====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב  
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 8

8.6 עונג שבת

צוריק צו:  8.5 אַ חזנדל אויף שבת

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 8

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "פרײַטיק אויף דער נאַכט"

********

(20:00)

נאָך דעם װי אַלע שטולן זײַנען אױפֿן אָרט, שטעלן די מײדלעך אױס פֿלעשער װײַן און חלות. די עס-געצײַג, כּוסות, און טעלערס זײַנען שױן דאָ אױף די טישן. די מײדלעך זעצן זיך  דערװײַלע אַוועק, און דער פּאַסטעך עפֿנט דעם אָװנט מיט עטלעכע הערות און הודעות:– "טײַערע מײַנע – אַ גוטן שבת אײַך אַלעמען. װי איר זעט, האָבן מיר אױסגעשטעלט די טישן אױף אַזאַ אופֿן, אַז יעדע טיש זאָל פֿאַרמאָגן די בשותּפותדיקע מיטגלידער פֿון אַ הױז. און איר װעט אױך באַמערקן, אַז יעדע טיש פֿאַרמאָגט (אַחוץ פֿאַרן װײַסן טישטעך) קאָלירטע סערװיעטקעס – טאַקע די קאָלירן פֿון אײַערע "הײַזער". – אַזױ װעט איר אױך װיסן צו װעלכע טיש איר געהערט... זײַט אַזױ גוט, פֿאַרנעמט אײַערע ערטער..."

– "גוט.... אײדער מיר הײבן אָן, זאָל מען בײַ יעדן טיש באַשטימען װער סע װעט העלפֿן מיטן סאַרװירן (אױסטײלן דעם עסן און באַדינען די מענטשן בײַם טיש), און אױך װער עס װעט שפּעטער נאָכן עסן (װי אױך, אַפֿילו בעתן עסן), העלפֿן רײניקן און מאַכן סדר בײַ יעדן טיש, און אױך קומען העלפֿן אין קיך."

– "און אױב מיר דערמאָנען שױן װעגן פֿאַרפֿליכטונגען, מוזן מיר – אײדער דער אָװנט הײבט זיך אָן, – באַשטימען די 2 מײדלעך פֿאַר יעדער װאַך. לױט מײַן רשימה, דאַרפֿן דאָס זײַן אַזױ:

וואַך #1 (00:00-21:00): גיטל גערשנזאָן [#3],      שרה ברייטמאַן [#4]

וואַך #2 (03:00-00:00): חנה דיכטער [#7],         מלכה געגערמאַן [#8]

וואַך #3 (06:00-03:00): איידל יאַקאָבזאָן [#13],  חנה אַלטמאַן [#14]"

און היות ווי איך וועל אײַך לאָזן אײַנשלאָפן מאָרגן אין דער פרי ביז אַזייגער 08:00 – וועל איך אַליין שטיין אויף דער וואַך פון 06:00 מאָרגן אין דער פרי ביז 08:00."

דער פּאַסטעך בעט אַלעמען אויפצושטיין, הייבט אָן צו זינגען מיט זײ "שלום עליכם" און "אשת חײל". ער מאַכט נאָך דעם קידוש, און מע שטעלט זיך אױס צו װאַשן (מאַכן "נטילת ידים") בײַ צוגעגרײטע קרוגן און האַנטעכער. מע פֿאַרנעמט באַלד װידער די ערטער, און דער פּאַסטעך מאַכט פֿאַר זײ "המוציא".

מע נעמט זיך צו די געשמאַקע מאכלים. מע רעדט, און די שטימונג איז אַ דערהױבענע. באַלד הײבט דער פּאַסטעך אָן זינגען צוגעפּאַסטע ייִדישע לידער און טראַדיציאָנעלע זמירות, אַרײַנגערעכנט די באַקאַנטע פֿאַר זײ, "טײַערע מלכּה" (פֿון מ.מ. װאַרשאַװסקי). ער זינגט מיט זײ, און לערנט זײ אױך אױס אַנדערע, מאָדערנערע לידער און ניגונים, און בעט זײ אױך פֿאָרלײגן זײערע באַקאַנטע לידער און זמירות. עטלעכע מײדן העלפֿן מיט.

װי עס פֿירט זיך בעת אַ סעודה, גיט דער פּאַסטעך אַ קורץ "װאָרט", און בעט אױך בײַ די אַנדערע, אַז אױב עמעצער געדענקט אפֿשר אַ קלוג װאָרט אָדער חידוש, און װיל זיך טײלן מיט דעם מיט די חבֿרטעס, זאָל זי זיך ניט שעמען און טאַקע אױפֿשטײן און רײדן. מסתּמא העלפֿט דאָס װײַן בײַ די טישן, װײַל עטלעכע מײדן נעמען ערנסט זינגען, און עס װערט אַ שטיקל אַ פֿאַרמעסט צװישן די טישן, װער עס האָט אינטערעסאַנטערע צי שענערע לידער און ניגונים.

דער אָװנט איז אַ זײער געלונגענער, און כאָטש אַלע זײַנען גוט פֿאַרמאַטערט פֿון די אָנגעשטרענגטע אַקטיװיטעטן פֿון דער װאָך, זיצט מען פֿאָרט אַרום די טישן אין אַ פֿרײַנטלעכער, שבתדיקער שטימונג. די שפּאַנונג און אומזיכערקײט פֿון דער װאָך װערט צוביסלעך אױפֿגעלײזט, און די מײדלעך עפֿענען אױף האַרץ און מױל און רײדן אַרום טױזנט-און-אײן זאַכן סײַ װעגן דעם מצבֿ, און סײַ זײ דערצײלן אײנע דער אַנדערער װעגן זײער משפּחה לעבן (װאָס איז געװען), און װעגן זײערע חלומות.

נאָכן אָפּבענטשן, צעגײען זיך די מערסטע מײדלעך, גרופּן-װײַז, צי אין פּאָרלעך. עטלעכע פֿאַרבלײַבן כּדי אױפֿצוראַמען און מאַכן סדר. די מײדלעך װאָס דאַרפֿן שױן האַלטן װאַך גײען אָפּ, און די װאָס דאַרפֿן שפּעטער אױפֿפּאַסן, לאָזן זיך פֿרי שלאָפֿן, צי כאַפּן אַ דרימל, אין די נײַע בעטן אין זײערע געצעלטן. דער פּאַסטעך פֿאַרבלײַבט אַ ביסל צו זען אַז אַלץ װערט אָפּגערײניקט און אַװעקגעשטעלט צוריק אױפֿן אָרט, און דערנאָך, שפּאַצירט ער אַרום צװישן די גרופּעס װאָס זיצן צי שטײען. ער כאַפּט מיט זײ אַ װאָרט, הערט אױס װי זײ איז געפֿעלן דעם אָװנט, און בכלל װי זײ פֿילן זיך. צוביסלעך װאַנדערט ער אַרױס װײַטער, און טרעפֿט אָן אין די שפּאַצירנדיקע מײדלעך, צי גאָר די צוריקקומענדיקע שפּאַצירערס.

אײנע נאָך דער אַנדערער לאָזט מען זיך צוריק אין די געצעלטן שלאָפֿן, און אַלץ אַרום װערט שטיל.

************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו:  8.5 אַ חזנדל אויף שבת

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 8

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל