מער קיין פּחד
ניט: I -דער פּאַסטעך!
כראָניק פון אַ
נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך –
די ערשטע פאַזע
צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 7
************************************
פראַגמענט
פונעם ליד "מחותּנתטע מײַנע"
********
(15:00)
נאָכן אָנקומען צוריק אין
געצעלטן-שטעטל, װאַשן זיך די מײדלעך אַרום, עסן אָפּ מיטאָג, און דערנאָך צעגײען
זיך, װער אָפּצורוען זיך, װער צו פֿאַרװײַלן מיט אַ ביסל ספּאָרט, לײענען אַ בוך
אָדער צײַטונג, צי װאָס ניט, – אַבי ניט מאַכן קײן טומל און שטערן די אַנדערע.
דערװײַלע רופֿט דער פּאַסטעך
אַרײַן צו זיך אין געצעלט די מיטגלידערינס פֿון דער משפּחה קאָמיסיע (מ"ק) : לוטשיאַנאַ דעל-מאָנטע [#6]
פֿאַר דער גרינער הױז, מאַשע לעװין [#11] פֿאַר
דער רױטער הױז, חיה גרין [#17] פֿאַר דער בלױער הױז, חנה זאַנד [#24] פֿאַר דער
געלער הױז, און פֿרײדל װײַצמאַן [#28],
פֿאַר דער ברױנער הױז.
עס נעמט אױך אָנטײל פֿייגע-הינדע
גאָלדבערג [#10], װאָס העלפֿט מיטן איבערזעצן פֿאַר לוטשיאַנאַן. ער טרעפֿט
זיך בערך אַ שעה צײַט מיט זײ, קלערט פֿאַר זײ אױף װעגן דער משפּחה קאָמיסיע בכלל
און װעגן דער חתונה בפֿרט. ער עצהט זיך מיט זײ סײַ װעגן דער קאָמיסיע און סײַ
וועגן די פֿאַרשײדענע חתונה צוגרײטונגען.
– "נו, אַ חוץ פֿאַר דעם װאָס
מיר װעלן הײַנט אָװנט אַדורכפֿירן אַ פֿײַערלעכע תּנאָים שׂמחה, װעט מען מוצאי-שבת
דאַרפֿן אױך אַדורכפֿירן אַ באַשײדענע שׂמחהלע בײַם טובֿלען זיך. דאָס הײסט, די
װאָס גײען חתונה האָבן, און פֿאַרשטײט זיך די װאָס מעגן – לױט זײער חודשלעכן
מצבֿ... – װײַל ניט אַלע װעלן מסתּמא פּונקט זײַן רײן אױף צו קענען זיך טובֿלען.
די אַנדערע װעלן אַלץ אײנס חתונה האָבן, נאָר זײ װעלן זיך טובֿלען שפּעטער. און
דערנאָך..."
– "אָט דאָס בין איך
אױסן," רײַסט אים איבער פֿרײדל װײַצמאַן [#28].
– "װאָס ביסטו אױסן?"
פֿרעגט איר דער פּאַסטעך.
– "אָט דאָס טאַקע... װאָס
דאַרפֿן מיר זיך אײַלן? איך בין 27 יאָר אַלט, שױן ניט קײן יונגע. אַלע די אַנדערע
דאָ בײַם טיש, למשל: חיה, חנה, לוטשיאַנאַ, און מאַשע (װאָס איז אַפֿילו ייִנגער
פֿאַר מיר), זײַנען שױן חתונה געהאַטע, זעען זײ ניט די זאַך װי איך זע און פֿיל
עס: צו װאָס דאַרף מען זיך אײלן, – פֿרעג איך. איך װיל האָבן מער צײַט."
דריקט פֿרײדל זיך אױס מיט אָנגעשטרענגטער פּאַטאָס. "פֿאַרװאָס קענען מיר ניט
אָפּלײגן די חתונה אױף שפּעטער? ... און פֿאַרװאָס אַלע מיט אַמאָל און אין אַזאַ
אײַלעניש? איך האָב זיך אױך באַראַטן מיט אַנדערע. זײ איז גאַנץ שװער צו מאַכן
אַזױ גיך אַזאַ גורלדיקע באַשלוס אױף צו פֿאַרבלײַבן און חתונה האָבן מיט
אײַך."
– "דו מעגסט זאָגן
"דיר"," זאָגט דער פּאַסטעך.
– "דו, דיר, דער, דאָס,
דעם...!!" צעהיצט זיך פֿרײדל נאָך מער, שפּרינגט אַרױף אױף די פֿיס, און
צעשרײַט זיך הױך אױפֿן קול: "דו װילסט מיך ניט אױסהערן! פֿאַרבײַט ניט די טעמע!
זײַ שטיל און לאָז מיך רײדן!"
זי קוקט שטרענג אױפֿן פּאַסטעך און
דערנאָך אױף די אַנדערע, און רעדט װײַטער.
– "מיר װילן אָפּלײגן אַזאַ
גורלדיקע באַשלוס אױף שפּעטער, מע זאָל האָבן מער צײַט זיך צו באַקענען מיט
אײַך... מיט דיר, – און מיט דעם נײַעם מצבֿ. מיר נײטיקן זיך אין מער צײַט צו
אַקצעפּטירן די סיטואַציע. מער צײַט זיך צוצוגרײטן (למשל צוגרײטן אַ נדן,
צונױפֿנײען אַ חתונה קלײד...) און װי איך האָב זיך שױן אױסגעדריקט: פֿאַרװאָס אַלע
מיט אײן מאָל?"
דאָ דרײט זי זיך אױס צו די אַנדערע
פֿרױען, און זוכט צװישן זײ שטיצערס.
– "זאָל יעדע אײנע פֿון אונדז
פֿילן אַז זי האָט איר אײגענע חתונה געהאַט, און איר אײגענע שבֿע-ברכות. זי זאָל
האָבן איר "צײַט" מיטן פּאַסטעך, צו קענען זיך צוגעװאױנען צו אים, אים
צו קענען און באַקענען – און אַז ער זאָל זיך באַקענען מיט אונדז – יעדעס מײדל איז
דאָך אַ נפֿש פֿאַר זיך. ניט גלאַט אַ נומער פֿון 1 ביז 29!! ... צי איז דאָס ניט
לאָגישער? צי איז דאָס צופֿיל צו בעטן?"
דער פּאַסטעך פֿאַררױטלט זיך,
לאָזט אַדורך אַ לענגערע פּאַוזע כּדי די מײדלעך זאָלן זיך אײַנשטילן, און
ענטפֿערט זײ אַזױ:
– "מײַנע טײַערע, מע דאַרף
אײַך טאַקע לאָזן אױסהערן, אָפּרײדן פֿון האַרצן. דערפֿאַר האָבן מיר די דאָזיקע
טרעפֿונג, די דאָזיקע קאָמיסיע. פֿרײדל, איך בין שטאָלץ פֿון דיר, װאָס דו האָסט
געהאַט די מוט אַרױסצורײדן. איך װײס – דאָס הײסט, אױף װיפֿל איך קען דיר ביז איצט,
װײס איך, – אַז
דו ביסט געװײנטלעך אַ שטילע, אַן אײַנגעהאַלטענע... און פֿון דעסטװעגן, מוז איך
פֿאָרט האַלטן בײַם אָריגינאַלן פּלאַן..."
דאָ הײבט ער אָן װידער איבערחזרן
די פֿאַרשײדענע באַדינגונגען װעגן צוזאַמענלעבן אין פּאַנגײע, אין זײער שטעטל בראשית
װאָס זײ שטעלן אױף. ער דערמאָנט זײ װידער װעגן דאַרפֿן זיך פֿירן פֿרום, און אַזױ
װײַטער.
– "ביז דער חתונה, בין איך
דאָ בעל-הבית, און איך באַשטים דאָס װאָס װעט זײַן, און װי אַזױ עס װעט זײַן. נאָך
דער חתונה, װעלן די װאָס װעלן דאָ פֿאַרבלײַבן זײַן גלײַכע שותּפֿים, און איר װעט
אײגנטלעך קענען אַפֿילו אָנפֿירן, און מײַן טײל אין באַשליסן זאַכן װעט זײַן
פֿאַרמינערט. איצט דאַרפֿט איר מיך פֿאָלגן – אַבסאָלוט!" שטרײַכט ער אונטער.
די פֿרױען הײבן אָן פּראָטעסטירן,
אָבער סע העלפֿט ניט. דער פּאַסטעך האַלט זיך בײַ זײַנס.
– "טײַערע מײַנע. ניטאָ קײן
ברירה. די זאַך מוז אַדורכגעפֿירט װערן װי איך הײס. איר װעט מיר מוזן פֿאָלגן און
אָנטרױען. אָט למשל, צװישן אַנדערס, איז פֿאַרבליבן בלױז צװײ װאָכן ביז פּסח.
דערנאָך װעט מען ניט קענען חתונה האָבן ביז ל"ג בעומר. דערצו, מוז איך חתונה
האָבן מיט די 2 דעל-מאָנטעס, די איטאַליענישע מײדן (אױב זײ באַשליסן צו
פֿאַרבלײַבן, פֿאַרשטײט זיך) פֿאַר פּסח, צוליב זײערע מנהגים: פּסח-צײַט זײַנען זײ
צוגעװאױנט צו עסן רײַז און פאַסולן (קטניות), דאָס קענען מיר דאָ ניט דערלױבן...
עס קענען אױך, למשל, אַרױסװאַקסן קריגערײַען און קנאה-שנאה צװישן די װאָס האָבן
שױן חתונה געהאַט, און די װאָס דאַרפֿן ערשט חתונה האָבן. איך װיל ניט עס זאָל
חלילה קומען צו אַזאַ מצבֿ."
– "אַנשטאָט זיך צו קריגן,
לאָמיר בעסער באַטראַכטן דעם פּלאַן. איך זאָג אײַך אָבער צו, אַז כאָטש איך װעל
חתונה האָבן מיט אַלעמען מיט אַ מאָל (אין אײן נאַכט), װעל איך דאָך קענען
אָפּגעבן די געהעריקע צײַט און אױפֿמערקזאַמקײט יעדער אײנער פֿון מײַנע נײַע
װײַבער..."
– "װי קען דאָס זײַן,"
זאָגט חנה זאַנד [#24]
װאָס האָט 5 קינדער און ניט װײניק דערפֿאַרונג אין די זאַכן. "װי קען דאָס זײַן,
אַז נאָך דעם װי דו װעסט האָבן געװען מיט די ערשטע עטלעכע מײדן, און װעסט
"טאָן דײַן פֿליכט", – לאָמיר זײַן אָפּטימיסטיש, – מיט אַפֿילו 5-6
מײדן נאָכאַנאַנד, און אַפֿילו עס זאָל זײַן ניט מער װי אַרום 5-6 מינוט מיט יעדער
אײנער,... װאו װעסטו האָבן כּוח פֿאַר די אַנדערע? עס זײַנען דאָך דאָ כּמעט 30
פֿרױען, אַפֿילו מיר זאָלן רעכענען אױף אַרום 20, װײַל אַ טײל װעט למשל זיך
אָפּזאָגן פֿון פֿאַרבלײַבן און חתונה האָבן... אַפֿילו דעמאָלט דאַרף מען דאָך זײַן
אַ גיבור צו קענען..."
די אַנדערע פֿרױען קוקן אײנע אױף
דער צװײטער...
– "טאַקע," זאָגט חיה גרין [#17]. "װי
װעסטו קענען אױספֿירן אַזאַ העלדן-טאַט?"
פּלוצלונג הערט זיך אַ הױכן
געלעכטער פֿון לוטשיאַנאַ, װי באַלד פייגע-הינדע זעצט איר איבער חנהס און חיהס
רײד.
דער פּאַסטעך װערט װידער רױט אין
פּנים...
– "זאָרגט אײַך ניט. איך װעל
זיך שױן אַן עצה געבן. איך זאָג צו, אַז עס װעט ניט זײַן קײן אײן פֿאַל, װאו אײנע
פֿון די נײַע װײַבער מײַנע זאָל זיך פֿילן פֿאַרנאַכלעסיקט. יעדע אײנע װעט
באַקומען איר נאַקעטע,... אַנטשולדיקט, – איך מײן, איר נײטיקע צײַט..."
צעטומלט ער זיך. "נו, גענוג װעגן דעם. איך האָב שױן באַשטימט, און אַזױ װעט זײַן.
לאָמיר בעסער רײדן װעגן די פּרטים פֿון דער חתונה."
ער בעט זײ צונױפֿשטעלן די רשימה,
און דעם סדר פֿון װער דאַרף חתונה האָבן פֿריִער, כּדי זונטיק זאָל ניט זײַן קײן
צעטומלעניש.
– "מיר װײסן נאָך ניט װער עס
האָט באַשטימט חתונה צו האָבן..." רופֿט זיך אָפּ מאַשע לעװין [#11]. "טאָ װי אַזױ קענען
מיר צונױפֿשטעלן אַזאַ רשימה?"
– "טאַקע. ביסט גערעכט. טאָ
לאָמיר מאַכן אַזױ. איך װעל חתונה האָבן מיט די מײדן אײנע נאָך דער אַנדערער, לױט
די פּערזענלעכע אידענטיפֿיציר-נומערן װאָס יעדע אײנע האָט. די װאָס באַשטימען ניט
צו פֿאַרבלײַבן, װעט מען פּשוט זײ איבערהיפּן, און כ'װעל דערנאָך חתונה האָבן מיט
דעם מײדל מיט דעם װײַטערדיקן נומער. – װי אַזױ קלינגט דאָס אײַך?"
אַלע זײַנען מסכּים.
מאשע רעדט אָבער װײַטער,
קוקנדיק אױף די אַנדערע מײדן, און װענדט זיך צו זײ:
– "איך װײס ניט װי עס איז
געװען בײַ אײַך, נאָר מיט מיר איז עס אַדורכגעפֿירט געװאָרן װי אַ שידוך. איך בין
געװען גאַנץ יונג און נאַיװ, און זיך געלאָזט פֿאַרפֿירן... אָבער ניט דאָס בין
איך אױסן, נאָר עפּעס אַנדערש. איך מײן אַז עטלעכע פֿון די מײדלעך זײַנען אַװדאי צו
יונג נאָך חתונה צו האָבן. בפֿרט חנה נױמאַן [#1].– זי איז בלױז 11 יאָר אַלט..."
פֿייגע-הינדע גאָלדבערג [#10] בעט איצט אַ װאָרט.
– "אײגנטלעך, ניט איך, נאָר
לוטשיאַנאַ האָט עפּעס װאָס צו זאָגן, און איך װעל איבערזעצן."
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]
צוריק צו: 7.3 אַ ייִדישע היים
פאָרויס צו: 7.5 לימודים – IV – די וועלט פֿון 1932 ביז 1948 (אומקום און אויפֿקום)