מער קיין פּחד
ניט: I -דער פּאַסטעך!
כראָניק פון אַ
נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך –
די ערשטע פאַזע
צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 7
************************************
********
(19:00)
צװישן
זיבן און זיבן דרײַסיק אין
אָװנט, קומען אָן אַ צאָל מײדן, װאָלונטערן, און צוזאַמען מיטן פּאַסטעך
אַראַנזשירן זײ די טישן אין אַ קרײַז, אױף אַזאַ אופֿן, אַז אין מיטן איז
דאָ אַ
פֿרײַע פּלאַץ. דערנאָך נעמען זײ צודעקן די טישן און צוגרײטן די טעלערס,
גאָפּלען,
מעסערס, און כּוסות. דאָס טוען זײ גיך, און לאָזן זיך שנעל צוריקגײן אין
די
געצעלטן כּדי זיך צוצוגרײטן צו דער סעודה-שׂמחה. דער פּאַסטעך איז דער
לעצטער צו
גײן, און פֿאַרנעמט זיך נאָך אַ פּאָר מינוט מיט די לעצטע
אַראַנזשירונגען, און
זעט אַז אַלץ זאָל זײַן געהעריק גרײט.
אַזײגער
זיבן דרײַסיק אין אָװנט,
קומען אַלע צונױף בײַ די שײן געדעקטע עס-טישן. די מערסטע מײדלעך האָבן זיך
אָנגעפּוצט,
און מע קומט אָן מיט אַ דערהױבענער שטימונג. דער עיקר פֿילט זיך עס בײַ די
יעניקע
װאָס האָבן אַ שטײן אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון האַרצן און האָבן שױן באַשטימט
און
אָנגעזאָגט דעם פּאַסטעך אַז זײ האָבן מיט אַ רײנעם געװיסן באַשלאָסן צו
פֿאַרבלײַבן און מיט אים חתונה צו האָבן.
דער
פּאַסטעך באַװײַזט זיך
אָנגעטאָן ציכטיק-רײן. מיט אַ לײַכטן שפּרונג פֿאַרנעמט ער דעם אױבנאָן
פֿון דעם
קרײַז טישן װאו די מײדלעך שטײען און רײדן. מיט אַ מאַיעסטעטישן און
דראַמאַטישן
קול, רופֿט ער צו זײ אַרױס:
–
"מזל-טובֿ, מזל-טובֿ,
מזל-טובֿ !!! איך באַגריס אײַך אַלעמען,– די שענסטע דאַמען אױף דער װעלט –
און...
די אײנציקע..." און מיט דעם, גיט ער אַ שפּרונג צו צו דער קלײנער חנה
נױמאַן [#1], כאַפּט זי
אָן בײַ אײן האַנט, ציט זי אַרײַן אין מיטן קרײַז, גיט זי אַ מין דרײ אױס
װי אין אַ
טאַנץ, און זאָגט צו איר אַזױ:
–
"חנהלע, זיסינקע. די ביסט
נאָך צו יונג פֿאַר תּנאָים, פֿאַרן חתונה האָבן, דערפֿאַר אָבער װעסטו
זײַן מײַן
רעכטע האַנט, און הײַנט אָװנט מיך אַרױסהעלפֿן מיט אַלץ װאָס דאַרף דאָ
פֿאָרקומען.
– ביסטו מסכּים דערצו?"
מיט
גרױס איבערראַשונג און פֿרײד,
שאָקלט זי צו מיט דער קאָפּ, און קען אַפֿילו ניט אַרױסרײדן קײן װאָרט.
דער
פּאַסטעך דרײט זיך איצט אױס צו
אַלעמען און זעצט פֿאָר זײן רײדן.
– "טײַערע מײַנע, הײַנט אָװנט װעלן מיר פֿײַערן אַ װאונדערבאַרע זאַך: די ערשטע פֿאַזע פֿון דער פאַרקנסונג פֿון מאַן און פֿרױ. דער ערשטער טראָט פֿאָרױס אין צוזאַמענשמעלצן אַ פֿאַראײביקטן בונד צװישן באַשערטן און זײַן באַשערטער (אין דעם פֿאַל – און זײַנע באַשערטע), און גלײַכצײַטיק, – צװישן די באַשערטע און זײער באַשערטן. די דאָזיקע תּנאָים צערימאָניע און שׂמחה װאָס מיר װעלן באַלד פֿײַערן איז, לױט בעסערע און גרעסערע קענערס פֿאַר מיר, נאָך װיכטיקער און שאַפֿט אַ נאָך שטאַרקערע און פֿעסטערע פֿאַרבינדונג צװישן מאַן און פֿרױ, װי דאָס איז די חתונה אַלײן. יעדנפאַל, אַזױ זאָגט מען מיר."
– "אָבער אײדער מיר גײען
װײַטער, און אײדער דער אָװנט הײבט זיך אָן,... לױט אונדזער
װײניקער-פֿון-אײן-װאָך-אַלטער
טראַדיציע, מוזן מיר באַשטימען די 2 מײדלעך פֿאַר יעדער װאַך װאָס װעט
װײַטער
פֿאָרקומען, אַפֿילו הײַנט בײַנאַכט, װאָס צופֿעליק (צי ניט), זײַנען 4
פֿון די
הײַנטיקע 6 װעכטערינס פּונקט צװישן די װאָס פֿײַערן תּנאָים... די
װעכטערינס װעלן
הײַנט זײַן:
וואַך#1 (00:00-21:00): חיה גרין [#17], רבֿקה יודלמאַן [#18]
וואַך#2 (03:00-00:00): בלומקע זיסמאַן [#23], חנה זאַנד [#24]
וואַך#3
(06:00-03:00): סאָניע װעכטער [#29], חנה
שעכטערמאַן [#25]
ער
דעקט טײלװײַז אָפּ אײנע פֿון די
טישן, און מע זעט ליגנדיק פֿון אונטן אַ צאָל נומערירטע פּעקלעך,
אַרומגעװיקלט אין
קאָלירטע פּאַפּיר.
–
"חנהלע. זײַ אַזױ גוט, טײל
אױס פֿאַר יעדער אײנער איר פּעקעלע, יעדן נומער צו איר מײדל. װען איר
באַקומט אײַער
פּעקל, מעגט איר עס עפֿענען, און איך װעל אײַך שױן באַלד אױפֿקלערן װאָס
אַזױנס
דאָס איז."
און
מיט דעם, גײט ער צו צו נאָך
צװײ טישן און דעקט זײ אױך טײלװײַז אָפּ. דאָרטן געפֿינען זיך נאָך פּעקלעך.
חנה
נױמאַן נעמט פֿון אונטער די
טישן די פּעקלעך, און אײנס נאָך דעם אַנדערן טײלט זי זײ אױס די נײַגעריקע
מײדלעך.
פֿאַר איר איז אױך פֿאַראַן אַזאַ פּעקל. מיט גרױס קינדערישער פֿרײד,
כאַפּן די
מײדלעך אַרױס די פּעקלעך װאָס חנה דערלאַנגט זײ, און רײַסן גלײַך פֿון זײ
אַראָפּ
די קאָלירטע פּאַפּיר. זײ געפֿינען דאָרט אינעװײניק אַ מאָדנע קלײן
זילבערנעם
קעסטעלע.
–
"איר האַלט אין האַנט אַ פֿאָטאָ-אַפּאַראַט.
טאַקע אַ גאָר קלײנע. דאָס איז פֿון אַן אַװאַנסירטער טעכנאָלאָגיע װאָס
מע רופֿט
אָן "דיגיטאַלער טעכנאָלאָגיע". איך װעל איצט ניט אַרײַנגײן אין די
פּרטים, נאָר איך װעל אײַך אָנװײַזן װי עס צינדט זיך אָן, און די הױפּט
פּרינציפּן
פֿון װי אַזױ זיך צו באַגײן מיט דעם."
במשך
פֿון בערך אַ האַלבע שעה, גיט
ער זײ אָנװײַזונגען װי אַזױ זיך צו באַנוצן מיט די פּשוטסטע פֿונקציעס,
דער עיקר
פֿון נעמען אײנצעלנע און פּשוטע בילדער (כאָטש די אַפּאַראַטן זײַנען
מסוגל צו
מער).
–
"די מתּנות ענדיקן זיך
אָבער ניט מיט דעם," רעדט ער װײַטער, און גײט צו צו אַן אַנדער טיש, װאָס
אונטער דעם האָט ער באַהאַלטן אַ קעסטל. פֿון קעסטל נעמט ער אַרױס קלײנע
קעסטעלעך,
שײן דעקאָרירט, און אױף יעדן אָנגעשריבן שײן אַ נאָמען. ער רופֿט אַרױס די
נעמען
פֿון די מײדלעך, אײנע נאָך דער אַנדערער, און גיט זײ יעדע אײנע אַ
קעסטעלע, און
רעדט דערבײַ צו זײ אַזױ:
–
"אין יעדן קעסטעלע װעט איר
געפֿינען אַ רינג מיט אַ בריליאַנט. דאָס איז מײַן פּערזענלכע מתּנה צו
יעדער
אײנער פֿון אײַך, לכּבֿוד דער גרױסער שׂמחה הײַנט. די מתּנה איז אײַערס –
אױף
אײביק. צי איר באַשליסט צו פֿאַרבלײַבן, אָדער ניט. דאָס רינג דאַרף אײַך
דינען װי
אַ סימן פֿון מײַן פרײַנטשאַפט צו אײַך. פֿאַר די װאָס באַשליסן ניט צו
פֿאַרבלײַבן, נעמט עס מיט װי אַ זכר פֿון װאָס עס האָט געקענט זײַן.
אינעװײניק
שטײט אײַנגעקריצט די װערטער "פֿון בראשית". אַזאַ זאַך, מײן איך איז
ניטאָ, און איז אין ערגעץ קײנמאָל ניט געװען. איר זײַט אַ ספּעציעלע
גרופּע פֿרױען.
אַן אוניקום אױף דער װעלט."
–
"װעגן די
פֿאָטאָ-אַפּאַראַטן, אָבער, איז אַן אַנדער מעשׂה. װער עס באַשטימט ניט
צו
פֿאַרבלײַבן, װעט מוזן דאָס איבערלאָזן דאָ. אױך די פֿאָטאָגראַפֿיעס װאָס
איר װעט
נעמען הײַנט און במשך פֿון די קומענדיקע טעג, װעט איר מוזן דאָ
איבערלאָזן. דאָס
רינג װעט פֿאַר אײַך פֿאַרבלײַבן די אײנציקע זאַך פֿאַר אַ זכּרון, אַ
חוץ, װאָס
איר אַלײן פֿאַרגעדענקט."
–
"איך װיל בײַ דער געלעגנהײט
איבערחזרן די באַדינגונגען פֿון פֿאַרבלײַבן דאָ, װאָס עטלעכע פֿון אײַך
האָבן שױן
אָנגענומען, אַז זײ זײַנען גרײט זיך צוצופּאַסן צו די דאָזיקע תּנאָים...."
דער
פּאַסטעך חזרט דאָ איבער די
פֿאַרשײדענע באַדינגונגען און פֿאַרפֿליכטונגען װאָס יעדע פֿרױ װאָס
פֿאַרבלײַבט
װעט דאַרפֿן זיך אונטערנעמען אױסצופֿירן און זיך צופּאַסן צו דעם. ער
דערמאָנט װי
אין פֿאַרשײדענע פּרשהס אין דער תּורה (אין ספֿר דבֿרים אין די פּרשהס:
עקב, ראה,
נצבים-ױלך, װי אױך אַנדערשװאו) – װערט דערמאָנט דער ענין פֿון לױן און
שטראָף, אַז
אױב מע װעט זיך פֿירן װי מע דאַרף, װעט מען געלױנט װערן, און אױב חס-ושלום
פֿאַרקערט, װעט מען באַשטראָפֿט װערן. דערבײַ דערמאָנט ער אױך זײַנע
אײגענע
התחײַבֿותן און פֿאַרפֿליכטונגען צו באַשיצן זײַנע כּלות, זײ צו באַזאָרגן
מיט
אַלץ װאָס זײ און זײערע משפּחות (װאָס זײ װעלן מירצעשעם גרינדן) װעלן
דאַרפֿן.
–
"... און איצט, נאָך אַ פּאָר
װערטער װעגן די צװײ פּרשהס פֿון דער װאָך אין װעלכן מיר געפֿינען זיך
(ױקהל-פּקודי).
מיר האָבן שױן דערמאָנט, אַז אין דער ערשטער פּרשה שטײט אַז מע מוז האַלטן
שבת,
און אַז עס װערן דערמאָנט די יעניקע מיט די קלוגע הערצער "לבֿ חכם". איך
װיל אױך פֿאַרגלײַכן דאָס מיט אונדזער הײַנטיקער שׂמחה. די צװײ פּרשהס
דערצײלן
װעגן בױען און אױפֿשטעלן (און דער עיקר באַפּוצן) דעם מזבח. אין דעם האָבן
געהאַט
אַ האַנט – אַ װיכטיקע בײַטראָג, – די פֿרױען פֿון בני-ישׂראל. עס שטײט,
אַז װען
מע האָט געװאָלט שאַפֿן די גאָלדענע קאַלב – דעם אָפּגאָט (דעמאָלט װען מע
האָט
געמײנט אַז משה רבינו איז געשטאָרבן װײַל אַזױ לאַנג איז ער פאַרשװאונדן
אױבן
אױפֿן באַרג סיני), האָט מען געמוזט צװינגען די פֿרױען אָפּצוגעבן זײער
גאָלד און
צירונג פֿאַרן שאַפֿן דעם אָפּגאָט. דערפֿאַר אָבער, װען מע האָט זיך
גענײטיקט אין
גאָלד און צירונג פֿאַר דער מזבח, זײַנען די ייִדישע טעכטער געװען גרײט
אַלץ
אָפּצוגעבן."
–
"די הײַנטיקע צערימאָניע
פֿון תּנאָים צװישן אונדז (איך, דער פּאַסטעך, מיט דער טוץ מײדלעך מיט
װאָס מיר
מאַכן הײַנט תּנאָים) איז בלױז דער ערשטער טראָט פֿאָרױס. פּונקט װי מיטן
שאַפֿן
און באַפּוצן דעם מזבח. מיט דער חתונה װאָס װעט מירצעשעם פֿאָרקומען
זונטיק – און
איך האָף אַז ניט נאָר װעט איר מײדלעך ניט חרטה האָבן ביז דעמאָלט, נאָר
אַז אַלע
זאָלן ביז מוצאי שבת האָבן באַשלאָסן צו פֿאַרבלײַבן מיט אונדז – אַז ערשט
דעמאָלט
װעט אונדזער מזבח אָנהײבן צו פֿונקציאָנירן, און מיטן חתונה האָבן מיט
מיר, װעלן
אונדזערע קרבנות זײַן די פֿאַרשײדענע פּאָזיטיװע זאַכן װאָס מיר װעלן דאָ
אַדורכפֿירן צוזאַמען אין אַ גײַסטיש דערהױבענעם, אָבער גלײַכצײַטיק
נאַטירלעכן
און רײנעם ייִדישן לעבן."
–
"טײַערע מײַנע, די גליקלעכע
כּלות מײַנע רוף איך איצט אַרױס צו זיך, און מיר הײבן שױן אָן די שׂמחה.
זײַט אַזױ
גוט, קומט אַהער: װעראָניקאַ
דעל-מאָנטע [#5], לוטשיאַנאַ
דעל-מאָנטע [#6], פײגע-הינדע
גאָלדבערג [#10], חיה
גרין [#17], נחמה
ראָזענצװײַג
[#20], בלומקע
זיסמאַן
[#23], חנה
זאַנד
[#24], חנה
שעכטערמאַן
[#25], דאָראַ
װאַסערהאָלץ
[#27], מינדל
אײדלשטײן [#2], און ליבע סאָבאָל [#21].
לכּבֿוד
מלכּה
געגערמאַנען [#8] – װײַל זי איז דערװײַלע
נאָך אַ ביסל צו יונג, – װעלן מיר אין עטלעכע חדשים אַרום פֿײַערן
באַזונדער אַ
תּנאָים (און חתונה)."
די
מײדלעך שטײען אױף פֿון זײערע
ערטער, און קומען אַלע אַרײַן אינעם קרײַז פֿון די טישן, לעבן דעם
פּאַסטעך, און
מע פֿירט אַדורך אַ קורצע תּנאָים צערימאָניע פֿון ברעכן טעלערן. אַזױ װי
קײן
מאַמעס פֿון די כּלות זײַנען ניטאָ, קלײַבט יעדע אײנע אױס אַ חבֿרטע, זי
זאָל
פֿאַר איר צעברעכן אַ טעלער, לזכר חורבן בית המקדש. נאָך דעם, עסט מען, און עטלעכע מײדן שטײען אױף אַפֿילו, און הײבן אָן טאַנצן.
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]