====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 8

8.5  אַ חזנדל אויף שבת

צוריק צו: 8.4 – שווער צו באַשליסן

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 8

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "אַ חזנדל אויף שבת"

********

(19:00)

דער פּאַסטעך רופֿט אַלעמען צונױף.

– "אַזױ װי מיר האָבן נאָך ניט קײן שיל, – און מײַן געצעלט איז דער גרעסטער פֿון אַלע, –װיל איך בעטן עטלעכע חבֿרטעס זײ זאָלן מיך אַרױסהעלפֿן אַריבערצופֿירן אַהין שטולן און בענקלעך פֿון אונדזער עס-אָרט, און מיר װעלן בײַ מיר דאַװענען. דערװײַלע קענט איר מאַכן אײַערע לעצטע צוגרײטונגען, און דערנאָך גײן בענטשן שבת ליכט. נאָך דעם, קומט אַרײַן צו מיר אין געצעלט... טאָ װער װיל זײַן אַזױ גוט און צושטעלן אַ האַנט...?"

אַ צאָל מײדלעך העלפֿן אַרײַנפֿירן און אױסשטעלן די שטולן אין דעם פּאַסטעכס געצעלט. אַנדערע גײען צו צו אַ טיש און שטעלן אױס די שבת ליכט. מירל פּערלמאַן [#16] קומט צו, און לײגט פֿאָר מען זאָל אױסשטעלן עקסטראַ שבת ליכט לזכר די אומגעקומענע אין דעם טרײַענגל-פֿײַער, – זײ זאָלן האָבן אַ ליכטיקן גן-עדן. די מײדלעך נעמען אָן דעם געדאַנק און שטעלן אױס גאַנצע 175 ליכט: 117 פֿאַר די אומגעקומענע און 2 ליכט פֿאַר יעדער אײנער פֿון די לעבנגעבליבענע – אַפֿילו פֿאַר דער ייִנגסטער, חנה נױמאַן [#1].

נאָכן צינדן די שבת ליכט, קומען אַלע אַרײַן אין דעם פּראָװיזאָרישן שיל, בײַם פּאַסטעך אין געצעלט. זײ זעצן זיך אַװעק, און דער פּאַסטעך שטעלט זיך אױבן אָן. ער דרײט זיך אױס צו זײ און זאָגט אַזױ:

– ”אײדער מיר הײבן אָן, װיל איך אײַך אױסטײלן סידורים און אײַך אױפֿקלערן עטלעכע אַלגעמײנע כּללים װעגן דעם דאַװענען בכלל, און װעגן װאָס עס װעט הײַנט אָװנט פֿאָרקומען בעתן דאַװענען. איך װעל פֿון צײַט צו צײַט זיך אָפּשטעלן, אַרױסרופֿן דעם זײַטל און די ערשטע װערטער, כּדי איר זאָלט קענען נאָכפֿאָלגן. איך װעל בעטן, אַז די װאָס קענען אַ ביסל דאַװענען, און פֿאַרשטײען בעסער אין דעם, זאָלן העלפֿן די װאָס קענען שװאַכער, אָדער אינגאַנצן ניט."

– ”פֿאַרשטײט זיך, אַז מיר װעלן באַזונדער אַדורכגײן דעם סידור, און לערנען דאַװענען בעת די לימודים אין מיטן װאָך. דורך דעם, װעט איר, מיט דער צײַט, יעדע אײנע פֿון אײַך באַזונדער, קענען מירצעשעם אַלײן דאַװענען פֿאַר זיך, און האָפֿנטלעך װעט איר אױך קענען מיט דער צײַט אָנפֿירן מיטן דאַװענען. יאָ, איר האָט ריכטיק געהערט – פֿרױען װעלן דאָ, בלית-ברירה אױך דאַרפֿן קענען אָנפֿירן מיטן דאַװנען, װי מאָדנע דאָס זאָל ניט קלינגען פֿאַר אײַך. מײנט ניט, אַז איך װעל תּמיד זײַן דער שליח-ציבור און בעל-תּפילה. טאָמער קען איך ניט, למשל אױב איך בין הײזעריק, צי קראַנק, צי װאָס, טאָ װעט עמעצער פֿון אײַך דאָס דאַרפֿן טאָן..."

– "איך װעל, אַגבֿ, דאַװענען אױפֿן קול. דאָס הײסט, אַז איך װעל אַרױסרײדן, צי אױסזינגען יעדע תּפֿילה און ברכה, און אַפֿילו אַזעלכע טײלן װאָס געװײנטלעך זאָגט עס דער שליח ציבור גאָר שטיל, װאו יעדערער דאַװנט פֿאַר זיך. דרך אַגבֿ, בײַ אַ טײל פֿון די ייִדן פֿון דער מזרח עדה (למשל פֿון די צפֿון אַפֿריקאַנער לענדער), פֿירט זיך טאַקע אַזױ, און דער שליח ציבור טוט טאַקע אַרױסרײדן, צי זינגען, אױפֿן קול כּמעט די גאַנצע זאַך, פֿון אָנהײב ביזן סוף. דערפאַר וואָס די מערסטע פֿון אײַך קען דװקא ניט דאַװענען, אָדער אַפֿילו לײענען פֿונעם סידור, װעל איך זיך באַמיִען אַז יעדע זאַך זאָל אַרױסגערעדט צי אַרױסגעזונגען װערן װאָס דײַטלעכער און קלאָרער, כּדי איר זאָלט קענען נאָכפֿאָלגן. טאָ לאָמיר איצט אָנהײבן מינחה. מישט אױף אױף זײַט ..."

דער פּאַסטעך הײבט אָן דאַװנען אױפֿן קול, פֿריִער מנחה, דערנאָך קבלת-שבת-מערבֿ, און שטעלט זיך טאַקע אָפּ דאָ און דאָרט און גיט אָן די זײַט און אָרט װאו ער האַלט. בײַם דאַװענען, פֿלעכט ער אַרײַן כּלערלײ ניגונים. אַ טײל איז די מײדלעך באַקאַנט, אַנדערע ניגונים זײַנען אינגאַנצן פֿרעמד. דאָס זײַנען ניגונים װאָס זײַנען געשאַפֿן געװאָרן מיט יאָרן שפּעטער, נאָך 1911.

אָפּגעדאַװנט מנחה, קבלת שבת, און מערבֿ, בעט דער פּאַסטעך, אַז די מײדן זאָלן אַװעקלײגן די סידורים אין אַ זײַט, און אַז יעדע אײנע זאָל מיטנעמען איר שטול, און עס צוריק אַריבערפֿירן אױפֿן עס-אָרט.

– "איך האָב שױן באַזאָרגט, אַז עס זאָל זײַן אַן עירובֿ אַרום אונדזער געצעלטן-דערפֿל," זאָגט דער פּאַסטעך. "אַחוץ דעם, מעגן פֿרױען דאָך טראָגן שבת..." זאָגט ער מיט אַ שמײכל. אַלע קוקן צו ליבע סאָבאָלן [#21] און מינדל אײדלשטײן [#2], װאָס זײַנען בײדע שװאַנגער, און "טראָגן" טאַקע. עטלעכע מײדן צעלאַכן זיך. די דעל-מאָנטע מײדן פֿרעגן זיך נאָך בײַ פײגע-הינדען [#10], װאָס איז דאָס אַזױ קאָמיש, און פֿאַרשטײען װײַטער ניט, ביז זי קלערט אױף נאָך דײַטלעכער פֿאַר זײ דעם װאָרט-שפּיל.

עטלעכע מײדן רעדן צװישן זיך, און נחמה ראָזענצװײַג [#20] מישט זיך אַרײַן:

– "נו, װאָס זאָגט איר װעגן דעם פּאַסטעכס דאַװענען? ער װאָלט געקענט זײַן אַ חזן, נײן?"

– "ס'האָט געקערט זײַן בעסער," ענטפֿערט איר חנה דיכטער [#7].

– "אַזױ גאָר," רײַסט איר איבער נחמה, װאָס פּרובירט פֿאַרטײדיקן דעם פּאַסטעכס דאַװענען. "און װאָס פֿאַרשטײסטו אין אַזעלכע זאַכן?"

"מײַן פֿאָטער איז טאַקע געװען אַ מלמד, אָבער ער איז אױך געשטאַנען פֿון מאָל צו מאָל בײַם עמוד, און אָנגעפֿירט מיטן דאַװנען. אַז ער האָט געדאַוונט, איז געווען וואָס צו הערן... איך זאָג ניט, חלילה, אַז דער פּאַסטעך האָט ניט קײן קול. ער זינגט נישקשהדיק, אָבער איך האָב געהערט בעסערס..."

– "און איך קען אײַך אױך גאַראַנטירן, אַז אַפֿילו איך קען בעסער," גיט צו אײדל יאַקאָבזאָן [#13]. "מײַן פֿאָטער און זײַנע ברידער, למשל, זײַנען געװען חזנים און שליחי-ציבור, און זײ האָבן אפֿשר ניט געהאַט אַזױ פיל ניגונים – אַגבֿ, אַ טײל פֿון דעם װאָס דער פּאַסטעך האָט אױסגעזונגען האָב איך צום ערשטן מאָל געהערט אַזעלכעס.... דערפֿאַר, מײן איך, קען איך מיט רעכט זאָגן, אַז איך האָב אַ ביסל אַן אַנונג אין די זאַכן. דער פּאַסטעך, מײן איך, זינגט ניט מיט גענוג האַרץ און נשמה. ער שאָקלט זיך אַפֿילו ניט בײַם דאַװנען. בײַ אונדז אין שטעטל..."

– "אױב אַזױ," רײַסט איר איבער נחמה, "טאָ פֿאַרװאָס פֿירסטו ניט אָן מיטן דאַװענען? װער לאָזט דיך ניט?"

– "לאָמיר פֿריִער זען װי ער װעט מאָרגן זײַן. אַחוץ דעם, װײס איך נאָך ניט, צי איך גײ דאָ פֿאַרבלײַבן. זאָל ער מאָרגן װײַזן װאָס ער קען. דערנאָך, װעלן מיר רײדן..."

די מײדן גײען אָפּ אין דער ריכטונג פֿונעם עס-אָרט, שלעפּנדיק זײערע שטולן 

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 8.4 – שווער צו באַשליסן...

פאָרויס צו: 8.6 עונג שבת

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 8

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל