====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 9

9.3 שבת רו

צוריק צו: 9.2 שחרית און קידוש

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 9

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "שבת ליד"

********

(13:00) 

נאָך דער שבת-יומטובדיקער סעודה, צעגײט מען זיך. אַ טײל גײט זיך אָפּרוען, און אַ טײל קען פשוט ניט (זיי זײַנען נאָך נערוועז און אַ ביסל אָנגעשטרענגט). זײ האָבן איצטער פֿרײַע צײַט אױף די הענט, און עס איז אַ געלעגנהײט זיך אָפּצורײדן פֿון האַרצן. פֿאַרשײדענע גרופּעס מײדן דיסקוסירן צװישן זיך די מעלות און חסרונות פֿון אַקצעפּטירן חתונה צו האָבן מיטן פּאַסטעך. פֿאַראַן אַזעלכע װאָס האָבן שױן באַשלאָסן, און אױך אַזעלכע װאָס װילן בשום אופֿן ניט פֿאַרבלײַבן. פֿאַראַנען אױך אַזעלכע װאָס קװענקלען און האָבן נאָך ניט באַשלאָסן, און אַפֿילו די װאָס האָבן יאָ באַשלאָסן, זײַנען נאָך אינגאַנצן ניט רואיק מיט זײער באַשלוס.

די מײדלעך רעכענען אױס, פֿון אױסנװײניק, װער עס האָט שױן באַשטימט צומאָרגנס חתונה צו האָבן מיטן פּאַסטעך. עס הײבט זיך אָן אַ לעבעדיקע דיסקוסיע. דער פּאַסטעך איז ניטאָ דערבײַ, װײַל ער איז אַװעקגעגאַנגען צו זיך אין געצעלט כאַפּן אַ דרימל. די מײדלעך רעדן מסתּמא דערפֿאַר מער אָפֿן און דרײסט, – אָן קײן פּחד, אַז "עמעצער" הערט זיך אונטער.

– "איך האָב זיך באַטראַכט, און באַשלאָסן אַז איך פֿאַרבלײַב דאָ," רופֿט זיך אָפּ מאַשע לעװין [#11]. "דער אמת געזאָגט, האָב איך פֿײַנט מענער. איך האָב חתונה געהאַט דורך אַ שידוך. מײַן מאַן פֿלעגט זיך אָנשיכּורן און מיך שלאָגן. אין אַלגעמײן, בין איך קעגן דעם געצװאונגענעם "חתונה האָבן" מיטן פּאַסטעך. אָבער איך קלער, אַז ער װעט זײַן פֿאַרנומען מיט נאָך 28 פֿרױען, װעט ער האָבן װײניק צײַט פֿאַר מיר..."

עטלעכע מײדלעך צעלאַכן זיך.

– "און איך מײן, אַז איך בלײַב אױך," רופֿט זיך אָפּ שׂרה ברײטמאַן [#4]. "איך האָב זײער געװאָלט חתונה האָבן, אָבער געמוזט זאָרגן פֿאַר מײַן קראַנקער מאַמען און קלענערע שװעסטערלעך. איצט בין איך פּלוצלונג באַפֿרײַט געװאָרן פֿון דעם. און כאָטש איך בענק נאָך זײ, פֿיל איך אַז ערשט דאָ קען איך אָנהײבן אַ נײַעם לעבן, פֿאַר זיך..."

– "איך װײס נאָך ניט צי איך בלײַב," זאָגט די הױכע חנה לעװינסאָן [#12]. "פֿון אײן זײַט, האָב איך מורא צו פֿאַרבלײַבן, אָבער איך האָב נאָך מער מורא צו פֿאַרלאָזן. אײַך קען איך דאָך... װער װײסט װאו דער פּאַסטעך קען מיך איבערלאָזן. חוץ פֿאַר דעם,... װער װאָלט מיך גענומען? ..." זי הײבט אָן כיכען – װי זי טוט געװײנטלעך, װען זי איז נערװעז.

– "און װער װאָלט מיר גענומען?" זאָגט די הױכע און דיקע גיטל גערשנזאָן [3#].

– "אָדער מיר?"..., "אָדער מיר?" – רופֿן זיך אָפּ אײניקע אַנדערע.

עס רײַסט זײ אַלע איבער מירל פּערלמאַן [#16].

– "איר האַלט פֿון זיך אַזױ װײניק, אַז איר מײנט אַז קײן פּאַסיקן מאַן װעט איר ניט געפֿינען? צוליב דעם אַלײן דאַרף מען פֿאַרבלײַבן? װאו איז אײַער כּבֿוד צו זיך אַלײן? איך אַלײן האַלט, אַז צו זײַן פֿרײַ איז װיכטיקער, און מער כּדאַי, אײדער דאָ צו פֿאַרבלײַבן..."

– "װי רעדסטו, מירל?" רײַסט זי איבער רבֿקה יודלמאַן [#18]. "אידעאַליזם איז ניט אַלעמאָל די בעסטע זאַך, װײַל אַמאָל דאַרף מען אױך זײַן רעאַליסטיש. די װעלט איז ניט קײן שײנע אָדער זיכערע אָרט פֿאַר מענטשן בכלל – און פֿאַר פֿרױען בפֿרט. קוק װאָס איז געװען מיט אונדז ביז מיט אַ װאָך צוריק. װי מע האָט אונדז אױסגענוצט – געצאַפּט דאָס בלוט. איך און מײַן צװילינג שװעסטער, לאה [#19], קענען זיך רעכענען, מײן איך, פֿאַר שײנע. אָבער פֿאַר אונדז איז אױך ניט אַזױ לײַכט צו געפֿינען אַ פּאַסיקן בחור. צו אָפֿט פאַראינטערערסירן זײ זיך, – אױב איך מעג אױסנוצן דעם באַקאַנטן װערטל: מערער אין די קנײדלעך, און װײניקער אין דער הגדה... איך און מײַן שװעסטער האָבן זיך דורכגערעדט, און באַשלאָסן אַז מיר בלײַבן. אין דער װאָך װאָס מיר זײַנען דאָ, האָבן מיר זיך ניט געפֿילט אַזױ פֿרײַ, אַזױ רואיק און זיכער, פֿון זינט מיר זײַנען געװען קלײנע זאָרגלאָזע און פֿרײלעכע מײדלעך בײַ טאַטע-מאַמע אין דער הײם. מיט דעם פּאַסטעך – און מיט אײַך אַלעמען, – פֿילן מיר זיך דאָ גוט און באַקװעם."

– "זײַט אידעאַליסטישע, אָבער גלײַכצײַטיק פּראַקטישע," רעדט װײַטער רבֿקה, און װענדט זיך צו מירלען און די אַנדערע װאָס האָבן זיך אַרומגעזאַמלט זי אױסהערן. "מיר דאַרפֿן דיר דאָ זײער, מירל – און אײַך אַלעמען אױך! איך מײן, אַז די מערסטע (אױב ניט אַלע), װילן דאָ פֿאַרבלײַבן. װאָס מער עס װעלן דאָ זײַן, אַלץ בעסער און זיכערער װעט אונדזער נײַ לעבן זײַן. גײ װײס װאָס װעט אַנדערשװאו זײַן... און גאָר אַלײן, אָפּגעזונדערט פֿון אַלץ און אַלעמען. איך װיל ניט פֿאַרלאָזן מײַן שװעסטער. איך װיל אײַך אַלעמען ניט פֿאַרלאָזן. איך מײן אַז דער פּאַסטעך איז גערעכט. מיר האָבן דאָ אַ גלענצענדע געלעגנהײט אָנצוהײבן עפּעס נײַ, עפּעס בעסערס. בלײַב דאָ מיט אונדז, מירל. העלף אונדז צו שאַפֿן דאָס װאָס אין תּוך האָבן מיר אַלע געשטרעבט דערצו: אַ װעלט פֿון גלײַכקײט, אמת, און יושר פֿאַר מאַן און פֿרױ, יונג און אַלט. איך מײן אַז ס'װעט דיר, – אַז ס'װעט קײנעם ניט, – פֿאַרדריסן."

– "דו װײסט דאָך, מירל," זאָגט גיטל גערשנזאָן [3#], "אַז די צװילינגס זײַנען גערעכט. מיר דאַרפֿן דיר דאָ. און מײן ניט, אַז איך פֿאַרמינער זיך, װען איך פֿרעג "װער װאָלט מיר גענומען?" אַ מײדל װאָס איז אַזױ הױך און דיק װי איך, איז ניט לײַכט צו געפֿינען אַ פּאַסיקן מאַן. קוק מיר נאָר אָן... און קײן געבילדעטע בין איך אױך ניט... (און פֿון קײן רײַכער צי מיחוסדיקער משפּחה אַװדאי ניט...). אָבער מיר געפעלט װי דער פּאַסטעך רעדט, און איך מײן אַז כאָטש עפּעס פֿון די לימודים װעט זיך דאָך אױף מיר אָפּרײַבן, און איך װעל זיך אױסלערנען נײַע זאַכן..."

און זי גיט צו:

– "איך שעם זיך ניט פֿון װאָס און װער איך בין. פֿאַרקערט, איך מײן אַז מײַן קראַפֿט קען דאָ זײער צונוץ קומען. אַ סך מײדן קוקן צו מיר צו העלפֿן זײ, צו זײַן זײער 'גרױסע שװעסטער' (אָדער אָפּהיטערין). דערפֿאַר אָבער, איז ניטאָ קײן אײנע דאָ װאָס קען אױף אַן אמת אָנפֿירן... װאָס קען אונדז אינספּירירן װי דו, מירל. באַטראַכט גוט װעגן פֿאַרבלײַבן, װײַל מיר האָבן דיך אַלע ליב, און נײטיקן זיך זײער אין דיר..."
*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 9.2 שחרית און קידוש

פאָרויס צו: 9.4 שבת אומרו

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 9

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל