====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 6

6.5  לימודים – III – די וועלט פון 1918 ביז 1932

צוריק צו: 6.4 לימודים – III – תּורה און גוטע מידות

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 6

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "בעלז"

********

(16:30)

– "מיר הײבן איצט אָן די צװײטע טײל פֿון אונדזער לעקציע װעגן ייִדישער און װעלט געשיכטע צװישן די יאָרן 1918 און 1932, מיט אַ דעפֿיניציע, – אַ טײַטש, – פֿון אַ װאָרט װאָס איר האָט אפֿשר יאָ, און אפֿשר ניט געהערט: "אַנטיסעמיטיזם". דאָס איז ניט קײן נײַער טערמין, אָבער אין מײַן צײַט איז עס געװאָרן זײער פֿאַרשפּרײט, און לײדער צו אָפֿט באַנוצט. צי האָט עמעצער געהערט דעם װאָרט? צי װײסט עמעצער װאָס דאָס מײנט? – הײבט אױף, זײַט אַזױ גוט אַ האַנט..."

בלױז 3 הענט באַװײַזן זיך (פֿון פײגע-הינדע [#10], חנה דיכטער [#7], און חיה גרין [#17]).

– "חנה, װאָס װײסטו?"

– "איך װײס ניט קײן סך, אָבער איך געדענק אַז מײַן פֿאָטער, ע"ה, װאָס איז געװען אַ מלמד, האָט אַמאָל געהאַט אַ מין פּאָליטישע דיסקוסיע מיט זײַן ברודער, מײַן פֿעטער מיכל, און זײ האָבן דערמאָנט דעם װאָרט אין שײחות מיט שלעכטע טאַטן װאָס זײַנען באַגאַנגען ייִדן. װײַטער װײס איך ניט װאָס עס מײנט. נאָר דאַכט זיך, אַז דער ערשטער טײל "אַנטי" מײנט צו זײַן קעגן עפּעס..."

– "זײער גוט, דאָס איז אַ גוטער אָנהײב. חיה, װילסטו עפּעס צוגעבן?"

– "דאַכט זיך, אַז דאָס מײנט, אָדער האָט עפּעס צו טאָן מיט ייִדן-האַס." ענטפֿערט חיה גרין [#17].

– "טאַקע אַזױ: ייִדן-האַס, אָדער שׂינאת-ישׂראל. אין דער אמתן, װעלן מיר ניט צופֿיל באַהאַנדלען הײַנט אָט-אַ דעם ענין, פֿאַר דער תּקופֿה װאָס מיר װעלן הײַנט אַדורכגײן. אָבער דער אמת איז, אַז ייִדן האַס, אָדער "אַנטיסעמיטיזם" באַגלײט, לײַדער, דעם ייִדישן פֿאָלק דורך דור-דורות, און איבער לענדער און מדינות."

– "מיר װעלן הײַנט, דער עיקר, אַרומרײדן װאָס עס טוט זיך אין די דאָזיקע יאָרן אין די הױפּט ישובים װאו עס װאױנען די מערסטע ייִדן אױף דער װעלט (מזרח און מערבֿ אײראָפּע, און צפֿון און דרום אַמעריקע), אָבער מיר װעלן אױך באַהאַנדלען די אַנטװיקלונגען אין מיטעלן מזרח (פֿאַר די װאָס װײסן ניט, מײן איך ארץ-ישׂראל און די אַרומיקע אַראַבישע מדינות), און אױך אַ ביסל פֿון די פֿאַרשײדענע אַנטװיקלונגען אין דער װעלט-פּאָליטיק אין אַנדערע מדינות און געגנטן, אַרײַנגערעכנט דעם װײַטן מזרח (כינע און יאַפּאַן). אָבער פֿריִער װעלן מיר אױף גיך דערמאָנען עטלעכע הױפּט פּונקטן פֿון דער נעכטיקער לעקציע װאָס האָבן אַ שײחות און המשך אין דער איצטיקער לעקציע."

דער פּאַסטעך דערמאָנט בקיצור װעגן דער "גרױסער מלחמה" און װי די מאַפּע פֿון דער װעלט האָט זיך געביטן, דער עיקר אין אײראָפּע. ער קלערט אױף מיט בײַשפּילן, דעם נײַעם באַלאַנץ פֿון כּוחות, אין די צעשפּרײטונג פֿון די אַמאָליקע אימפּעריעס פֿון ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, און שפּאַניע, און װי זײ האַלטן אָן אַ װיכטיקע טײל פֿון זײער כּוח, נאָר אַז אַמעריקע און אַפֿילו יאַפּאַן הײבן אַן שפּילן אַ גרעסערע ראָלע אין װעלט פּאָליטיק און דער עיקר אין מסחר.

ביז אַהער איז װײניקער אינטערעסאַנט פֿאַר די מײדלעך. װי נאָר ער פֿירט זײ אַרײַן אין די אַנטװיקלענדיקע געשעענישן אין מזרח אײראָפּע, מיט דער נײַער נאַציאָנאַליזם אין די פֿאַרשײדענע מזרח אײראָפּעישע לענדער, און דער עיקר װעגן װאָס עס טוט זיך אין קאָמוניסטישן רוסלאַנד, װערט די לעקציע פֿאַר זײ אינטערעסאַנטער. דאָס רעדט שױן מער צו זײ. עס הײבן זיך אָן קריגערײַען צװישן די װאָס האַלטן מער פֿון אַ קאַפּיטאַליסטישער דעמאָקראַטישער פּאָליטיק, און די װאָס האַלטן מער פֿון דער סאָציאַליסטישער-קאָמוניסטישער װעג..

װען דער פּאַסטעך דערצײלט אָבער, װעגן די ערשטע יאָרן פֿון דעם "ראַטן פֿאַרבאַנד" און װי צוביסלעך װערט מען געװאױער אַז דאָס איז גאָר אַ "פֿאַרראַט" – און אַז אַפֿילו אין יענע יאָרן האָט מען דאָס ניט געװאוסט, צי פֿאַרשטאַנען, צי געגלײבט, װערט אין קלאַס נאָך אַ גרעסערן טומל.

– "גלײבט יאָ, גלײבט ניט. איך קען אײַך ניט אַלץ איצט אַנטפּלעקן, װײַל מיר לערנען דאָ אַלץ כראָנאָלאָגיש. פֿאַראַן שפּעטערדיקע אַנטװיקלונגען װאָס װעלן פֿאַר אײַך אױפֿקלערן און אױפֿװײַזן װי אַזױ די סאָװיעטן האָבן אָפּגענאַרט אַ האַלבע װעלט, װי אַזױ זײערע אײגענע מענטשן האָבן זײ אָפּגענאַרט, און װי אַזױ אַנדערע האָבן אױסגענוצט דעם ליגן, זיך געלערנט פֿון דעם, און אָפּגעטאָן גרױס שאָדן די װעלט און דעם ייִדישן פֿאָלק. – אָבער דאָס אַלץ װעלן מיר באַקענען אין די קומענדיקע לעקציעס. לאָמיר דאָס אַלץ איבערלאָזן אױף הײַנט, און לאָמיר זיך אומקערן צו אַן אַנדער אָרט: ארץ-ישׂראל."

דער פּאַסטעך דערצײלט זײ װעגן די אַנטװיקלונגען אינעם מיטעלן מזרח. װעגן װי דער ייִדישער ייִשובֿ װאַקסט צוביסלעך, און װעגן די פּראָבלעמען סײַ מיט די ענגלישע הערשער, און סײַ מיט די אַראַבישע שכנים. דער עיקר, דריקט זיך עס אױס אין דעם װאָס די אַראַבישע מנהגים װירקן אױף ענגלאַנד ניט אױסצופֿירן די הױפּט פּונקטן פֿון דער באַלפור-דעקלאַראַציע...

ער דערצײלט װעגן דעם גרױסן קראַך פֿון די בערזעס אױף דער װעלט, װאָס דאָס האָט געשאַפֿן אַ שרעקלעכער עקאָנאָמישער מצבֿ. דאָס האָט מען אָנגערופֿן "די גרױסע דעפּרעסיע" פֿון די סוף 1920ער – אָנהײב 1930ער. ער גיט איבער בקיצור װי דאָס איז משפּיע אױף דעם עקאָנאָמישן לעבן פֿון מענטשן בכלל און ייִדן בפֿרט. װײַטער, דערצײלט ער װעגן די מיגראַציע באַװעגונג פֿון גאָר אַ סך ייִדן װאָס פֿאַרלאָזן די מזרח אײראָפּעישע לענדער און ציִען זיך אַריבער אָדער קײן מערבֿ אײראָפּעישע לענדער װי ענגלאַנד, דײַטשלאַנד, בעלגיע, און פֿראַנקרײַך, אָדער פֿאַרלאָזן בכלל דעם קאָנטינענט און זוכן זײער גורל אין דרום אַפֿריקע, דרום און צפֿון אַמעריקע, און אַנדערשװאו.

דער פּאַסטעך דערגאַנצט די לעקציע מיטן דערצײלן װעגן שװערן ייִדישן לעבן אין מזרח אײראָפּע, אָבער װאו עס אַנטװיקלט זיך גלײַכצײַטיק אַ שפּרודלדיק גײַסטיש ייִדיש לעבן. ניט געקוקט אױף דער שװערער עקאָנאָמישער װירקלעכקײט, װי אױך פּאָליטישע און סאָציאַלע רײַבונגען מיט שכנים, צעװאַקסט זיך און צעבליט זיך אַ רײַך קולטורעל לעבן מיט ליטעראַטן און קינסטלער, טעאַטער, מוזיק, צײַטונגען, פֿאַרלאַגן, שול-סיסטעמען סײַ ייִדיש-געשטימט, סײַ העברעאיש-געשטימט.

ער דערצײלט אױך װעגן פּאַראַלעלן גײַסטיקן בליִען פֿון ייִדישקײט אין פֿרומען סעקטאָר: ישיבֿות, ייִדישן װיסן און אױך פֿון נאַציאָנאַלן ייִדישן באַװאוסטזײַן, סײַ אין װאַקסנדיקע בונדישע און סײַ אין װאַקסנדיקע ציוניסטישע יוגנט באַװעגונגען. ער דערמאָנט אױך דער טענדענץ צו אַסימילאַציע אין די פֿאַרשײדענע לענדער, דער עיקר אין דײַטשלאַנד און אַמעריקע, װי אױך אין אַנדערע לענדער.

– "איך מײן, אַז מיר זײַנען אַדורך אַ גאַנץ היפּשע ביסל מאַטעריאַל אין גאָר אַ קורצע צײַט, און מירן פֿאַרענדיקן הײַנט מיט דעם. פֿאַרשטײט זיך, אַז מיר האָבן דאָס אַלץ געטאָן אױפֿן שפּיץ-מעסער, אָבער מיר װעלן אין די קומענדיקע װאָכן זיך מערער אַרײַנטיפֿן אין די אײנצעלהײטן, און מער פּרטימדיק שטודירן און באַהאַנדלען אַלץ װאָס מיר האָבן דאָ הײַנט געלערנט."

– "טאָ גײט איצטער זיך אַרומװאַשן, און מיר טרעפֿן זיך שױן באַלד װידער דאָ אױף אָװנטברױט, און נאָך דעם האָב איך פֿאַר אײַך צוגעגרײט אַ סורפּריז-פּראָגראַם."

 די מײדלעך גײען אָפּ, צופֿרידן װאָס די לעקציע האָט זיך סוף-כּל-סוף געענדיקט, און זײַנען גלײַכצײַטיק זײער נײַגעריק צו װיסן װאָס דער סורפּריז-פּראָגראַם פֿאַרן אָװנט װעט זײַן.

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 6.4 לימודים – III – תּורה און גוטע מידות

פאָרויס צו: 6.6 טאַנץ אַ ביסעלע מיט מיר

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 6

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל