====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 8

8.2 וואָס קאָכט זיך?

צוריק צו: 8.1 פון פּאַסטעכס טאָג-בוך

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 8

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "לאָמיר אַלע זינגען"

********

(06:00)

אַלע שטײען אױף, פּונקט װי אין די פֿריִערדיקע טעג, נאָר הײַנט, מערער פֿון אַלץ, באַקלאָגט מען זיך אױף װײטיקן איבערן גאַנצן גוף...

– "גוט מאָרגן אײַך אַלעמען," באַגריסט זײ דער פּאַסטעך, "איך הער פֿון פֿאַרשײדענע פֿון אײַך, אַז עס טוט אײַך װײ אין אַלע טײלן פֿון גוף. דאָס איז נאַטירלעך. איר האָט אין די לעצטע עטלעכע טעג זיך אָנגעשטרענגט פֿיזיש, אױף כּלערלײ אופֿנים, מיט טײלן פֿונעם קערפּער װאָס איר זײַט ניט צוגעװאױנט צו נוצן זײ. איר האָט זיך פֿאַרנומען מיט פֿיזישער אַרבעט אין אונדזער שטעטל "בראשית" (װאָס אַנטװיקלט זיך אַגבֿ גאַנץ שײן), און דערצו באַדאַרפֿט איר נאָך מאַרשירן עטלעכע קילאָמעטער, סײַ אַהין און סײַ צוריק..." און גיט צו מיט אַ שמײכל, װאָס אַ טײל פֿון די מײדלעך שמײכלען מיט: "און קײן טראַמװײַען האָבן מיר דאָך ניט דאָ."

– "דאָס װאָס מיר האָבן מצליח געװען צו דערגרײכן אין בלױז עטלעכע טעג איז גאַנץ מערקװירדיק. איר פֿירט אַדורך געניטונגען יעדן טאָג, און דערצו טוט איר פֿאַרנעמען זיך סײַ מיט אײנמאָליקע אױפֿפּאַסן בײַנאַכט בעת די שפּעטע װאַך-שעהן (װאָס דאָס נעמט צו פֿון אײַער שלאָף-צײַט), און אױך בײַם אָנציִען די באַטעריעס, װען איר דאַרפֿט גײן אָנדרײען די ביציקלעט-גענעראַטאָרן... און דערצו נאָך, האָט איר נעכטן געטאַנצט און געטאַנצט ביז אין די שפּעטע שעהן און דערנאָך זיך געלײגט שלאָפֿן, ניט אין בעטן װי סע פּאַסט, נאָר אױף דר'ערד, אין שלאָף-זעק..."

– "איך פֿאַרשטײ אײַך. אײַערע יונגע קערפּערס האָבן זיך שױן לאַנג אָפּגעװײנט פֿון אַזאַ פֿיזישער אָנשטרענגונג. עס איז נאַטירלעך, אַז פֿון אַלע זײַטן זאָל אײַך שטעכן. װי קען דאָס אַנדערש זײַן? פֿון דעסטװעגן, אױב מיר זאָלן קוקן אױף דעם פֿון דער פּאָזיטיװער זײַט, טוט יעדע באַװעגונג אײַך דערמאָנען אַז איר לעבט און אָטעמט און צעװאַקסט זיך. דאָס זײַנען דאָך קלײנע פּײַנען, אַנטקעגן װאָס עס האָט געקענט פּאַסירן יענעם שבת, מיט קנאַפּע אַ װאָך צוריק אינעם טרײַענגל-פֿאַבריק. מע דאַרף גאָר דאַנקען דעם אײבערשטן װאָס מיר קענען בכלל עפּעס פֿילן. אַ סך פֿון אײַערע באַקאַנטע פֿילן שױן גאָרניט, און צװישן די געראַטעװעט זײַנען פֿאַראַן אַ סך מיט שװערע װאונדן און גרױסע יסורים."

– "אָבער ניט דאָס בין איך אױסן. קודם כּל, האָב איך פֿאַר אײַך אַ גוטע בשׂורה, אַז הײַנט איז ערבֿ-שבת, און מאָרגן װעט איר קענען זיך רוען: ניטאָ שבת קײן פֿרימאָרגן געניטונגען. שבת אַרבעט מען דאָך ניט, און קײן ספּאָרט אָדער אַנדערע פֿיזישע אַקטיװיטעטן װעלן מאָרגן ניט זײַן. װאָס אָבער יאָ, מיר האָבן נאָך אַ סך צו טאָן הײַנט, און איר װעט אױך ניט גײן אַרבעטן אינעם שטעטל, נאָר פֿאַרנעמען זיך דאָ, מיט װאָס מע דאַרף, בײַ די שבת-צוגרײטונגען."

די מײדלעך רעאַגירן פּאָזיטיװ װען זײ הערן אַז זײ דאַרפֿן זיך ניט שלעפּן אַהין און צוריק, אַרבעטן בײַם אױפֿשטעלן און בױען דעם שטעטל "בראשית".

– "איך האָב נאָך אַ בשׂורה, אַז איך האָב פֿאַר אײַך אײַנגעאָרדנט האַלב-נאָרמאַלע בעטן... איך זאָג "האַלב-נאָרמאַלע", װײַל דאָס זײַנען בעטן װאָס נעמען זיך פֿונאַנדער, – אָדער בעסער געזאָגט: בײגן זיך אײַן אין צװײען, כּדי מע זאָל זײ קענען אַװעקלײגן ערגעץ אין אַ זײַט, און מען נעמט זײ אַרױס װען עס קומען אָן געסט. דאָס זײַנען פּשוטע בעטן מיט פּשוטע מאַטעראַצן, כאָטש אַװדאי בעסער װי שלאָפֿן אױף דר'ערד אין אַ שלאָף-זאַק. כּל-זמן מיר װעלן ניט האָבן פּערמאַנענטע הײַזער, װעלן מיר זיך דערװײַלע באַנוגענען מיט זײ. װי נאָר די הײַזער װעלן אױפֿגעשטעלט װערן, און מירן זיך אַרױסציִען פֿון אונדזער געצעלטן-דערפֿל, װעל איך אײַך באַזאָרגן מיט נאָרמאַלע בעטן.

איך דאַרף עטלעכע װאָלונטערינס צו קומען צו מײַן געצעלט נאָכן עסן, און העלפֿן אַריבערפֿירן די נײַע בעטן אין די פֿאַרשײדענע געצעלטן."

די מײדלעך זײַנען פֿון דעם באַגײַסטערט און אַ סך װילן אַרױסהעלפֿן. דער פּאַסטעך זעצט פֿאָר:

– " און אױב מיר רעדן שױן יאָ װעגן אַרבעט, װיל איך מעלדן די נעמען פֿון די קומענדיקע 5 מײדן װאָס דאַרפֿן אָנציִען די באַטעריעס דורך "רײַטן" אױף די גענעראַטאָר-ציקלען. דאָס זיינען:

 16# מירל פּערלמאַן, 17# חיה גרין, 18# רבֿקה יודלמאַן, 19# לאה יודלמאַן, און 20# נחמה ראָזענצװײַג."

מע הערט צװישן זײ קולות פֿון אַנטױשונג. בלױז נחמה ראָזענצװײַג [#20] מונטערט זײ, אַז: "דער פּאַסטעך האָט דאָך געזאָגט, אַז ס'איז װיכטיק צו טאָן, און דערצו געזונט. איך מײן אַז מיט אַזאַ רעזשים פֿון געזונטער אַרבעט און געניטונג, װעל איך אַװדאי קענען אַראָפּװאַרפֿן אַ פּאָר פֿונט אין אַ קורצער צײַט, און װערן שלאַנקער און שענער. דיר װעט דאָס אױך ניט שאַטן, חיה," װענדט זיך נחמה צו חיה גרין [#17], "קענסט זיך אױך דערלױבן צו פֿאַרלירן אַ פּאָר פֿונט..."

– "נו גענוג, נחמה," רײַסט זײ איבער דער פּאַסטעך, "מירן באַלד אַדורכפֿירן אונדזערע רעגולערע פֿרימאָרגן איבונגען און גײן עסן. נאָר פֿריִער װיל איך אײַך דערמאָנען אַז די נײַעס פֿון דער װעלט קענט איר געפֿינען אין די צײַטונגען װאָס איך האָב פֿאַר אײַך דאָ געבראַכט."

– "װאָס שײַך דעם טאָג פּלאַן. װי דערמאָנט, װעט די אײנציקע אַרבעט הײַנט זײַן זיך צוצוגרײטן אױף שבת. װאָס שײַך די לימודים, װעלן מיר אין אַ געװײנטלעכן פֿרײַטיק, באַהאַנדלען װעלט-שפּראַכן (מיט זײערע ליטעראַטורן) און אױך מוזיק (סײַ ייִדישע און סײַ ניט ייִדישע). אָבער דאָס מאָל איז אָפּגעלײגט, װײַל איך האָב אײַך נעכטן צוגעזאָגט, אַז איך װעל אײַך דערצײלן װעגן דער ייִדישער מדינה. אײגנטלעך, װעל איך בעת די לימוד-שעהן דערגאַנצן אונדזער געשיכטע איבערבליק, איבער װאָס עס האָט פּאַסירט (אָדער פֿון אײער קוק-װינקל, װאָס עס דאַרף נאָך פּאַסירן) אױף דער װעלט, און פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, ביז דעם 21סטן יאָר-הונדערט ..."

– " דו ביסט פֿונעם יאָר 2000?" רופֿט אַרױס  רײזל טשאַרנעס [#22] מיט דערשטױנונג.

– "געבױרן, בין איך נאָך אַ סך יאָרן פֿאַר דעם. אָבער יאָ. דאָס איז מער אָדער װײניקער מײַן צײַט. אָדער בעסער געזאָגט, די יאָרן פֿון װעלכע איך קום אָן צו אײַך. אָבער װעגן דעם, װעלן מיר שפּעטער הערן. לאָמיר אָנגײן מיט דעם פֿרימאָרגן פּראָגראַם, און דערנאָך זיך פֿאַרנעמען מיט די שבת-צוגרײטונגען. צי האָט עמעצער פֿראַגעס?"

קײן ספּעציעלע פֿראַגעס צי באַמערקונגען זײַנען ניטאָ. דער פּאַסטעך פֿאַרענדיקט, און אַלע נעמען זיך צו די געניטונגען. נאָך דעם װאַשט מען זיך אױף פֿרישטיק. מען עסט אָפּ, און מע טײלט אױס די פֿאַרשײדענע אַרבעטן אױף צוגרײטן זיך אױף שבת. עטלעכע מײדן קומען צום פּאַסטעכס געצעלט און העלפֿן אַריבערפֿירן די נײַע, צײַטװײַליקע בעטן אין די פֿאַרשײדענע געצעלטן.

[08:00]

נחמה ראָזענצװײַג [#20] װאָס איז פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַרן עסן, זאַמלט צונױף עטלעכע פֿון אירע חבֿרטעס אױף צוגרײטן די שבת מאכלים. װי נאָר זי הײבט אָן אױסטײלן די פֿאַרשײדענע פֿליכטן פֿון װער עס קאָכט װאָס, קומען אַָן נאָך 5 מײדן צו העלפֿן, מיט חנה אַלטמאַן [#14] בראָש.

– "װאָס טוט איר דאָ? מיר האָבן גענוג הילף," זאָגט זײ נחמה.

– "האָב ניט קײן פֿאַראיבל, נחמה, אָבער דאָס װאָס איר גרײט צו אין מיטן דער װאָך איז אײן זאַך, און צוגרײטן אױף שבת, איז גאָר אַן אַנדער זאַך," זאָגט חנה. "ניט יעדער איז פעאיק אױף דעם – מע דאַרף פֿאַרשטײן..."

– "מיר דאַרפֿן ניט אײַער הילף. מיר װײסן װאָס צו טאָן," צעהיצט זיך נחמה און ענטפֿערט חנהן מיט ניט ווײניק כּעס.

די מײדלעך פֿון די צװײ מחנות קריגן זיך איבער װי אַזױ מע דאַרף קאָכן געװיסע שבת מאכלים. נחמה מיט אירע אַרױסהילפערינס: חנה דיכטער [#7], חיה גרין [#17], רבֿקה יודלמאַן [#18]און לאה יודלמאַן [#19], – זײַנען דער עיקר ליטװישע. זײ װילן, אַז די געפֿילטע פֿיש זאָל זײַן געמאַכט אַביסל שאַרף, מיט שװאַרצן פֿעפֿער. חנה, דאַקעגן, מיט אירע חבֿרטעס (צילע גאָלדין [#9], מאַשע לעװין [#11], אײדל יאַקאָבזאָן [#13]און חנה שעכטערמאַן [#25]) זײַנען דער עיקר גאַליציאַנער/פּױלישע. לױט זײ, דאַרף די געפֿילטע פֿיש גאַָר זײַן זיס. מע קריגט זיך אױך לױט װי צו סערװירן: הײס צי קאַלט ...

מע צעהיצט זיך, און אַנשטאָט צו אַרבעטן, גיט יעדע איר עצה, און זײ שטײען און שרײַען אײנע אױף דער אַנדערער... ביז די יונגע חנה נױמאַן [#1] (װאָס איז געװען דערבײַ און געװאָלט זיך לערנען פֿון די עלטערע, – פֿון די "עקספּערטן"), לױפֿט צו צום פּאַסטעך און רופט אים, ער זאָל דרינגענדיק קומען, אײדער עס קומט פֿאָר אַ טראַגעדיע, און מע זאָל חלילה ניט גײן אױף קלעפּ...

דערװײַלע קומען אָן צו גײן אַנדערע מײדלעך, צוליב די געשרײען, און אױך די דעל-מאָנטע מײדן. זײ איז נײַגעריק צו װיסן װעגן װאָס מע קריגט זיך. פײגע-הינדע [#10] קלערט פֿאַר זײ אױף װאָס דאָס איז גענױ געפֿילטע פֿיש, און אין װאָס עס גײט אָן דער קריג. די עלטערע, לוטשיאַנאַ [#6] צעלאַכט זיך הױך אױפֿן קול, און דאָס קריגערײַ הערט זיך פּלוצלונג אױף, און אַלע דרײען זיך אױס און קוקן אױף איר. זי זאָגט זיי — דורך פײגע-הינדעס איבערזעצן פון איטאליעניש אויף יידיש — אַז זי קען מאַכן בעסער.

פײגע-הינדע קלערט װײַטער אױף, פֿאַר אַלעמען, אַז לוטשיאַנאַ האָט זיך געלערנט צו װערן אַ "שעף" (קעכערין), און איז גרײט זיך צו פֿאַרנעמען מיט די "געפֿילטע-פֿיש": – דער הױפּט פּרינציפּ פֿון מאָלן פֿיש כאַפּט זי גיך אױף, װי אױך פײגע-הינדעס אױפֿקלערונגען װעגן די אַנדערע נײטיקע און אױך אָפּציאָנאַלע אינגרעדיִענטן (באַשטײטײלן/באַשטאֵנדטײלן) װי זאַלץ, פֿעפֿער, מערן, און ברױט. די אַנדערע זײַנען מסכּים צו לאָזן זי פּרובירן, בתּנאַי, אַז זײ זאָלן גלײַכצײַטיק אױך קענען מאַכן פֿיש לױט זײער נוסח.

װי נאָר דער קאָמפּראָמיז איז פֿעסטגעשטעלט, – אַז זײ זאָלן זיך טײלן און מאַכן עטלעכע סאָרטן פֿיש, און דער פּאַסטעך מײנט אַז ער איז אַרױס פֿון דעם געפעך אַ לעבעדיקער, הײבט זיך אָן אַ נײַע מעשׂה װעגן דעם קוגל/קיגל. דער פּאַסטעך גרײט זיך צו "הײבן גיך די פֿיס אױף די פּלײצעס און מאַכן פּליטה" (װי שלום-עליכם האָט עס געמאָלן). מע הײבט זיך אָן שטופּן און אַמפּערן, קריגן זיך ערנסט. פּלוצלונג הערט זיך אַ שטאַרקן פּױקן-שאַלן װי פֿון צימבאַלן. דאָס איז לוטשיאַנאַ װאָס קלאַפּט אַרײַן אין אַ טשײַניק מיט אַ פֿענדזל. עס װערט װידער שטיל. זי נעמט די זאַכן אין האַנט, און מיט אַ ביסל הילף פֿון פֿײגע-הינדען, בײַם איבערזעצן, גיט זי אַרױס באַפֿעלן און זאָגט יעדע אײנע װאָס צו טאָן: אײן גרופּע װעט צוגרײטן דער ערבֿ-שבתדיקער מאָלצײַט, און די צװײטע גרופּע װעט צוגרײטן דעם שבתדיקן טשאָלנט און מיטאָג.

װי נאָר דער פּאַסטעך מײנט אַז ער קען זײ פֿאַרלאָזן, הײבט זיך װידער אָן "קאָכן":

– "איך װײס ניט צי איך קען עסן אַזאַ זאַך," זאָגט נחמה מיט שפּאָט.

– "נו אַדרבא, ס'עט זײַן גוט פֿאַר דײַן דיעטע, פֿאַר דײַן פֿיגור. – דו נײטיקסט זיך דאָך אין אַ גוטער רעזשים," זאָגט חנה אַלטמאַן [#14], און אירע חבֿרטעס צעלאַכן זיך.

דער פּאַסטעך מוז זיך װידער אַרײַנמישן (ניט געקוקט אױף דער "סכּנת נפֿשות"), און רעדט שטרענג צו זײ, אַז זײ זאָלן אױפֿהערן זיך צו קריגן, אַניט װעלן זײ גאָרניט האָבן געטאָן, און מ'עט פּראַװען די שבת סעודהס מיט סאַרדינען פֿון בלעכענע קעסטלעך... ער גיט לוטשיאַנאַן די פולמאַכט צו באַקומען הילף פֿון װעמען זי װיל, און אַװעקטרײַבן װער סע שטערט און פֿאָלגט ניט.

קױם װי ער קריכט אַרױס אַ לעבעדיקער. װאָס װעט זײַן בײַם צוגרײטן די פּסח מאכלים, טראַכט ער?....

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 8.1 פון פּאַסטעכס טאָג-בוך

צוריק צו: 8.1.1 דעם טאָג-פּלאַן

פאָרויס צו: 8.3 לימודים – V – די וועלט פון 1948 ביז

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 8

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל