====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 7

7.5  לימודים – IV – די וועלט פון 1932ביז 1948 (אומקום און אויפֿקום)

צוריק צו: 7.4 – איינער פֿאַר אַל, און אַלע פֿאַר איין...

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 7

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "שטילער, שטילער"

********

(16:30)

נאָך דער אָפּרו-הפֿסקה, קומען די מײדלעך זיך צונױף פֿאָרצוזעצן די לימודים. פּונקט װי אין די פֿריִערדיקע טעג, דערמאָנט דער פּאַסטעך װעגן דעם אַז מע גײט װידער אָפּלײגן אױף דער קומענדיקער װאָך געװיסע אַלגעמײנע לעקציעס (הײַנט, פֿון ייִדישער ליטעראַטור, ספּאָרט, און קאָמפּיוטערײַ) װאָס װאָלטן באַדאַרפֿט פֿאָרקומען אין דעם פּלאַנירטן װאָכעדיקן קוריקולום. ער קלערט פֿאַר זײ װידער אױף, אַז דאָס איז דערפֿאַר װאָס מע מוז אָפּגעבן צײַט פֿאַר געשיכטע, װײַל אין דעם איצטיקן מאָמענט איז דאָס װיכטיקער פֿאַר זײ צו װיסן און צו פֿאַרשטײן.

– "און איצט, טײַערע מײַנע, װעל איך אײַך דערצײלן װעגן אײנע פֿון די בלוטיקסטע תּקופֿות אין מאָדערנע צײַטן, און בפֿרט אין דער ייִדישער געשיכטע. איך װײס ניט גענױ װי אַזױ אָנצוהײבן. נאָר אפֿשר, װעל איך טאַקע אָנהײבן פֿון דעם סוף... די תּקופֿה װאָס מיר דאַרפֿן הײַנט באַהאַנדלען קומט פֿאָר צװישן די יאָרן 1932-1948. מיר װעלן אָבער דער עיקר באַהאַנדלען די יאָרן 1939-1945 בעת װעלכע עס איז פֿאָרגעקומען אַ גרױסע מלחמה אין אײראָפּע װאו זײער אַ סך ייִדן זײַנען אומגעקומען. די מלחמה אַלײן האָט מען אַ נאָמען געגעבן "די צװײטע װעלט מלחמה". די "גרױסע מלחמה" (װאָס מיר האָבן אײער-נעכטן געלערנט װעגן איר) – פֿון 1914-1918 – האָט מען דעריבער פֿאַרביטן איר נאָמען אױף "די ערשטע װעלט מלחמה". און דאַנקען גאָט, איז ביז מײַן צײַט נאָך ניט געװען קײן "דריטע װעלט מלחמה", כאָטש דאָ און דאָרט פֿלאַקערן אױף כּלערלײ מלחמות (סײַ קלענערע, און סײַ גרעסערע)..."

– "די סיבה װאָס מיר לערנען הײַנט די תּקופֿה פֿון 1932 ביז 1948, װעט איר באַלד פֿאַרשטײן. קודם כּל, װאָלט מען געקענט אָנװײַזן, אַז די סיבות און װיכטיקע פֿאַקטאָרן װאָס האָבן דערפֿירט צו דער צװײטער װעלט מלחמה ציִען זיך דער עיקר פֿון בערך די יאָרן 1932. און די אָפּקלאַנגען דערפֿון האָבן געהאַט גרױסע השפּעות אױפֿן ייִדישן פֿאָלק נאָך אַ סך, אַ סך יאָרן שפּעטער, אָבער דער עיקר און מערקװירדיג, אינעם יאָר 1948. טאָ לאָמיר טאַקע אָנהײבן מיטן סוף פֿון דער תּקופֿה װאָס מיר װילן הײַנט באַהאַנדלען: מיטן יאָר 1948." 

– "אײדער מיר לערנען װעגן דער גרױלעכער און שרעקלעכער תּקופֿה פֿון דער צװײטער װעלט מלחמה, װיל איך אײַך פֿריִער איבערגעבן, אַז כאָטש מיר דאַרפֿן פֿון אײן זײַט זײַן זײער טרױעריק און אײַנגעהאַלטן צוליב דער טראַגעדיע פֿון דער גרױסער אומגליק צום ייִדישן פֿאָלק אין די דערמאָנטע יאָרן 1939-1945, װיל איך זיך טײלן מיט אײַך און אַנטפּלעקן די פרײדיקסטע נײַעס פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק פֿון זינט דער אָנהײב פֿון אונדזער גלות מיט אַרום 2000 יאָר צוריק: אַז אין יאָר 1948 איז דעקלאַרירט געװאָרן אַ ייִדישע מדינה "מדינת ישׂראל", – אין ארץ ישׂראל, – װאָס עקזיסטירט ביז הײַנט צו טאָג (ד.ה. ביז אין מײַן צײַט), מיט אַן אײגענער מיליטער, פּאָליצײ, רעגירונג און פֿאַרשטײט זיך, אײגענע ייִדן..." 

װי נאָר די מײדלעך דערהערן די דאָזיקע דערשטױנענדיקע און פֿרײדיקע נײַעס שפּרינגען זײ פֿאַר גרױס פֿרײד, און זײ קענען זיך כּמעט ניט אײַנהאַלטן. אַ טײל פֿון די מײדלעך כאַפּן זיך אַרום און צעקושן זיך מיט טרערן אין די אױגן. אַנדערע זײַנען מער אײַנגעהאַלטן. ניט אַלע זײַנען ציוניסטיש געשטימט. 

– "מײנע טײַערע, זײַט אַזױ גוט, און באַרואיקט זיך. ס'איז טאַקע פֿאַראַן פֿאַר װאָס זיך צו פֿרײען און זיך צו שטאָלצירן, – אָבער װעגן דעם געבורט און אַנטװיקלונג פֿון דער נײַער יונגער און דינאַמישער ייִדישער מדינה אין ארץ ישׂראל, װעלן מיר זיך דער עיקר פֿאַרנעמען מאָרגן. איך בעט אײַך, אַז איר זאָלט איצט פֿאַרנעמען אײַערע פּלעצער. זיצט, זײַט אַזױ גוט, שטיל, װײַל די געבורט פֿון דער ייִדישער זעלבסטשטענדיקער מדינה איז אַדורך מיט גרױסע, – גאָר גרױסע יסורים..." 

דער פּאַסטעך הײבט אָן מיט אַ מין סך-הכּל פֿון געװיסע שליסל געשעענישן אין דער ייִדישער געשיכטע בכלל, װאָס האָבן זיך אױסגעדריקט אין ייִדן-האַס (שׂינאת ישׂראל), און דער עיקר קידוש-השם. ער דערמאָנט דעם ראָמאַן "דער לעצטער פֿון די צדיקים" (Last of the Just) פֿון אנדרעי שװאַרץ-באַרט, װאָס דערצײלט װעגן אַן אױסגעטראַכטער משפּחה װאָס אירע מיטגלידער פֿיגורירן במשך פֿון דורות צװישן די ל"ו צדיקים, און זײַנען אָפֿט געגאַנגען אױף קידוש-השם.

ער דערפֿירט דורך דעם, און נאָך אַזעלכע בײַשפּילן, ביז צו דער תּקופֿה פֿון נאַציאָנאַליזם אין מזרח אײראָפּע, גלײַך נאָך דער ערשטער װעלט מלחמה. ער שילדערט די פּאַסירונגען אין דײַטשלאַנד, און די פּאָליטיש-עקאָנאָמישע באַנקראָט זײערער, נאָכן פֿאַרשפּילן "די גרױסע מלחמה", אַרײַנגערעכנט די שרעקלעכע פֿינאַנציעלע לאַגע בכלל אין דער װעלט אין די אָנהײב 1930ער. ער דערצײלט זײ אַ ביסל װעגן דער "נאַצי-פּאַרטײ" און דער װידערגעבורט פֿון דײַטשלאַנד – װי אַזױ די דײַטשן האָבן אָנגעהױבן צוריק זיך שטעלן אױף די פֿיס, און צוריק װערן אַ װעלט-מאַכט. 

ער דערצײלט װעגן דעם דיקטאַטאָר אַדאָלף היטלער, ימח שמו, און זײַנע געהילפֿן, און װי די דײַטשן האָבן געפּרעדיקט אַ טעאָריע פֿון ראַסן-רײנקײט, אַז זײ זײַנען "אַריאַנער" און "אױבערמענטשן", און די ייִדן זײַנען בלוט-זױגערס און "אונטערמענטשן". און כאָטש אַזעלכע רײד און טעאָריעס זײַנען ניט געװען קײן נײַע, האָבן די דײַטשן פּערפעקציאָנירט זײער פּראָפּאַגאַנדע סיסטעם, און אָפּגענאַרט פֿריִער זײער אײגענעם פֿאָלק אין דײַטשלאַנד, און דערנאָך איבער דער וועלט. צוביסלעך האָבן זיי אויך געפֿונען שותּפֿים אין די אַרומיקע מדינות. – אָט למשל װעגן די נירענבערג געזעצן, װאָס האָבן באַגרענעצט אָדער אַפֿילו צוגענומען די רעכט פֿון די ייִדישע בירגער און תּושבֿים אין דײַטשלאַנד (ענלעכע אַזעלכע דיסקרימינאַטאָרישע גזירות זײַנען אױך געמאַכט געװאָרן אין איטאַליע, למשל, װאָס איז געװאָרן דער הױפּט שותּף אין דעם װעלט קריג קעגן די אַליאירטע װעלט-כּוחות). 

ער קלערט אױף, אַז דאָס איז בלױז געװען די ערשטע פֿאַזע: אַ שרעקלעכע און כיטרע פּראָפּאַגאַנדע װאָס האָט זיך אָנגעהױבן מיט אַ סך יאָרן פֿאַר דער צװײטער װעלט מלחמה, טאַקע אין די 1930 יאָרן, כּדי צו דערפֿירן צו דער צװײטער פֿאַזע: אינגאַנצן אױסראָטן דעם ייִדישן פֿאָלק. דער פֿירער פֿון דער נאַצי-פּאַרטײ, אַדאָלף היטלער, ימח שמו, האָט אַלײן דערמאָנט װי אַזױ די טערקישע אַרמײ האָט אין יאָר 1917 אַדורכגעפֿירט אַ שרעקלעכע שחיטה איבער די אַרמעניער, און אומגעבראַכט איבער אַ מיליאָן מענער, פֿרױען און קינדער. די װעלט האָט דעמאָלט געשװיגן. האָט ער געטעהנעט, אַז די װעלט װעט אַװדאי אױך שװײַגן װען מע װעט אױסשעכטן דעם ייִדישן פֿאָלק – און אַזױ איז מער אָדער װײניקער טאַקע געװען.

דער פּאַסטעך קאָנצענטרירט זיך דער עיקר אױף דער נײַער צוגאַנג פֿון "מלחמה אױף ייִדן" (װי עס האָט דאָס געשילדערט די היסטאָריקערין דר. לוסי דאַװידאָװיטש אין איר בוך װעגן פּונקט אָט-אַ-דער תּקופֿה). ער זאָגט, אַז דאָס איז בלױז נאָך אײן בלוטיק קאַפּיטל אין דעם "בלוט-בוך" פֿון דער ייִדישער געשיכטע. דעמאָלט האָט דאָס דײַטשע פֿאָלק אַדורכגעפֿירט אַ מין "האַקן-קרײצצוג", קודם אױף די אײגענע ייִדישע בירגער אין דײַטשלאַנד, און דערנאָך, נאָכן אָנפֿאַלן און פֿאַרכאַפּן אַרומיקע מדינות, דאָס רודפֿן און אױסשעכטן אַלע ייִדן אין מזרח און מערבֿ אײראָפּע. 

ער דערצײלט, אַז דאָס הרגענען ייִדן איז ניט פֿאָרגעקומען אױף דעם "נאַטירלעכן" אופֿן (װי גרױליק דאָס זאָל ניט קלינגען), װי דאָס געשעט אין צײַט פֿון מלחמות – פּונקט װי עס איז דערמאָנט געװאָרן, אַז אַרום אַ האַלב-מיליאָן ייִדן זײַנען אומגעקומען בעת דער ערשטער װעלט מלחמה. – נײן, דאָס איז געװען אַ סיסטעמאַטישער, גוט-פּלאַנירטער און אױסגעפֿירטער אַקטיװיטעט פֿון אױסראָטן דעם ייִדישן פֿאָלק – אין דײַטשלאַנד און איבער דער גאָרער װעלט. דאָס האָבן די דײַטשן אַלײן אָנגערופֿן די "פֿינאַלע לײזונג" װאָס האָט געהײסן מאַכן אַ סוף צום ייִדישן פֿאָלק, – קלײן און גרױס, מאַן און פֿרױ, יונג און אַלט, אַז קײן ייִד זאָל מער ניט לעבן אױף דער װעלט. אַפֿילו גלאַט אָפּשטאַמיקע, האַלבע-ייִדן, און אָפּגעשמדטע פֿון עטלעכע דורות האָבן די דײַטשן אַרעסטירט און דערהרגעט – אַבי קײן זכר פֿונעם ייִדישן פֿאָלק זאָל ניט פֿאַרבלײַבן. 

די דאָזיקע שחיטה, דערצײלט דער פּאַסטעך, האָט דאָס ייִדיש פֿאָלק אָנגערופֿן "דער דריטער חורבן", אָדער "חורבן", װאו עס זײַנען אומגעקומען איבער 6 מיליאָן ייִדן, װאָס צװישן זײ זײַנען געװען אַרום אײן און אַ האַלב מיליאָן ייִדישע קינדער, – סך הכּל, איבער אַ דריטל פֿון ייִדישן פֿאָלק.

– "װי געזאָגט," קלערט אױף דער פּאַסטעך. "רופֿט די װעלט דער פּעריאָד "די 2טע װעלט מלחמה", און מיר ייִדן: "דער חורבן". מע װאָלט געקענט אַפֿילו זאָגן אַז אין אײן-און-דער זעלבער צײַט זײַנען געפֿירט געװאָרן גלײַכצײַטיק 2 מלחמות: אײנע קעגן גאָר דער װעלט, און אײנע קעגן אַלע ייִדן אױף דער װעלט. 

ער דערצײלט װײַטער, װי אַזױ דײַטשלאַנד דערקלערט מלחמה אױף אַ האַלבער װעלט, װעגן אירע עיקר-שטיצערס: איטאַליע אין אײראָפּע, און אין װײַטן מזרח – יאַפּאַן, און װי די דײַטשן מיט זײערע משרתים אין די פֿאַרשײדענע מזרח און מערבֿ אײראָפּעיִשע לענדער באַפֿאַלן און פֿאַרכאַפּן די אַרומיקע מדינות סיסטעמאַטיש, מיט כּמעט ניט קײן װידערשטאַנד. און גלײַכצײַטיק װערט אַדורכגעפֿירט אַ פּסיכאָלאָגישע און גײַסטישע דערנידעריקונג און פֿיזישער אױסראָטונג פֿון דעם גאַנצן אײראָפּעיִשן ייִדנטום. 

ער דערצײלט װעגן די נידערטרעכטיקע "עס-עס"- און "געסטאַפּא"-לײַט, װעגן די קאַצעטן און טױט-לאַגערן, און װעגן די געטאָס. ער דערצײלט אױך װעגן יודנראַט, און דער ייִדישער פּאָליצײ, װי אױך אַנדערע ייִדן (למשל קאַפּאָס אין די לאַגערן), װאָס האָבן מיטגעאַרבעט מיט די דײַטשן. 

ער קלערט אױף, װי אַזױ זײ האָבן אַלץ געטאָן צו צעברעכן דעם גײַסט פֿון ייִדישן פֿאָלק, און װי די ייִדן האָבן זיך ניט צעבראָכן, נאָר מוטיק, דער עיקר גײַסטיש, אָבער אױך פֿיזיש, זיך קעגנגעשטעלט און צוריקגעקעמפט אין געטאָ, אין די װעלדער אין אָרגאַניזירטע פּאַרטיזאַנען-װידערשטאַנד, און אַפֿילו אין די לאַגערן. 

ער דערצײלט װעגן דעם מאַרטירער שמואל אַרטור זיגלבױם, און װעגן די העלדן פֿון דער װאַרשעװער געטאָ אױפֿשטאַנד, און אַז אין געװיסע טױט לאַגערן האָבן די אומבאַװאָפנטע, הילפֿלאָזע ייִדישע יונגע-לײַט זיך אַזױ העלדיש קעגנגעשטעלט די גרעסטע און מעכטיקסטע אַרמײ אין אײראָפּע אין דער צײַט. 

ער דערצײלט אַ ביסל פֿון װי די מלחמה האָט פּראָגרעסירט אױף די פֿאַרשײדענע פֿראָנטן, װעגן די סאָװיעטן און ענגלענדער, און אַמעריקאַנער, – װי אױך, אױבערפלעכטלעך, װעגן דער מלחמה קעגן יאַפּאַן, און די שרעקלעכע אַטאָמישע באָמבעס װאָס אַמעריקע האָט געװאָרפֿן אױף די יאַפּאַנישע שטעט היראָשימאַ און נאַגאַסאַקי. 

דער עיקר, אָבער, דערצײלט ער װעגן דער מלחמה אױף ייִדן, אַז אַפֿילו װען די מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט, זײַנען נאָך געװען אַזעלכע װאָס זײַנען באַפֿאַלן ייִדן, – למשל װעגן פּאָגראָם אין קעלץ, פּױלן, אין יאָר 1946. 

במשך פֿון דעם רײדן, הערן די מײדלעך אױס און רעדן כּמעט גאָרניט. די שילדערונגען פֿון די געטאָס, די קאָנצענטראַציע- און טױט-לאַגערן, די שרעקלעכע אומשטענדן װאָס ייִדן האָבן באַדאַרפֿט אױסהאַלטן, די שחיטהס װי פֿון באַבי-יאַר, די קרעמאַטאָריעס אין טרעבלינקע, אױשװיץ און אַנדערשװאו, די עקספּערימענטן אױף קינדער און פרויען... אַלץ הערן די מײדלעך אױס מיט טרערן אין די אױגן, און טיפֿן מיטלײד. בײַם פּאַסטעך ציטערט אָפֿט דער קול, און פֿון צײַט צו צײַט מוז ער זיך אָפּשטעלן, און זיך שטאַרקן... 

און פֿון דעסטװעגן, פֿון צײַט צו צײַט, רײַסט מען אים איבער מיט אַ פֿראַגע, אַ באַמערקונג, אָדער אַ פּראָטעסט: "... װי האָט דאָס געקענט געשען?...", "פֿאַרװאָס האָבן די ייִדן זיך דערלאָזט פֿירן צו דער שחיטה?...", "װאו איז די װעלט געװען?", "װאו איז גאָט געװען?..."

דער פּאַסטעך קען זײ ניט געבן קײן ענטפֿערס, סײַ צוליבן מאַנגל אין צײַט, סײַ װײל אַ טײל פֿון די ענטפֿערס זײַנען ביז הײַנט שװער צו געבן, אָדער צו אַקצעפּטירן, אָדער בכלל צו פֿאַרשטײן. און צו אַ טײל פֿון די פּראָטעסטן און שװערע שאלות, איז אפֿשר ניטאָ קײן ענטפֿער, אָדער ניטאָ קײן ענטפֿער װאָס אַ פּשוטער בשׂר-ודם קען באַגרײַפֿן... 

דער פּאַסטעך ענדיקט מיט די דאָזיקע װערטער:

– "די פאַרװאָסן האָבן, לרובֿ, ניט קײן ענטפֿערס. הײַנט האָב איך אײַך איבערגעגעבן אַ בליק אױף די הױפּט פֿאַקטן און פֿאַקטאָרן. אין די קומענדיקע װאָכן װעלן מיר אַלץ לערנען מער פּרטמדיק, און מיר װעלן האָבן אַ געלעגנהײט אַרומצורײדן און באַטראַכטן װאָס איז פֿאָרגעקומען. הײַנט האָבן מיר ניט קײן צײַט פֿאַר מערער פֿון דעם. איך װאָלט אָבער געװאָלט צוגעבן, אַז ניט אַלע זײַנען געװען קעגן ייִדישן פֿאָלק. געװען דאָ און דאָרט העלדן-טאַטן און מסירת נפֿש מצד ניט-ייִדן: פֿון אײַנשטעלן דעם לעבן, פֿון זיך קעגנשטעלן און זיך אָננעמען פֿאַר ייִדן אַפֿילו עס איז געװען אַ גרױסע געפֿאַר. עס װערן פֿאַרצײכנט טױזנטער פֿאַלן װאו ניט-ייִדן האָבן מיט גרױסער ריזיק געראַטעװעט די גערודפֿטע, הילפֿלאָזע ייִדן. אין אַלגעמײן, אָבער, האָט די װעלט געשװיגן..." 

– "אָבער נאָך ערגער איז," זעצט ער פֿאָר, "װאָס אַפֿילו מיט אַלע עדות, ייִדישע און ניט ייִדישע, און אַפֿילו מיט די אַלע דאָקומענטן, פֿילמען און פֿאָטאָגראַפֿיעס װאָס די דײַטשן האָבן אַלײן אַזױ סיסטעמאַטיש און אַקוראַט געקליבן, פֿאַרשריבן, און דאָקומענטירט, – קומען נאָך אַלץ אױף, אױף דער װעלט, גאָר נידערטרעכטיקע מענטשן (װי אױך מנהיגים פֿון מדינות װאָס זײַנען אַ סכּנה פֿאַר ייִדנטום און פֿאַר דער מענטשהײט), װאָס לײקענען דאָס װאָס איז פֿאָרגעקומען. זײ זאָגן אַז עס איז אַלץ אַן אױסגעטראַכטע מעשׂה. דאָס איז אױך אַ װיכטיקער פֿאַקטאָר פֿאַר װאָס איר זײַט דאָ, און פֿאַרװאָס מיר װעלן צוזאַמען שאַפֿן אַ נײַעם װעג און אַ נײַע הײם פֿאַר ייִדן צו קענען לעבן אין שלום און אָן פּחד. טראַכט פֿון דעם אױך, װען איר באַשטימט צי איר װעט יאָ אָדער ניט פֿאַרבלײַבן דאָ אין אונדזער נײַעם הײם. טראַכט פֿון דעם אױך..." 

און מיט די װערטער װערט ער פֿאַרשװיגן, דרײט זיך אױס, און הײבט אָן פֿאַרלאָזן די מײדלעך. נאָר פּלוצלונג שפּרינגט אַרױף די 11-יעריקע חנה נױמאַן [#1], און זאָגט:

– "צי קענען מיר ניט טאָן עפּעס פֿאַר די קרבנות? צי קענען מיר זײ ניט אַרױסראַטעװען? צי קענסטו ניט, פּאַסטעך, זײ ברענגען אַלע אַהער, װי דו האָסט עס געטאָן מיט אונדז?..." 

דער פּאַסטעך דרײט זיך װידער אױס צו זײ, און אַ קלײן שמײכל באַװײַזט זיך אױף זײַן פּנים װאָס איז אין די לעצטע פּאָר שעה געװען ערנסט און אָנגעשטרענגט, – ניט דער פּנים צו װאָס די מײדלעך זײַנען די לעצטע טעג געװען צוגעװאױנט צו דעם, װאָס שטראַלט און שמײכלט. 

– "דו ביסט אַ קלוג מײדל, חנה. און האסט אַ גוט האַרץ... יאָ, מיר װעלן אַלץ טאָן כּדי צו ראַטעװען װאָס מער פֿון זײ. עס װעט ניט זײַן קײן לײַכטע זאַך. די מערסטע פֿון די קרבנות, מיליאָנען, װעלן מיר ניט קענען ראַטעװען. זײער גורל איז שױן פֿאַרזיגלט אין דער געשיכטע פֿון דער װעלט. אָבער דאָ און דאָרט – װאו מיר װעלן קענען, – װעלן מיר העלפֿן. ס'עט ניט זײַן קיין לײַכטע זאַך צו טאָן... דאָס איז אױך אַ סיבה פֿאַרװאָס איך דאַרף אײַך דאָ: כּדי צו העלפן מיר... טראַכט פֿון דעם אױך..." און מיט די װערטער, פֿאַרלאָזט ער זײ. 

יעדע אײנע שטײט באַלד אױף פֿון איר אּרט, אָבער גאּר פּאַמעלעך, װי מיט אַ גאּר שװערן עול אױף די פּלײצעס, און אין די מחשבֿות... זײ צעגײען זיך שטילערהײט.

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 7.4 – איינער פֿאַר אַל, און אַלע פֿאַר איין...

פאָרויס צו: 7.6 תּנאים

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 7

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל