====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 7

1.1 פון פּאַסטעכס טאָג-בוך:
- דאָנערשטיק, דעם 30סטן מערץ, 1911

"הײַנט איז געװען אַ גאַנץ גורלדיקער טאָג, און אַװדאי אײנער פֿול מיט גרױסע עמאָציעס. פֿון אײן זײַט האָבן מיר פֿאָרגעזעצט די רוטינע אַקטיװיטעטן פֿון אױפֿשטײן, איבן זיך, פֿרישטיק, און אַרבעט, און נאָך דעם, מיטאָג און לימודים. דאָס טוען מיר שױן עטלעכע טעג, און צוביסלעך װירקט דאָס זײ צוזאַמענצושמעלצן אין אַ מער קאָהעסיװער, פאַראײניקטער גרופּע. די רעגולערע אַקטיװיטעטן און מיטאַרבעט באַרואיקט זײ, און גיט זײ אַ געפֿיל פֿוןײַן אין דער הײם", אָדער כאָטש זײַן אין אַן אָרט און מצבֿ װאָס זײ װאָלטן אפֿשר געװען גרײט צו "זײַן אין דער הײם".

אַ טײל פֿון די מײדלעך הײבן אַפֿילו אָן צו באַװײַזן מער פֿאַראַנטװאָרטלעכקײט אין װאָס עס טוט זיך אַרום זײ. צום בײַשפּיל, פֿאַראינטערעסירן זײ זיך מער אין דער אַרבעט אַרום די געבײַדעס פֿון שטעטל "בראשית" װאָס זײ שטעלן אױף – אַפֿילו װאָס זײ האָבן ניט אַלע באַשטימט צי זײ פֿאַרבלײַבן, צי ניט.

פֿון דער אַנדער זײַט, בלית-ברירה, האָבן די אַנטפּלעקונגען פֿון הײַנט זײ װידער באַאומרואיקט און צעטומלט: סײַ די שױדערלעכע שילדערונגען פֿון חורבן מזרח אײראָפּע בעת דער צװײטער װעלט-מלחמה, און סײַ די פֿרײדיקע נײַעס פֿון דער אַנטשטײאונג פֿון דער ייִדישער מדינה אין ארץ ישׂראל... און ערשט אין אָװנט, – אַדורכגעפֿירט אַ באַשײדענע תּנאָים-שׂמחה, מיט די װאָס האָבן ביז אַהער שױן באַשלאָסן אַז זײ זײַנען גרײט דאָ צו פֿאַרבלײַבן.

אין אַ געװיסן זין, פֿיל איך זיך װי אַ שמיד: קודם כּל, הײצט ער אָן די מעטאַל, און נאָך דעם קלאַפּט ער און קלאַפּט, כּדי עפּעס צו שאַפֿן. װי נאָר עס הײבט אָן באַקומען עפּעס אַ סטאַבילקײט און פֿורעם, נעמט ער עס און שטעלט עס װידער אַרײַן אין פֿײַער, ציט עס באַלד אַרױס, און נעמט װידער קלאַפּן..."

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

פאָרויס צו: 7.1.1 דעם טאָג-פּלאַן

 פאָרויס צו: 7.2 אַ "גוירל"דיקער טאָג

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 7

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל