוניקאַציע, מעדיצין-אַנטװיקלונגען, קאָמפּיוטערײַ, און אױך װעגן עקספּלאָראַציע אין דעם נאָענטן און װײַטן רױם.

– "און אין דעם, נעמען אױך אַ האַנט ייִדן, און איבערהױפּט ישׂראלדיקע ייִדן, מיט אַן אַנטװיקלטער װעלט האַנדל מיט אַ סך מדינות איבער דער װעלט. מיר קענען זיך שטאָלצירן אױך, אַז מדינת ישׂראל פֿאַרמאָגט אַ גאָר הױכע און אַװאַנסירטע טעכנאָלאָגיע און קולטור. ישׂראלדיקע װיסנשאַפֿטלער, מומחים, און ספּאָרטלערס, האָבן באַקומען װעלט-אױסצײכענונגען אין פֿאַרשײדענע געביטן װי נאָבעל-פּרעמיעס, מעדאַלן אין פֿאַרשײדענע אָלימפּישע-שפּילן און אַנדערע ספּאָרט-פֿאַרמעסטן."

– "ישׂראלדיקע קינסטלערס האָבן אױך באַקומען אַנדערע אָנערקענונגען און פּרעמיעס אױף אַ װעלט-מאַסשטאַב, װי למשל: אין דער פֿילם און פֿאַרװײַלונגס אינדוסטריע, און אױך אין דער מוזיק װעלט... בײַ אַ געלעגנהײט װעל איך אײַך דערצײלן װעגן מדינת ישׂראלס אָנפֿירנדיקע אַנטװיקלונגען אינעם פֿעלד פֿון אַגריקולטור טעכניקן און פּראָדוקטן – װאָס האָבן דערפֿירט צו ממש ניסים אין מדברס װאָס זײַנען מיט דער צײַט פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין פּאַרקן, גערטנער און אַגריקולטור-שטחים װאו עס װאַקסן דאָרט בײמער, פֿלאַנצן און גראָזן, און אַװדאי אױך גרינסן און פֿרוכט צום עסן. – איך האָף צו קענען אײַנפֿירן אַ צאָל פֿון די געלונגענע טעכניקן און טעכנאָלאָגיעס אין אונדזער אײגענעם לעבן דאָ אויך."

– "... אַ חוץ פֿאַר דעם: סײַ די ישׂראל מיליטער, און סײַ די טעכנאָלאָגיעס רעכענען זיך פֿאַר צװישן די בעסטע אױף דער װעלט. און כאָטש מדינת ישׂראל איז אָנערקענט בײַ די מערהײט מדינות אױף דער װעלט, פֿעלן איר אױך ניט קײן שׂונאים, און זי האָט דורך ניסים אַדורכגעמאַכט שװערע מלחמות מיט די אַרומיקע פֿעלקער."

– "ס'איז פֿאַראַן אַזױ פֿיל װאָס צו דערצײלן װעגן ספּאָרט, דערציִונג, מאָדע, מעדיצין און װיסנשאַפֿט, און אױך װעגן קולטור, װי אױך װעגן די שפּאַנונג און חסר אַחדות װאָס הערשט לײַדער צװישן פֿרומע און ניט-פֿרומע, אָדער צװישן ייִדן פֿון אַשכּנזישן אָפּשטאַם און די פֿון די מזרח עדות (ייִדן פֿון מאַראָקאָ, תּימן, איראַן, און אַנדערע מדינות פֿון צפֿון אַפֿריקע און אַסיע). אָבער מירן דאָס דאַרפֿן שטודירן װען מיר פֿאַנגען אָן די רעגולערע לעקציעס."

– "אײן זאַך מוז איך אָבער יאָ אונטערשטרײַכן און אײַך אױפֿמערקזאַם מאַכן צו דעם. דאָס איז װאָס זינט די מדינה איז דעקלאַרירט געװאָרן, שטײט זי כּסדר אין געפֿאַר פֿון אירע שׂונאים, – דער עיקר פֿון אירע נאָענטע שכנים."

– "די מדינה געפֿינט זיך הײַנט צו טאָג אין אַ מאָדנער מצבֿ: פֿון אײן זײַט, זײַנען אפֿשר דאָ די גרעסטע און בעסטע פּאָזיטיװע מעגלעכקײטן פֿאַר שלום מיט אירע שכנים, פֿון זינט די מדינה איז אַנטשטאַנען. פֿון דער אַנדער זײַט, זײַנען אירע שׂונאים געװאָרן װאָס מער פֿאַרביסן און ניט נאָר דראָען זײ מיט רײד, נאָר אַ טײל פֿון זײ פֿאַרמאָגן און צילן צו פֿאַרמאָגן די געװער און מיטלען אָפּצואװישן די ייִדישע מדינה פֿון דער װעלט-מאַפּע, װי איך האָב אײַך שױן דערצײלט, – און זײ לײקענען דאָס פֿאַר קײנעם ניט. דאָס דערמאָנט אַ סך אין די פֿינצטערע צײַטן פֿון פּונקט פֿאַר דעם שרעקלעכן חורבן אױף דעם ייִדישן פֿאָלק, װאָס איז פֿאָרגעקומען בעת דער צװײטער װעלט מלחמה... לאָמיר האָפֿן, אַז דער אױבערשטער װעט געבן, אַז עס װעט ניט קומען צו דעם – צו אַ פֿערטן חורבן... און אפֿשר, מיט אײַער הילף דאָ, װעלן מיר קענען אױך עפּעס אױפֿטאָן, פֿאַר דער װעלט און פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק."

מיט דעם נעמט ער אָן פֿראַגעס, אָבער ענטפֿערט זײ אױף קורץ, װײַל עס נענטערט זיך צו שבת. ער שליסט באַלד די לעקציע און באַפֿרײַט זײ, זײ זאָלן קענען ממשיך זײַן מיט די צוגרײטונגען לכּבֿוד שבת.

עטלעכע פֿון די ייִנגערע מײדלעך, מיט חנה נױמאָן [#1] בראָש, טײלן זיך באַלד אָפּ פֿון די אַנדערע און לױפֿן גיך אַרױס, הינטער די געצעלטן. דאָ, האָבן זײ פֿון פֿריִער (בעת דער הפֿסקה) צוגעגרײט אַ געיעג-שטח פֿאַר די רעמאָט-קאָנטראָלירטע אױטאָמאָבילן װאָס דער פּאַסטעך האָט זײ דינסטיק געגעבן.

די פֿאַראינטערעסירטע, מיטן פּאַסטעך צוזאַמען, קומען זען װי עס פֿאַרמעסטן זיך די מײדלעך מיט די קלײנע מאַשינען. װי נאָר עס הײבט זיך אָן, שרײַט מען אױפֿן קול מיט דערמוטיקונג, און דאָ און דאָרט הערט מען אַ קללה צי צװײ. אינעם פֿאַרמעסט געפֿינט זיך אױך װעראָניקאַ דעל-מאָנטע [#5] װאָס בעת דעם געיעג, הערט מען איר קול צום שטאַרקסטן. פֿון איר מױל שיט אַרױס נאָכאַנאַנד און אָן אױפֿהער איטאַליענישע קללות, שפּריכװערטער, און נאָכגעשרײען. װען מע פֿרעגט פֿײגע-הינדען [#10] װאָס זי זאָגט, ענטפֿערט זי:

– "די מערסטע האָב איך אַלײן ניט פֿאַרשטאַנען, און דאָס װאָס איך האָב שױן יאָ פֿאַרשטאַנען, איז בעסער איך זאָל ניט איבערזעצן...", און זי נעמט און שרײַט מיט אַלעמען צוזאַמען, און דערמוטיקט דװקא װעראָניקאַן, אױף איטאַליעניש.

צום סוף, געװינט דװקע רבֿקה יודלמאַן [#18] װאָס איז די גאַנצע צײַט געװען אײַנגעהאַלטן בעת די הױכע געשרײען און אַמפּערנישן, און האָט זיך ניט געלאָזט אָנהיצן, נאָר האָט זיך גוט קאָנצענטרירט, און ריכטיק מאַניפּולירט איר אױטאָמאָביל.

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 8.2 וואָס קאָכט זיך?

פאָרויס צו: 8.4 שווער צו באשליסן

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 8

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל