מער קיין פּחד
ניט: I -דער פּאַסטעך!
כראָניק פון אַ
נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך –
די ערשטע פאַזע
צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 7
************************************
פראַגמענט פונעם ליד "יאָמע, יאָמע"
********
(06:00)
אַלע קומען זיך צונױף אױף דעם טרײַענגל-פּלאַץ,
װאו דער פּאַסטעך באַגריסט זײ מיטן אַנאָנסירן די "נײַעסן" און פּלענער
פֿאַרן טאָג.
– "גוט מאָרגן, און אַ גוטן חודש ניסן אײַך אַלעמען. איך האָף
אַז איר זײַט אַלע גוט געשלאָפֿן, װײַל מיר האָבן אַ סך װאָס צו טאָן
הײַנט. אין סדר-היום שטײט, אַז
מיר װעלן הײַנט אָנגײן מער אָדער װײניקער מיט די רעגולערע אַקטיװיטעטן.
די הױפּט ענדערונג איז װאָס
בעת די לימודים װעלן מיר זיך קאָנצענטרירן בלױז אױף דער
געשיכטע לעקציע, און די פּלאַנירטע לימודים פֿון ייִדישער ליטעראַטור, ספּאָרט, און קאָמפּיוטערײַ װעלן מיר
די װאָך אָפּלײגן, און זיך
נעמען צו דעם אױף אַ רעגולערן אופֿן
ערשט קומענדיקע װאָך. מירן זיך
דעריבער באַמיִען אַרײַנצוגנבֿענען
די דאָזיקע טעמעס אױף אַן אַנדערן אופֿן, צי בײַ אַנדערע אַקטיװיטעטן.
למשל, װעגן קאָמפּיוטערײַ און די נײַע
טעכנאָלאָגיעס, האָב איך פֿאַר אײַך אַ
סורפּריז װאָס איך װעל פֿאַר אײַך אַנטפּלעקן
הײַנט בעת דער אָװנט אַקטיװיטעט."
– "אַגבֿ, אױב
מיר דערמאָנען שױן דער אָװנט אַקטיװיטעט, האָב איך פֿאַר אײַך אַ
גוטע בשׂורה: אַזױ װי אַ טײל פֿון אײַך
האָט מיר שױן אָנגעזאָגט אַז זײ אַקצעפּטירן דאָ צו פֿאַרבלײַבן מיט מיר, האָב איך באַשלאָסן אַז הײַנט אָװנט
װאָלט געװען אַ גוטע
געלעגנהײט אַדורכצופֿירן אַ תּנאָים באַנקעט. אין אַנדערע װערטער: מיר װעלן הײַנט
אין אָװנט פּראַװען אַ פֿײַערלעכע שׂמחה
בײַ געדעקטע טישן."
– "אמת, די מערסטע פֿון
אײַך האָט נאָך ניט באַשלאָסן צי זײ װילן יאָ צי ניט פֿאַרבלײַבן, – און איך
װיל אױך ניט דרוקן אױף אײַך שױן הײַנט
צו באַשליסן. איר האָט, װי אָפּגערעדט, ביז מוצאי שבת. דערפֿאַר,
אָבער, פֿאַר די װאָס האָבן שױן יאָ באַשלאָסן, איז דאָס די פּאַסיקסטע צײַט אַדורכצופֿירן אַ תּנאָים-שׂמחה,
װײַל מאָרגן איז דאָך ערבֿ שבת, און מוצאי-שבת איז דאָך דער אָװנט פֿאַר דער חתונה טאָג (װאָס װעט פֿאָרקומען זונטיק), און דאָס פּאַסט ניט. הײַנט אָװנט בלײַבט,
דעריבער, די לעצטע געלעגנהײט פֿאַרן פֿײַערן
אַזאַ שׂמחה. די אַלע װאָס האָבן
נאָך ניט באַשטימט קענען דאָס זען װי אַן אַרומנעמענדיקער "תּנאָים"-פֿײַערונג פֿאַר די חבֿרטעס װאָס נעמען יאָ אָן, פּונקט
װי פֿאַר די װאָס דאַרפֿן נאָך אַ
ביסל צײַט אײדער זײ מאַכן
זײער ענדגילטיקן באַשלוס. אַזױ
אַרום, װען איר װעט מירצעשעם
דערצײלן די קינדער און אײניקלעך אײַערע װעגן די ערשטע
טעג אין שטעטל בראשית, װעט איר אױך קענען איבערגעבן אַז
אַ "תּנאָים" איז
אױך פֿאָרגעקומען פֿאַר דער
חתונה."
– "אָבער אײדער
איך פֿאַרגעס, װיל איך מעלדן די נעמען פֿון די 5 מײדן װאָס דאַרפֿן הײַנט אָנציִען
די באַטעריעס דורך "רײַטן"
אױף די גענעראַטאָר-ציקלען. דאָס
זײַנען: 11# מאַשע לעװין, 12# חנה לעװינסאָן,
13# אײדל יאַקאָבזאָן,
14# חנה אַלטמאַן, און #15 סאָסיע טיילבוים. צי האָט עמעצער פֿראַגעס?"
– "... גוט... איך װיל אײַך
בלױז דערמאָנען, אַז בעת דער
מיטאָג-אָפּרו װעט פֿאָרקומען אַ טרעפֿונג
פֿון דער משפּחה-קאָמיסיע כּדי אַדורכצוגײן
מיט מיר אַ צאָל ענינים װעגן
דער חתונה זונטיק. מיר האָבן, פֿאַרשטײט
זיך, ניט פֿאַרגעסן אַז מיטן אָנקומען פֿון דעם חודש ניסן הײַנט, בלײַבן בלױז צװײ װאָכן ביז פּסח, און ס'פֿאַראַן נאָך אַ
סך װאָס צו טאָן בײַם צוגרײטן זיך אַלײן, און אונדזער
קלײנעם ישוב. װעגן דעם, װעלן מיר צונױפֿרופֿן
די משפּחה-קאָמיסיע קומענדע װאָך, נאָך
דער חתונה. דעמאָלט װעלן מיר אױך װיסן גענױ װיפֿל פֿון אײַך
פֿאַרבלײַבט, און װאָס מיר האָבן צו טאָן אױף װײַטער."
– "װאָס איז די
'משפּחה' קאָמיסיע?" פֿרעגט חיה
גרין [#17]. "איך האָב גאָרניט
געהערט פֿון אַזאַ זאַך. װער איז אין דער קאָמיסיע,
און מיט װאָס פֿאַרנעמט זי
זיך?"
– "װאָס? מיר האָבן נאָך ניט געשאַפֿן
קײן "משפּחה קאָמיסיע"?" װאונדערט זיך דער פּאַסטעך. "מסתּמא בין איך געװען אַזױ שטאַרק פֿאַרנומען מיט אַנדערע זאַכן, אַז איך האָב
דאָס פֿאַרגעסן... הקיצור,
די קאָמיסיע װעט באַשטײן פֿון פֿינף פֿרױען
װאָס האָבן שױן חתונה געהאַט, און דער עיקר פֿון אַזעלכע װאָס האָבן
אַלײן אױפֿגעהאָדעװעט קינדער,
און געפֿירט אַ משפּחה לעבן – אָדער װאָס זײַנען באַהאַװנט
אין דעם. זײ װעלן באַהאַנדלען און זיך פֿאַרנעמען מיט ענינים פֿונעם משפּחה-לעבן דאָ אין אונדזער נײַעם ישוב. מיר האָבן איצט ניט קײן צײַט מערער אַרומצורײדן דעם ענין. בעת דער סעסיע הײַנט,
װעלן מיר איבערגײן געװיסע ענינים און אױך דיסקוסירן די ראָלעס און פֿאַראַנטװאָרטלעכקײטן פֿון די קאָמיסיע מיטגלידער."
– "איך מײן, אַז
איר קענט שױן איצטער באַשטימען װער עס װעט זײַן אין דער "משפּחה" קאָמיסיע. איך װיל אײַך דעריבער
בעטן, אַז איר זאָלט אױסקלײַבן אַ פֿאָרשטײערין
פֿון יעדן הױז, װאָס האָט געװיסע נײגונגען און דערפֿאַרונג
מיט משפּחה ענינים."
די פֿאָרשטײערינס װערן
גלײַך אָנגענומען אין די בלױע,
געלע, ברױנע, און רױטע הײַזער. דערפֿאַר,
אָבער איז אַ ביסל שװערלעך אױסצוקלײַבן די פֿאָרשטײערין פֿון דער גרינער הױז. די נאַטירלעכסטע קאַנדידאַטין איז שׂרה ברײטמאַן [#4]. זי האָט דאָך איר גאַנץ
לעבן אָפּגעגעבן איר אײגענער משפּחה,
האָט שטאַרק ליב די שטוב, און
װי אַן אמתער "מאַמע",
מקריבֿ געװען אירע אײגענע אינטערעסן כּדי
צו באַזאָרגן די הױז-געזינד (אין איר פֿאַל,
פֿאַר דער קראַנקער מאַמען אירער, און די ייִנגערע שװעסטערלעך).
פֿון דער אַנדערע זײַט, איז לוטשיאַנאַ דעל-מאָנטע
[#6] די עלטסטע אין דער גרינער הױז. און כאָטש לוטשיאַנאַ קען שװאַך ייִדיש, און האָט אפֿשר װײניקער דערפֿאַרונג מיט קלײנװאַרג װי שׂרה, האָט זי אָבער
יאָ געהאַט אַ מאַן (זיך גגט
פֿאַרן פֿאַרלאָזן איטאַליע), און דאָס װעט איר
דערנענטערן צו די אַנדערע חבֿרטעס
אין דער קאָמיסיע. צו דעם, װערט צוגערעכנט
איר אײגנאַרטיקער דערפֿאַרונג,
– זײענדיק פֿון אַן איטאַליעניש-ייִדישער משפּחה, – קען
דאָס אַרײַנברענגען אַ פֿרישן קוק אױף די פֿאַרשײדענע ענינים. דערפֿאַר װערט
זי אױסגעקליבן. בײַם נעמען דעם באַשלוס,
באַשטימט מען אױך, אַז שׂרה קען אַרײַן אין דער קאָמיסיע שפּעטער, װי אַן עצה-געבערין.
נאָך דער קורצער דיסקוסיע װערן אױסגעװײלט די פֿאָלגנדיקע מענטשן פֿאַר דער משפּחה קאָמיסיע (מ"ק):
- פֿאַר די גרינע: לוטשיאַנאַ דעל-מאָנטע – #6
- פֿאַר די רױטע: מאַשע לעװין
– #11
- פֿאַר די בלױע: חיה גרין – #17
- פֿאַר די געלע: חנה זאַנד
– #24
- פֿאַר די ברױנע: פֿרײדל װײצמאַן
– #28
– "גוט, לאָמיר פֿאָרזעצן," זאָגט דער פּאַסטעך. "פֿאַר די װאָס זײַנען פֿאַראינטערעסירט,
האָב איך אײַך װידער געבראַכט אַ צאָל
טאָג-צײַטונגען פֿון דער דרױסנדיקער װעלט, כּדי
איר זאָלט װיסן װאָס עס טוט
זיך דאָרט. טאָ לאָמיר זיך איצט נעמען צו די פֿרימאָרגן
אַקטיװיטעטן פֿון איבן זיך,
און דערנאָך װעל איך גײן דאַװנען
און איר קענט אַרײַנכאַפּן עפּעס
צו עסן... צי זײַנען דאָ פֿראַגעס, אָדער װיל עמעצער עפּעס אַנדערש אַנאָנסירן...?"
– "איך האָב אַ בקשה," רופֿט זיך אָפּ מינדל
אײדלשטײן [#2].
– "יאָ, װאָס איז עס, מינדל? לאָמיר
אױסהערן," זאָגט דער פּאַסטעך.
– "זונטיק אין דער פֿרי,
נאָך דער מעדיצינישער אונטערזוכונג, האָבן מיר באַקומען אַ צאָל קלײדער. איך מײן אַז אַלע האָבן
געטראַכט װי איך, און זיך גאָרניט
פֿאָרגעשטעלט אַז מירן דאָ דאַרפֿן
פֿאַרװײַלן אַ לענגערע צײַט, און דעריבער האָבן מיר
אױסגעקליבן בלױז אײן קלײדל, און אײן פּאָר שיך. מיר
קענען אָבער ניט פֿאַרבלײַבן
אַזױ מיט בלױז אײן בגד. מיר דאַרפֿן
נאָך קלײדער און נאָך שיך, איבערהױפּט, פֿאַר די װאָס האָבן בדעה צו פֿאַרבלײַבן. מיר װעלן אַװדאי אױך דאַרפֿן זיך אַ ביסל אָנפּוצן און אױספּוצן לכּבֿוד די פֿאַרשײדענע פֿײַערונגען: למשל די תּנאָים הײַנט אָװנט, און די חתונה זונטיק.
און װאָס איז מיט שבת? אױף שבת דאַרף
מען אױך נײַע קלײדער, און עס קומט דאַָך
באַלד אָן פּסח, – דאַרפֿן מיר אױך בגדים לכּבֿוד יום-טובֿ..."
עטלעכע אַנדערע
מײדלעך שטיצן אונטער מינדלס רײד.
– "דו ביסט גערעכט, מינדל. איר זײַט אַלע גערעכט. איר זעט, אַ מאַן פֿאַרשטײט
װײניק אין די זאַכן. גוט װאָס
דו האָסט דאָס אַרױסגעבראַכט. און בכלל, בעט איך אײַך:
דערמאָנט און מאָנט דאָס װאָס איר נײטיקט זיך אין דעם,
ספּעציעל פֿרױען-זאַכן, װײַל מײַן
קאָפּ טראַכט פֿון אַנדערע זאַכן,
און איך פֿאַרשטײ בכלל װײניק אין די נײטן פֿון אַ פֿרױ.
איר װעט מיך דאַרפֿן אױסלערנען..." װענדט ער זיך
צו זײ מיט אַ שמײכל.
– "טאָ לאָמיר מאַכן אַזױ:
בעת דער אָפּרו-פּעריאָד, נאָך מיטאָג, קומט צו מיר װידער אַרײַן אין מײַן געצעלט, און דאָרט, אין דער הינטערשטער טײל, װעט איר קענען געפֿינען דאָס װאָס
איר דאַרפֿט בנוגע קלײדונג און
שיך. און טאָמער פֿעלט אײַך פֿאָרט אױס, אָדער איר געפֿינט ניט פּאַסיקע מאָסן, גרײט מיר צו אַ רשימה פֿון װאָס
איר דאַרפֿט. און טאָמער
װילט איר אױך זיך אויספּוצן מיט ליפּן-רײטל,
פּאַרפֿומען, קאָסמעטיק, און דאָס גלײַכס, װעל איך זען אײַך אױך צו באַזאָרגן מיט דעם. טאָ לאָמיר פֿאָרזעצן
מיט די פֿרימאָרגן אַקטיװיטעטן..."
די מײדלעך שטעלן זיך אױס אין עטלעכע רײען, לױט
די קאָלירן פֿון זײערע הײַזער, און הײבן אָן די פֿרימאָרגן-גימנאַסטיק. דער פּאַסטעך רופֿט אַרױס
פײגע-הינדען [#10] זי זאָל שטײן אױבן-אָן און מיטהעלפֿן אָנפֿירן מיט די
געניטונגען.
*************************************************
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]
צוריק צו: 7.1 פון פּאַסטעכס טאָג-בוך
צוריק צו: 7.1.1 דעם טאָג-פּלאַן
פאָרויס צו: 7.3 אַ ייִדישע היים