מער קיין פּחד
ניט: I -דער פּאַסטעך!
כראָניק פון אַ
נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך –
די ערשטע פאַזע
צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 7
************************************
פראַגמענט
פונעם ליד "יוגנט
הימן"
********
(14:00)
באַלד נאָכן עסן און אָפּבענטשן,
קלערט דער פּאַסטעך זײ אױף װעגן װאָס זײ גײען טאָן הײַנט בעת דער אַרבעט פֿון
צוגרײטן זײערע װאױן-ערטער, און ער שיקט זײ זיך איבערטאָן אין די אַרבעטס-קלײדער.
די מײדלעך פֿאַרזאַמלען זיך װידער, און ער טײלט זײ אױס פֿאַרשײדענע אַרבעטס
מכשירים, זעגן, האַמערס, לאָפּעטעס, און אַזױ װײַטער.
– "איך האָב אַ פֿאַרשלאָג," רופֿט אַרױס סאָסיע טײטלבױם [#15].
"איר װײסט דאָך אַלע אַז איך האָב ליב אַרבעטן. פֿונדעסטװעגן, בין אױך אױך אַ
פּראַקטיש מענטש. פֿאַרװאָס, למשל, שלעפּן מיר יעדן טאָג די מכשירים אַהין און
צוריק, – פֿון דאַנען װאו די געצעלטן זײַנען, ביז אַהין, װאו מיר שטעלן אױף
אונדזער שטעטל? דאָס, מײן איך, איז נאַריש. פֿאַרװאָס זאָלן מיר זײ ניט איבערלאָזן
דאָרט, אױפֿן אָרט? ס'איז דאַך קײנער ניטאָ װאָס װעט זײ טשעפּען, און אַװדאי ניטאָ
װער זאָל זײ גנבֿענען..."
– "דער אמת געזאָגט,"
ענטפֿערט זײ דער פּאַסטעך, "דאָס איז דערפֿאַר, װאָס מיר דאַרפֿן די מכשירים
דאָ אױך, טאָמער נײטיקן מיר זיך אין זײ. און נאָך אַ סיבה איז, װאָס איר דאַרפֿט
זיך לערנען אַלעמאָל אָפּהיטן אײַערע זאַכן – ספּעציעל אַרבעטס מכשירים און ביכער.
װען איר נעמט עפּעס, דאַרפֿט איר עס תּמיד – בײַם פֿאַרענדיקן אַרבעטן מיט דעם
(אָדער, להבֿדיל, לײענען אַ בוך) – אַלעמאָל צוריקלײגן אױפֿן אָרט. מכשירים, למשל,
װאָס מע לײגט זײ ניט צוריק אױפֿן אָרט, װערן פֿאַרפֿאַלן. דערצו, ליגנדיק גלאַט
אַזױ קענען זײ אױך זײַן אַ סכּנה. למשל, אַ האַמער װאָס ליגט גלאַט אױף אַ טיש,
אָדער אַװעקגעלײגט "צײַטװײַליק" אױף אַ פּאָליצע, װאָס מע האָט עס
אײגנטלעך פֿאַרגעסן דאָרט, קען פֿאַלן עמעצן אױפֿן פֿוס."
– "פֿונדעסטװעגן, זײַט איר
בײדע גערעכט. מירן זײ אָפּטראָגן אַהין, און צום סוף פֿון דער אַרבעט, װעלן מיר זײ
אַלע אײַנזאַמלען אױף אײן באַשטימטן אָרט און זײ דאָרט איבערלאָזן. מירן שאַפֿן פֿאַר זײ אַ פּאַסיקן אַלמער, און אַלע װעלן אױף װײַטער אַהין אָפּטראָגן די
מכשירים. מאָרגן, – אַנטשולדיקט, מאָנטיק (װײַל פֿרײַטיק, שבת און זונטיק אַרבעטן
מיר ניט), װעט איר זײ דאָרט געפֿינען. װאָס שײַך פֿאַר דאָ, װעל איך שױן זען
אײַנצושאַפֿן נײַע מכשירים."
נאָכן אָנקומען אין ברײטן פֿעלד
װאָס װערט צוביסלעך פֿאַרװאַנדלט אין זײער נײַעם שטעטל בראשית, טײלט דער פּאַסטעך
אױס די פֿאַרשײדענע פֿליכטן און אַרבעטן װאָס יעדע דאַרף זיך פֿאַרנעמען מיט דעם.
די אַרבעט גײט װײַטער אָן בײַם
אױסמעסטן, אױסשטעלן און צוגרײטן די יסודות פֿון די געבײַדעס און װאױן ערטער. בעת
אַן הפֿסקה כּדי זיך אַ ביסל אָפּצורוען און טרינקען װאַסער, הײבט זיך אַן אַ
װיכּוח צװישן חנה דיכטער
[#7] און בלומקע
זיסמאַן [#23], אױף װי גרױס די צימערן דאַרפֿן זײַן, און אין װעלכע
ריכטונגען...
דערװײַלע, האָבן זיך אָנגעקליבן
עטלעכע מײדלעך, – דער עיקר װען די שװאַנגערע ליבע סאָבאָל [#21] איז אָנגעקומען זײ באַזאָרגן מיט
װאַסער און עפּעס זיס אָנצובײַסן. זײ קוקן זיך טאַקע אָן, און צעלאַכן זיך אַלע.
דער פּאַסטעך זעט פֿון דער װײַטנס, װי עס שטײען אַ צאָל פֿרױען אָנגעזאַמלט, איז
ער פֿאַרזאָרגט אַז אפֿשר איז עפּעס ניט גוט געשען, לױפֿט ער גיך צו.
– "צי איז אַלץ אין
אָרדענונג? צי האָט זיך עמעצער צעקלאַפּט?" פֿרעגט ער.
מינדל קלערט פֿאַר אים אױף װאָס
איז געשען, באַרואיקט ער זיך, און זאָגט אַזױ:
– "דאַנקען גאָט, ס'איז
גאָרניט געשען. איך האָב שטאַרק מורא געהאַט... װאָס שײַך אײַער װיכּוח װעגן די
געבײַדעס װאָס מיר שטעלן דאָ אױף: פֿון אָנהײב, װעלן די דאָזיקע ערשטע הײַזער
דינען פֿאַר יעדן "הױז" װי אַ בנין װאו עס װעלן זיך צײַטװײַליק טײלן די
צימערן די 5 אָדער 6 מײדן פֿון יעדער געצעלט. ערשט שפּעטער, װי נאָר עס װעט מעגלעך
זײַן, װעט מען פֿאַר יעדער אײנער פֿון אײַך אױפֿשטעלן אַן אײגן הױז (מיט אַן
אײגענעם הױף), לױט איר אײגענעם פּלאַן. די דאָזיקע ערשטע בנינים װעלן מיר דעמאָלט
קענען פֿאַרװאַנדלען אין װאַרשטאַטן, ביוראָען, עקסטראַ צימערן לױט די באַדערפֿענישן,
און אַזױ װײַטער..."
– "נו, גענוג געשטאַנען. ס'איז
דאָך דאָ װאָס צו טאָן..."
די מײדלעך נעמען זיך צוריק צו דער
אַרבעט. יעדע צו איר פֿאַרפֿליכטונג.
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]
צוריק צו: 7.2 אַ "גוירל"דיקער טאָג
פאָרויס צו: 7.4 – איינער פֿאַר אַל, און אַלע פֿאַר איין...