====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב  
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 6

6.6 טאַנץ אַ ביסעלע מיט מיר

צוריק צו: 6.5 ימודים – III – די וועלט פון 1918 ביז 1932

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 6

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "אין ראָד אַרײַן"

********

(19:30)

נאָכן אָוונטברויט ווערט אַנאָנסירט די 2 מיידלעך פאַר יעדער וואַך:

וואַך#1 (00:00-21:00): דאָראַ וואַסערהאָלץ [#27],    פריידל ווײַצמאַן [#28]

וואַך#2 (03:00-00:00): לוטשיאַנאַ דעל-מאָנטע [#6],  מינדל איידלשטיין [#2]

וואַך#3 (06:00-03:00): מאַשע לעווין [#11],            חנה לעווינסאָן [#12]

 
– " נו, טײַערע מײַנע. הײַנט האָב איך פֿאַר אײַך אַ קלײנעם, אַ באַשײדענעם סורפּריז. אַנשטאָט מיר זאָלן אַדורכפֿירן אונדזער געװײנטלעכן "באַקאַנטשאַפֿט" פּראָגראַם װאו אײנע אָדער מער מײדלעך דערצײלט װעגן זיך, װעלן מיר טאַנצן!"

– "װאָס, אױף אַן אמת?" זאָגט סאָניאַ װעכטער [#29] "איך האָב ליב צו טאַנצן."

– "און איך אױך", "און איך אױך" שפּרינגען אַרױף מיט צופֿרידנקײט די צװילינג מײדלעך רבֿקה [#18] און לאה יודלמאַן [#19]. אַנדערע מײדלעך גיבן אױך צו, אַז זײ זײַנען צופֿרידן פֿון דעם געדאַנק.

דער פּאַסטעך גיט זײ צו װיסן, אַז ער װעט פֿאַר זײ װײַזן קורצע טאַנץ-סצענעס פֿון פֿילמען און אַנדערע פּראָגראַמען אױף אַן עקראַן װאָס ער װעט באַלד אױפֿשטעלן, װעלן זײ קענען אױך זען נײַע סאָרטן טאַנצן װאָס װערן אױסגעפֿירט. און כאָטש די מערסטע מײדלעך נעמען אָן ענטוזיאַסטיש דער דאָזיקער אָװנט פֿאַרװײַלונג, זײַנען שױן דאָ אַזעלכע װאָס הײבן אָן אונטערברומען...

– "װאָס טױג מיר די טענץ, אַז ס'איז פֿאַראַן בלױז אײן מאַן דאָ, און איך װײס אַז איך װעל זײַן די לעצטע מיט װעמען ער װעט טאַנצן – אױב ער װעט מיך בכלל װעלן נעמען. פּונקט װי אַלעמאָל, װעל איך בלײַבן שטעקן אין דער זײַט... אַלע װעלן הנאה האָבן און מיך װעט מען פֿאַרגעסן..." זאָגט חנה לעװינסאָן [#12] מיט אַ טרױעריקן קול און הײבט באַלד אַן צו כיכען – אַרײַנגעמישט מיט מאָמענטן פֿון זיפֿצן און כליפּען.

– "נאַרישע אײנע," נעמט איר גיטל גערשנזאָן [#3] בײַ דער האַנט און װיל זי טרײסטן. "איך װעל דערװײַלע טאַנצן מיט דיר. װאָס מײנסטו מירן אַלע שטײן אין דער זײַט ביז ער װעט טאַנצן מיט יעדער אײנער פֿון אונדז באַזונדער? זאָל ער נעמען אײנע, אונדז אױסלערנען, און דערנאָך װעלן מיר זײ נאָכטאָן..."

– "װאָס פּלוצעם װילסטו טאַנצן מיט מיר?" פֿרעגט חנה מיט חשד, און כאַפּט גלײַך אַרױס איר האַנט פֿון גיטלס, און צעװישט דערבײַ אָפּ אַ טרער.

– "מיט װעמען זאָל איך טאַנצן? מיט חנה דיכטער [#7], מיט די דעל-מאָנטעס [#6 און #5]? זײ זײַנען דאָך צו קורץ. איך קען זײ, חלילה צעקװעטשן אונטערפוסנס. אפֿשר זאָלן די יודלמאַן צװילינגס [#18 און #19] זיך שטעלן אײנע אױף דער אַנדערער? בלױז דו ביסט הױך װי איך, און אַפֿילו אַ ביסל העכער... װעלן מיר טאַנצן צוזאַמען. גוט?" זאָגט זי מיט אַ שמײכל, און גיט די דאַרע חנהן אַ פֿרײַנטלעכן שטופּ, און זי פֿאַלט שיִער ניט אַריבער אַ שטול.

– "זאָל זײן. אָבער בתּנאַי זאָלסט זיך פֿירן אײדל, און ניט װי קײן גרױסער בער. דו האָסט מיר ערשט כּמעט אַװעקגערהרגעט מיט דײַן גוטן מוט..."

– "אַנטשולדיק, ביסט גערעכט. איכ'ל זײַן פֿאָרזיכטיק..."

דער פּאַסטעך נעמט אױפֿשטעלן דעם עקראַן, און רעדט דערװײַלע װײַטער.

– "איך װיל אײַך לערנען אַ פּאָר טענץ. דער עיקר, אַזעלכע װאָס מע רופֿט אָן פֿאָלקס-טענץ, װאו מע טאַנצט אָדער אין אַ רײ, אָדער אין אַ קרײַז. דערצו, איז אױך פֿאַראַן אַן אַמעריקאַנער "קװאַדראַט-טאַנץ" װאָס איז אױך גאַנץ חנעװדיק. איך װעל אײַך בלױז װײַזן הײַנט, װײַל ס'איז כּדאַי, אָבער מירן זיך בעסער באַקענען מיט דעם אַ צװײטן מאָל."

נאָך דעם װי די קורצע פֿילם-שניט פֿאַרענדיקן זיך, און די מײדלעך זײַנען אין דער ריכטיקער שטימונג, הײבט דער פּאַסטעך אָן לערנען די מײדלעך טאַנצן. ער האַלט אַז דאָס װעט פֿאַר זײ זײַן סײַ אַ גוטע פֿאַרװײַלונג (די מײדלעך זאָלן זיך אַ ביסל באַפֿרײַען פֿון דעם עול פֿון טאָג-טעגלעכע טײלװײַז נודנעװאַטע אַקטיװיטעטן), און סײַ עס װעט דינען פֿאַר זײ װי אַ צוגרײטונג צו דער חתונה טאָג.

די מײדלעך נעמען זיך צום טאַנצן װי פֿיש צום װאַסער. עטלעכע, דער עיקר די יודלמאַנס [#18 און #19], דאָראַ װאַסערהאָלץ [#27] און סאָניאַ װעכטער [#29] נעמען די זאַך זײער ערנסט, און פּרובירן באַװײַזן, אַז יעדע קען בעסער פֿון דער אַנדערער. די צװײ ייִנגסטע, דער עיקר די 11 יעריקע חנה נוימאַן [#1] װאָס האָט קײנמאָל ניט געהאַט די געלעגנהײט צו טאַנצן, אָבער אױך די עלטערע, 16 יעריקע מלכּה געגערמאַן [#8], פֿרײען זיך און דרײען זיך, און זײַנען אונטער אַלעמענס פֿיס, אָבער קײנעם אַרט ניט. אַפֿילו די צװײ עלטערע, די 38 יעריקע חיה גרין [#17], װאָס האָט שױן יאָרן לאַנג ניט געטאַנצט, און די 30 יעריקע חנה זאַנד [#24], װאָס האָט קײנמאָל ניט געהאַט די געלעגנהײט צו לערנען זיך צו טאַנצן, – שפּרינגען און שלענגלען זיך פּונקט װי די ייִנגערע.

אין אַ געװיסן מאָמענט, רופֿט זיך אָפּ סאָניאַ װעכטער [#29], אַז זי װיל אַלעמען אױסלערנען אַ פֿאָלקס-טענצל װאָס זי קען.

בײַ דער געלעגנהײט רײַסט זיך אָפּ דער פּאַסטעך פֿון די מײדלעך װאָס טאַנצן פֿרײלעכערהײט, און גײט צו צו אַ טיש טרינקען אַ גלאָז װאַסער. װען ער װישט אָפּ דעם שװײס פֿון זײַן שטערן, באַמערקט ער, אַז ניט אַלע טאַנצן: ליבע סאָבאָל [#21] און מינדל אײדלשטײן [#2] זיצן, אַ ביסל אומעטיק, און קוקן בלױז צו. ער גײט צו זײ צו, און פֿרעגט זיך נאָך װאָס זײ מאַכן.

– "נו, װאָס הערט זיך? אַלץ אין אָרדענונג?" פֿרעגט ער.

– "אין אָרדענונג," זאָגט ליבע אַ ביסל טרױעריקערהײט.

– "אין אָרדענונג," זאָגט איר נאָך מינדל, אױך מיט אַ טרױעריקן קול.

– "אױב אַלץ איז בײַ אײַך אין אָרדענונג, טאָ װאָס זשע זיצט איר דאָ אַזױ אומעטיק? װאָס טאַנצט איר ניט?"

– "װאָס זאָלן מיר ניט זײַן אומעטיק. מיר װילן טאַנצן, אָבער מיר טאָרן ניט..." זאָגט מינדל.

– "װער האָט אײַך געזאָגט, אַז איר טאָרט ניט?"

– "מיר זײַנען דאָך בײדע שװאַנגער..." זאָגט ליבע.

– "איז װאָס? זײַן שװאַנגער איז ניט קײן קראַנקײט. איר מעגט טאַנצן. ס'איז אַפֿילו געזונט. פֿאַרשטײט זיך, איר דאַרפֿט ניט מגזם זײַן – נאָר טאַנצן נאָרמאַל, ניט צו גיך, און ניט אָנשטרענגען זיך. און איר קענט טאַנצן אײנע מיט דער אַנדערער, װעט איר אױך זיך פֿילן זיכערער..."

– "טאַקע?" רופֿט אַרױס ליבע, װאָס איז גרעסער אין בײַכל פֿאַר מינדלען, און גיט דערבײַ אַ שפּרונג אַרױף, כאַפּט מינדלען בײַם אַרבל און שלעפּט איר אַרױף צו גײן מיט איר טאַנצן:

– "נו? אױף װעמען װאַרטסטו? אױף משיחן? קום שױן, די פֿיס מײַנע בענקען זײער..."

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 6.5 ימודים – III – די וועלט פון 1918 ביז 1932

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 6

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל